דער סדר: א בלופרינט צו פרייהייט (א 15 סטעפ פראגראם)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

דער סדר: א בלופרינט צו פרייהייט (א 15 סטעפ פראגראם)

שליחה דורך מאטי »

איך וויל דא אנהייבן א סעריע מאמרים פון הרב סיימאן דזעקאבסון וואס איך שעץ זייער זיינע קענטעניסן, און איך האף אז דער ציבור וואס וועט זיך באקענען מיט אים דא וועט הנאה האבן דערפון.

ס'איז איבערגעטייטשט פון ענגליש מיט הוספות בתוך הדברים בנופך משלי, כדי מגדיר צו זיין זיינע הגדרות וואס איז נוגע צו אונזער היימישע קולטור.
איך פאנג אן מיט אן ארטיקל מעניני דיומא פון פסח און איך האף ממשיך צו זיין להלאה מיט אנדערע ענינים וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

דער סדר א בלופרינט צו פרייהייט א 15 סטעפ פראגראם:

אין דער איצטיגער ברויזענדער וועלט פון אומזיכערקייט איז דער ענין פון פרייהייט און פסח אקטועל ווי קיינמאהל פריער.

דער שורש פונעם ווארט מצרים איז אויך מלשון מיצר, "מן המיצר קראתי י-ה", דערדרוקט, פארשפארט, צמצום, לאו דוקא פיזישע נאר אויך עמאציאנאלע ספירוטאלע פארמאכטקייט. א יעדע מין צמצום - דרויסענדיגע ווי אינעווייניגע - וואס לאזט נישט זיך פריי באוועגן/ רעדן/ און טראכטן איז אין כלל פון מצרים.

ס'איז קיין גוזמא צו זאגן אז דער באפרייאונג פון די פריער-דערמאנטע דערדרוקונגען איז פון די וויכטיגסטע עלעמענטן צום שלימות פונעם מענטש, ספעציעל דא ווי מיר לעבן ציבור'יש ווי דער העכסטער געזעץ איז "יעדער טוט אזוי", און דער מעכאנישער סיסטעם בוזשעוועט אין די גאסן און שלינגט אונז איין לעבעדיגערהייט.

דער יו"ט פסח ברענגט מיט זיך נייע כוחות, נייע ענערגיעס, זיך איינמאל פאר אלעמאל אוועקצוכאפן פונעם באקוועמען קאמפארט זאנע. די שאלה איז, וויאזוי כאפט מען זיך ארויף אויפן וואגאן? וויאזוי פארזיכערט מען זיך נישט ארויסצולאזן אזא געוואלדיגע געלעגנהייט? 

די תשובה איז: סדר!!
א אויסגערעכענטער וועג,פלאן, פון פאראויס.

דער סדר ברענגט מיט זיך דעם שליסל וואס עפנט אלע טירן צו פרייהייט, צו א בעסערן מארגן. פסח און סדר זענען לכאורה צוויי פארקערטע בחינות. מצד אחד, פסח מיינט שפרונגען, ארויסגיין פונעם געוואוינהייט, טראכטען אינדרויסן פונעם באקס, אבער סדר זאגט אויך אויף אויסגערעכנטקייט און איינגעהאלטנקייט.

אבער יא! דאס איז דער פסח סדר, אן אויספלאנירטער מאדעל וואס עפנט אומבאגרעניצטע טויערן צו פרייהייט.

איינע פון די מערקווירדיגע זאכן אינעם סדר איז דער רעפערענץ צו קליינע קינדער. א קינד ברענגט ארויס דער אמת'ער פינטל וואס איז נאכנישט אנגעלייגט מיט אונזערע וועלטליכע נגיעות און אנגעהאלטענקייטן. מיר גרויסע האבן אויך א קינדישקייט, א פינטעלע אמת אין זיך וואס שרייט ארויס, איך וויל גיין מיטן לויטערן אמת! איך וויל אוועקווארפן די אלע אנגעגעסענע מחיצות המפסקת בלב ומח! דער 15 סטעפ פראגראם פונעם סדר נאכט האט דער כח דאס צו באווייזן.

לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן סטעפ: "קדש".

קדש:

דער פשוטער טייטש איז "זיך הייליגען". קדש איז אבער אויך משורש מזומנת, "דעזיגנירד", אזויווי הרי את מקודשת לי איז מלשון מזומנת ומיוחדת לי, (תוס' קידושין ב:, מלשון איה הקדשה וכו'.)

די ערשטע סטעפ זיך צו באפרייען פונעם צמצום איז אוועקשטעלן און דעזיגנירן א מקום, "ספעיס" ווי די ברכה זאל קענען חל זיין, זיך אריין לייגן אין א מצב פון וועלן וויסן, וועלן פארשטיין, נישט אלעס אננעמען אלס קודש קדשים אנע טראכטן. מנהג, חומרה, הלכה, חסידות, מעשיות, אגדה, דרש, אל תיטוש תורת אמך, ועשית ככל אשר יורוך, וועלטליכע חכמות, פיזיקיס, הגיון, ועוד..... זאל פארשטאנען ווערן און אנגענומען ווערן פרעספעקטיוולי. נישט מעכאניש, ראבאטיש, כמצוות אנשים מלומדה, נאר געבן ספעיס פאר עפעס העכערס, לאזן מחדש זיין, אדער זיין גרייט אומפארטייאיש צו הערן די אנדערע זייט מטבע פון אנדערע מענטשן.

ורחץ:

יעצט אז מ'האט געגעבן א פלאץ פאר פרייהייט, מ'האט דעפינירט דעם חילוק פון די פריערדערמאנטע צוויי וועגן פון לאזן די געוואוינהייטן שולט זיין אויף די מחשבה דיבור מעשה, אדער טראכטן געטליך און וועלן וויסן פארוואס, האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, דארף מען אנהייבן ריין צו מאכן און אפוואשן די כלי מכשירים (די קומענדיגע 13 סטעפס) וואס פולן אן דעם נארוואס אויסגעליידיגטע ספעיס, ער זאל ווערן אנגעפולט נאר מיט געזונטע ריינע מהלך המחשבות.

פארזעצונג בקרוב ממש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

כרפס:

מ'עסט א גרינצייג איינגעטונקען אין זאלץ וואסער. איינע פון די טעמים, כדי צו פראוואקירן דאס קינד צו "פרעגן" - א וויכטיגער קאמפאנענט צו פרייהייט איז פשוט, פרעגן.

פארוואס פונקט א ירק אין זאלץ וואסער? דער פרי האדמה, דער "ירק" סימבאליזירט דעם "גוף", דער עפר מן האדמה. זאלץ וואסער רעפלעקטירט טרערן/ווייטאג/אומבאקוועמליכקייט.  דא רעדט דער בעל הגדה צו די וואס טענה'ן, וואס טויג מיר דער גאנצער עסק? מ'וועט מיך באשרייען/אראפקוקן, איך וועל זיין מאדנע, קיין שידוכים געהעריגע נישט טון. לאז דיך אפ!!! זאל זיין ווי ס'איז! איך קען דען פייטן סיטי האלל? וואס וועט שוין ווערן אז איך וועל אויסשרייען דעם אמת? לאמיך בלייבן אין מיין באקוועמע בהמה'ישן גוף, דער סיסטעם פאהרט שוין אזוי פאר יארן.

זאגט מען אים, ניין!!! טונק יא איין דיין גוף, דיינע חומריות, דיינע געוואוינהייטן, אין זאלץ וואסער!  ס'וועט טאקע נישט זיין בא'טעמ'ט אין אנהייב, אבער פאר די הנאה צו גיין מיטן אמת צו טראכטן מיט פרייהייט צאהלט זיך דאס שוין איינמאהל אפ.
פונקט ווי דער קליין קינד וואס פרעגט און דרוקט דעם טאטן צום וואנט מיט זיין ריינע תמימות, פרעגענדיג, טאטי פארוואס עפעס אזוי? און דער טאטע, ער מוז זיך יעצט באפאסן מיט אים, ער קען זיך נישט ארויסדרייען/אפשטופן דעם ענין, ס'קען אפשר זיין אומבאקוועם בשעת מעשה, אבער נאכדעם וואס דער קינד קומט ארויס מיט א קלארקייט, טאטע און קינד פארשטייען זיך, האט זיך זיכער געלוינט דאס געשעפט.

