בלאט 1 פון 5

מז"ט! אי"ה ביי אייך אויף שמחות

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 3:47 pm
דורך לעמיל
כ'האב אמאל געהערט פשט אז דעם בעל שמחה רופט מען אזוי אן "בעל" שמחה ווייל ער איז בעל הבית אויף די שמחה ער קען משפיע זיין אויף אידען נאך שמחות, איז מאך איך די אשכול וואס דא קען יעדער (ווער ס'וויל) מעלדען זיינע שמחות בעז"ה און אנווינטשען אלע חברים. איז אזוי די אייבישטער האט מיך געהאלפען איך בין א בעל שמחה געהאט א מיידלע נעכטען איז ווינטש איך יעדעם איינעם פון טיפעניש פון מיין הארץ אז אך טוב וחסד ירדפכם כל ימי חייהם און מ'זאל נאר מבשר זיין בשורת טוב און
[center]אי"ה ביי אייך אויף שמחות[/center]

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב!
סאו זר זהב'ס ווערטל פון די שעפסעלע איז בכלל נישט קיין ווערטל?
זאלסטו האבן נחת לרוב במדה גדושה.. אמן!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:10 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב! זאלסטו טאקע זען נחת פון איר, זי זאל אויפוואקסן לשם ולתפארת, און סימכעס ביי אונז אלע.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:12 pm
דורך זר זהב
מז"ט! אסאך נחת און א באנטש געלט

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:16 pm
דורך אביגדור
שה לבית אבות!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
עס דערמאנט מיר, עס איז דאך א דבר בעתו, ויקחו איש שה לבית, דעם קרבן פסח...
לעמיל, וואו גייט מען אויף יו"ט? צו די מאמע? שוויגער? (אין האטעל?)

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:30 pm
דורך צדיקל
מזל טוב, תזכה לרוות נחת לרוב

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:10 pm
דורך Espresso
מזל טוב, אזא הערליכע שמחה, ווי איז די קידוש?

מזל טוב * 3

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:52 pm
דורך קאווע טרינקער
what a shidduch kugel
look at the 3 last lines
credit: CH.SH. blog

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:31 pm
דורך Espresso
איך בין זיכער אז עס איז נאר פערצופאל, אלע דריי שידוכים זענען געראטען אן זיי פאסן ווי חרוסת צום מרור, נאר פונקט האבן זיי אלע מחליט געווען די זעלבע נאכט אז זיי זענען מסכים. ממש באשערט!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:17 pm
דורך קאווע טרינקער
קען זיין ס'איז פון די "תקנות" גאר, כדי איינצושפארן געלט מ'זאל האבן גענוג פאר נסיעות למקומות הקדושים, ווער ווייסט..

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:36 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:what a shidduch kugel
look at the 3 last lines
credit: CH.SH. blog

ניבא ולא ידע מה ניבא...

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 4:57 am
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט פשט אז דעם בעל שמחה רופט מען אזוי אן "בעל" שמחה ווייל ער איז בעל הבית אויף די שמחה ער קען משפיע זיין אויף אידען נאך שמחות, איז מאך איך די אשכול וואס דא קען יעדער (ווער ס'וויל) מעלדען זיינע שמחות בעז"ה און אנווינטשען אלע חברים. איז אזוי די אייבישטער האט מיך געהאלפען איך בין א בעל שמחה געהאט א מיידלע נעכטען איז ווינטש איך יעדעם איינעם פון טיפעניש פון מיין הארץ אז אך טוב וחסד ירדפכם כל ימי חייהם און מ'זאל נאר מבשר זיין בשורת טוב און
[center]אי"ה ביי אייך אויף שמחות[/center]

וועגן דעם וואונטשט מען מזל טוב כדי די "בעל" שמחה זאל צוריקוואונטשען.
מזל טוב ידידנו ערעב לעמיל זאלסט זעהן באנטש נחת, און מיר זאלן ווייטער הנאה האבן פון דיר דא!

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 10:26 am
דורך לעמיל
א גגרויסען יישר כח פאר די אלע וואס האבען זיך מיטגעפרייט מיט מיין שמחה פון דערווייט און א ספציעלע יישר כח פאר די חשובע חברים וואס זענען געקומען צום קידוש תשאות חן להם!
אי"ה ביי אייך אויף שמחות

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 3:50 pm
דורך לעמיל
שעפטל האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין וויל איך וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר הרב MK צום געבורט פון זיין טאכטער למזל טוב.
זאל דער פון אויבן העלפן אז זאלסט ווייטער קענען פריילעך מאכן דעם ציבור מיט שמחות און נחת בענעזאם

מזל טוב הרב mk

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:56 pm
דורך קרעקער
עס קומט זיך מיר א מזל טוב
שפארטס נישט קיין ברכות
איך ענפער אויף אלע אמן

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:02 pm
דורך זר זהב
מזל טוב דער אייבידרשטער זאל העלפען כשם שנכנס לברית כן יכנס, אמן

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:18 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב אסאך נחת, השפעות לרוב, און הצלחה בכל הענינים.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:23 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:מזל טוב אסאך נחת, השפעות לרוב, און הצלחה בכל הענינים.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:28 pm
דורך געפילטע פיש
מזל טוב קרעקער, זאל דער אייבישטער העלפן, זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד\בחור'ל\זיווג\אייניקל\ביזנעס, עמו"ש.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:31 pm
דורך קאווע טרינקער
מזל טוב קרעקער צו דיין בכור'ס חומש סעודה....

צוגעטראפן?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:42 am
דורך טעפל
מזל טוב פארן טעפל לרגל הולדת בנו הטעפעלע למז"ט..

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 8:36 am
דורך לעמיל
מזל טוב טעפל א באנטש א באנטש נחת גרונגערהייט מיט פילע קעשנעס