יחץ:

א גרויסע שטער וואס לאזט נישט אנקומען צו פרייהייט אפילו שוין נאכן איינזעהן דעם טעות איז דער פרעכער עגא.

נארסיסיסטישע עגאאיסטישע געדאנקען דרייען זיך אין מח און נאגן דעם מענטש: קען דען זיין אז איך בין אזא לאנגע צייט געווען אין א טעות? אזויפיל יארן געהאט אזא שלעכטע צוגאנג אין חינוך/שלום בית/עסקנות? ער זעהט שוין איין דעם טעות, אבער זיין פארפוילטער איינגעגעסענע געוואוינהייט איז צו שטארק און גאנץ ביי זיך, און לאזט אים נישט פועל'ן ביי זיך צו טוישן צו א נייער גאנג.

יחץ מיינט, צוברעך די מיטעלסטע "מצה", דאס פארקערטע פון מצה איז חמץ / שאור שבעיסה אויפגעבלאזן מיט בלויזע לופט... דיין באלון האט שוין געפלאצט, דו זעהסט שוין איין דיין גראבן טעות, די לופט, דיינע פריערדיגע געוואוינהייטן איז צובלאזן, דו ביסט שוין מיט דעם אין א בחינה פון מצה; דאך קענסט נאך אלץ נישט פועל'ן ביי דיין גוף וואס איז יעצט ווי א פארבליבענער דינע מצה ארויסצוקריכן פונעם פלאנטער... דאס איז ווייל ס'איז נאך גאנץ! דו האלטסט דיך נאך פאר א יש, אפילו אינעם ארימע מצה דיינעם, דיין עגא איז נאכנישט גענוג געבראכן! זאגט מען דיר "יחץ", צוברעכך דיין "מצה", לאז דיך לערנען און קום אהן צום אמת. 

מגיד:

מ'זאגט / מ'דערציילט די הגדה.

די הגדה הייבט זיך אן מיט א קינד וואס פרעגט די פיר קשיות, ווי אויבן דערמאנט איז פשוט פרעגן א גאר וויכטיגער קאמפאונענט צוצוקומען צו פרייהייט.
און טאקע יעצט נאכן קלאר שטעלן די ערשטע פיר סטעפס קענסטו שוין טאקע זיין בגדר שאלת חכם חצי תשובה. דו ווייסט שוין וויאזוי צו פרעגן, וואס צו פרעגן, ווען צו פרעגן, וועמען צו פרעגן, וויפיל צו פרעגן, וואו נישט צו פרעגן. אויך קענסטו דיך שוין אביסל ספראווען מיטן תשובה,אפילו ס'וועט זיין אביסל קאנטראווערסיעל און אומבאקוועם לגבי דיינע געוואוינהייטן און מהלך המחשבה פון פריער, וועסטו דאס קענען פארדייען און אנקוקן מיט א ברייטערן בליק.

מגיד, פארצייל: פונקט ווי אונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט גלות מצרים ביז די גליקליכע ענדע צו פרייהייט, אזוי האט יעדער איינער פון אונז זיין אייגענעם גלות, זיינע אייגענע פארבארגענע ווייטאגן טיף טיף באגראבן אינעם הארץ, וואס נישט יעדער קען אדער וויל אהין אריינקריכן. אבער בעת מיר פארציילן וויאזוי אונזערע עלטערן זענען דורך געגאנגען זייער גלות און דערפון ארויסגעקראכן, פארצייל דו אויך דיין אייגענעם גלות, רעד זיך ארויס, האב נישט קיין מורא פון די שרעקעדיגע פארשטויבטע געפילן וואס ווארטן שוין אזוי לאנג דו זאלסט זיי אדרעסירן.

רחצה:

מען וואשט זיך נאכאמאהל די הענט, אבער יעצט שוין מיט א ברכה.

פונקט ווי ביי ורחץ האט מען זיך געוואשן די הענט - טאקע אן א ברכה, ס'איז נאכנישט געווען אויף וואס די ברכה זאל חל זיין - כדי צו קענען אויפנעמען די ערשטע פאזע ארויסצוקריכן פונעם טונקעלקייט, יעצט נאכן דורך גיין די ערשטע פינף סטעפס ביזטו שוין דורך געגאנגען דעם ערשטן לעוועל, דו האסט שוין גראדואירט ב"ה.
יעצט זאגט אונז דער בעל הגדה, וואש דיך נאכאמאהל די הענט אבער שוין מיט א ברכה -ווי צו זאגן- דו ביסט זייער שיין אנגעקומען ביז אהער, ס'איז שוין דא מיט וואס א ברכה צו מאכן, און יעצט מאך דיך גרייט צום קומענדיגע לעוועל/מדרגה פון פרייהייט.

וואס ברענגט אונז אין די קומענדיגע סטעפס? די ערשטע פינף סטעפס האט געעפנט אונזער הארץ און מח, מיר זאלן זיין מער זיין ראוי צו טראכטן מיט אן אפענקייט, מיר האבן באקומען דעם שמעק צו אמת'ע פרייהייט, מיר ווייסן שוין אז ס'איז דא מער צו וואס אונז זעמיר געווען געוואוינט ביז יעצט. די קומענדיגע סטעפס באפאסן זיך צו מאנופעסטירן פרייהייט אין אונזער פיזישע מאטיריעליסטישע טאג-טעגליכן הילוך החיים, סוף כל סוף לעבן מיר דאך אין א אזא וועלט און מיר קענען נישט אנטלויפן דערפון. 
אבער נישט נאר א שמעק דערפון, נאר אן אמת'ער זעלבסט קארעקטיווע פרייהייט אפילו פונעם פיזישן שטאנדפונקט, איראניש וועט דער פיזישער חומריות'דיגער טויש אונז טראנספארמירן און זיין ווי א וואגאן צו טוישן אפילו אונזער העכערער ספיריטואלער וועלט.

פארזעצונג בקרוב אי"ה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי, דו באנעמסט מיר! הערליך שיין יעדעס ווארט!
א דאנק פאר אלעם ביז אהער, כ'קען קוים ווארטן פארן פארזעצונג, און צו קענען מקיים זיין דיינע זיסע ריכטיגע ווערטער!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שמעקעדיג, ס׳שמעקט מיר דיין קאמפלאמענט כהאף די באקומסט דא מער ווי א שמעק פרייהייט
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מוציא:

מ'נעמט די דריי מצות און מ׳מאכט א ברכה המוציא "לחם" מן הארץ.
קודם רעדט מען פונעם חלק לחם וואס מצה האט אין זיך, אן דעם ספעציעלקייט און חשיבות פון מצוות מצה, מ'מאכט נאכנישט קיין עקסטערע ברכה.
מצה/לחם איז צוזאמגעשטעלט פון ווייץ קערנדלעך וואס קומט פון דער ערד געמישט מיט וואסער. אבער נישט ווי אויבן ביי כרפס וואס ברענגט ארויס דעם נעגאטיוון זייט פונעם ערדישען גוף אז מ'דארף אים לייטערן און אים איינטונקען אין זאלץ וואסער! (מיר האבן נאך דאן געהאלטן ביי די ערשטע פאזע ווי מ'האמיר געדארפט צוברעכן דעם גוף אביסעלע). מצה/לחם לערנט אונז וויאזוי צו געפונען העכערקייט און פרייהייט אפילו מיטן אומפארמיידבארן טאג-טעגליכן נידריגן חומר. און דוקא מיטן חומר!
מצה/לחם ברענגט ארויס דעם אינערליכן פונק/ניצוץ וואס מ'קען טרעפן אפילו אינעם נידריגען ערדישקייט, "כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם כי על כל מוצא פי ה' יחיה האדם", דער געטליכקייט פונעם לחם דייקא דאס דערהאלט דעם מענטש צום לעבן, ווי דער מיסטישער אויסדריק זאגט "דער העכסטער געטליכסטער ניצוץ געפונט זיך דוקא ביים נידריגסטן מקום".
דאס איז וואס דער מצה/לחם וואס קומט פון דער ערד לערנט אונז. עקספלאריר און געפין העכערקייט אפילו אינעם נידריגסטן ערדישן מצב.

מצה:

מ'מאכט א ברכה על אכילת מצה.

דער נעקסטער סטעפ איז דער ספעציעלער ברכה, די ספעציעלע מצוה פון עסן "מצה".

דא ביי מצה זעהט מען טאקע אויך די פריערדערמאנטע בחינה אז אין ערדישקייט ליגט בעצם געטליכקייט, אבער אויף אסאך אסאך א העכערע דרגה. דא רעדט מען פון די איינציגסטע מצוה עשה דאורייתא (פארבליבן בזמן הזה) וואס באשטייט פון בלויז "אכילה". יא! מ'רעדט פון פשוט'ע ערדישע ווייצלעך וואס ווערן פארשלינגען אינעם ערדישען גוף, און ס'שאפט זיך דערמיט דאס העכסטע וואס מיר קענען זיך פארשטעלן. איז דען פארהאן א גרעסערער פאראדאקס ווי חומריות טראנספארמירט זיך צו געטליכקייט ווי דאס? 

דאס דארף געבן א מורא'דיגער לעהרע פארן מענטש אז אפילו מ'קען נאר זעהן טונקעלקייט, פארמאכטקייט און צמצום, קען טאקע דייקא דארט ליגן די סאלוציע צום ענין, און דער גאנצער צמצום איז בלוז אחיזת עיניים.

מרור:

מ'נעמט דעם ביטערן מרור מ'טונקט דאס איין אין חרוסת.

מרור, ביטערקייט איז אויך א וועג וויאזוי צו טראנספאמירן דעם חומריות צו געטליכקייט, אבער אויף אן אנדערן עקסטרעם ווי מצה. ביטערקייט וועקט אויף דעם מענטש צום ריאליטעט, מרור שאקירט דעם חומר ער זאל זיך אויפוועקן פון שלאף, מ'כאפט א פראסק דא, א שטויס דארט, און ס'איז נישט דא קיין צוויי ברירות, מ'מוז זיך נעמען אין די האנט אריין.

מ'טונקט איר אבער איין אין זיסליכן חרוסת. ווייל אפילו דער ביטערקייט איז דא אויסצולייטערן דעם חומר, דארף מען דאס אביסעלע ממתיק זיין מיט א געוויסער זיסקייט, מ'דארף אפילו אינעם חושך זעהן די ליכט ביים ענדע פונעם טונעל, אז נישט פאלט מען אריין אין א דעפרעסיע ח"ו און ס'איז יצא שכרו בהפסדו.

כורך:

די דאזיגע צוויי עקסטרעמען פון "מצה" - ווי דער חומר איז ליכטיג און מ'קען ממש טאפן דעם העכערקייט - און מרור - ווי ס'איז פארן נחיצות הענין פארשטעלט דער געטליכקייט און ס'איז אויפן מאמענט פאר'חושך'ט - דארף דאס אבער ארבייטן צוזאמען, "עת לרקוד ועת לבכות", א צייט פאר זיס און א צייט פאר ביטער, צופיל פין איינע איז נישט גוט, ס'דארף גיין צוזאמען. 

מ'קען זיך נישט א גאנצן טאג איינוויקלען אין א טלית שכולו תכלת און שרייען! איך האב גאט אויף מיין ספיד דייעל.. אזוי אויך קען מען נישט א גאנצן טאג ראשית חכמה'נען און טרעפן נאר דער ביטערער אידישקייט. נאר כורך זיין ביידע און נוצן די צוויי בחינות מיט חכמה און אויסגערעכנטקייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שלחן עורך:

מען עסט א סעודה.

יעצט נאכן זיך לערנען וויאזוי צאמצושטעלן און ארויסנעמען פון געוויסע חומריות'דיגע אומשטענדן די העכערקייט וואס ליגט דערין דורך די אויבענדערמאנטע 10 סטעפס,איז צייט צו מאכן א פארהער/א טעסט.
מ'גרייט אן א גאנצע סעודה, פארשידענע מינים שונים עסן און טרונקען ליגט פאר אונז אויפן טיש, וועלן מיר מיט די נייע אינפארמאציע ביז אהער קענען אראפלייגען א סעודה ווי עס דארף צו זיין מיט פרייהייט, מער געטליכקייט, אדער נישט?
אין אנדערע ווערטער, וועסטו זיין בבחינת חכם המבין דבר מתוך דבר, און קענען צושטעלן אנדערע סיטואציעס אין לעבן וואס איז נישט אויסגערעכנט אין די פריערדיגע סטעפס און דאס אפלייען און צושטעלן צום ענין?
דאס זאגט אז דו האסט דיך אויסגעלערנט דעם פאך פון טראכטן אן צמצום, דו ביסט אן אריגינעלער העכערער טראכטער, נישט סתם א גוטער מלקט, א גוטער איבערזאגער, און ווען ס'קומט למעשה צו אן ענין וואס איז נישט בפירוש פונעם ענין וואס דו האסט באקומען אינסטרוקציעס דאן ווערסטו סטאק.

שלחן עורך קען אויך געזאגט ווערן לגבי די מענטשן וואס זיצן ביים טיש, אן אנגעגרייטע טיש מיינט פאר אלע וואס זיצן דארט, כל דכפין... דאס הייסט אז ס'איז שוין יעצט צייט אויסצולערנען אפילו אנדערע אויך די וועג וויאזוי ארויסצוקריכן פונעם חומריות, יעדער זאל קענען פארזוכן דעם זיסן טעם פון פרייהייט.

צפון:

א העכערע בחינה פון וואס מ'האט פריער דערמאנט איז צו לעבן מיט פרייהייט אפילו סובקאנטשעסלי. פריער האבן מיר גערעדט פון פארשטיין וויאזוי אנצונעמען די מתנה פון פרייהייט אין אלע הינזיכטן פון לעבן, נישט נאר אויף די פאר עקזעמפלארן אויף וואס מ'האט זיך דאס געלערנט.

"צפון" זאגט נאך אסאך שטערקער! די באהאלטענע קעמערלעך פון מח זאלן זיך אויסלערנען אינסטינקטיוו צו טראכטן אן א צמצום. נישט אז יעדעס מאהל זאל דארפן פארקומען א מלחמה אינעם טראכטן פראצעדור, און נאר נאכן אינערליכן דיבאטע אנקומען צום אמת.
אפילו דער וואס פארמאגט נאך נישט די מעלה איז נאך אלץ אסאך בעסער ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער מ'דארף דאך וואקסן, און דאס איז וואס צפון פרעזענטירט, זיך אויסארבעטן צו ווערן סובקאנטשעסלי א העכערער בעל מחשבה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

זייער שיין. ווער איז דער ראבינער?
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אויב ווילסטו שטארק וויסן? 5 לייקס ביטע !!!
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך שיין, מאטי! (עפעס א שייכות מיט מוטה פראנק?) :)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יישר כוח ר' מאטל פארן אונז מהנה זיין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
days
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך days »

WOW
מוטה א הערליכער ארבעט
ווער איז דעס?
עס שמעקט ווי א לובאוויטש'ע מאמר....
פערל ווערטער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

days

שלום וברכה!
וירח ה' את ריח הניחוח
days
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך days »

שכוח
נייס טא געט טא נוי יא....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לכבוד ערב ר"ח ניסן, צוריק ארויף אויפן האריזאנט.
מען דארף עס כסדר חזר'ן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:לכבוד ערב ר"ח ניסן, צוריק ארויף אויפן האריזאנט.
מען דארף עס כסדר חזר'ן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך קען נישט גלייבן אז כ'האב דאס פארפאסט ביז יעצט. און ווען קומט די לעצטע דריי מכות?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט