בלאט 1 פון 1

שראאבען וויזוי מע רעט

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:33 pm
דורך ידען
פארוואס איז שרייבען אנדערש ווי רעדען? איך האלט אז מע דארף שרייבען אזוי ווי מע רעט אדער רעדען אזוי ווי מע שרייבט.

ווער איך בין?

איך שראב א סאך.

ווער מאכט אפ וויזוי מע זאל שראבען?

זיי מאכען אויך אפ וויזוי מע זאל רעדען?

ווער איז מסכים מיט מיר?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:38 pm
דורך ידען
שמעקעדיג האט מיך דערמאנט צו שרייבען וועגען דעם

kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=7&t=3254

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:58 pm
דורך איחוד פעלד
איך האף צום אויבערשטען אז די רעדסט אנדרעש ווי די שרייבסט, אויב נישט ביטע רעד נישט צו מיר..............................

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 1:01 am
דורך sunbar
די קעפל שטימט נישט. דריי עס ארום...

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 1:10 am
דורך זר זהב

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:32 am
דורך ידען
sunbar האט געשריבן:די קעפל שטימט נישט. דריי עס ארום...

געטוישט

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:44 am
דורך ידען
איחוד פעלד האט געשריבן:איך האף צום אויבערשטען אז דו רעדסט אנדערש ווי דו שרייבסט, אויב נישט ביטע רעד נישט צו מיר...........


מע איז אויפגערעגט אז סע מאכט נערוועז צו שרייבען אאזוי, וועלעך אויפהערען.

פארוואס מאכט עס נערוועז, ווייל מע איז צוגעוואוינט אנדערש?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:51 am
דורך גאלד
גראדע די ליטווישע אידיש הבהרה איז יא מער ווי מ'שרייבט, למשל די ווארט "שרייב"

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:20 pm
דורך קרעמער1
דאס מיינט אז זייער הברה איז די ריכטיגע?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 5:53 pm
דורך זר זהב
זיכער יא

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:20 pm
דורך ברסלבער
ידען האט געשריבן:פארוואס איז שרייבען אנדערש ווי רעדען? איך האלט אז מע דארף שרייבען אזוי ווי מע רעט אדער רעדען אזוי ווי מע שרייבט.
ווער איך בין?
איך שראב א סאך.
ווער מאכט אפ וויזוי מע זאל שראבען?
זיי מאכען אויך אפ וויזוי מע זאל רעדען?
ווער איז מסכים מיט מיר?

הרב פרישער האט זעציכאויס גענומען דעם אשכול זייער ערנסט, און טאקע אנגעהויבן שראאבען וויזוי מערעט.
גראדע קוקט מיר אויס אז ער שרייבט גוטע נושאים, אבער וואס זאל איך טוהן אז נאכן ליינען דעם ערשטן פאראגראף זיינעם הייבט מיר די קאפ אן צו שווינדלען און איך קען נישט ווייטער ממשיך זיין, חבל.
אפשר וועט איינער וואלענטירן איבער צו שרייבן זיינע ארטיקלען אויף פלעין אידיש, אז מיר זאלן עס קענען פארשטיין און הנאה האבן?

מעמאראנדעם

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:14 am
דורך פרישער
הערשט איץ געזעין דעים אשקול איך ביניש זיכער איז מיין שרייבן האט נישט קיין חלק, זעיט אויס אז דער עולם האט גענימען לייקן מיין וועיג ווי איך דריק זיך אויס, הגם איך גלייב נישט אז מיין שרייבן האט א שייכות מיט וויזוי איך רעד, ווייל איך רעד דייקו נישט וויזוי איך שרייב, אויב העט איך למשל געניצט דאס ווארט דייקו אין מיין לעקסיקאן, וואלט איך זיך אליינס נישט געקענט דערליידן, אבער ווען סעקימט צי שרייבן, גלייך איך דייקו יא צי ניצען ספעציעלע אין מאדנע אויסדריקן, איך האב נישט קיין אהנינג צי דער עולם גלייכט וואס אין וויזוי איך שרייב, דא דארט פליקט מיך דער אין יענער אריין ווייטאגלעך, איינער האט שוין געסיינט ריטעינער מיט א לויער ווייל איך דערלאנג עים קאף שמערצן, אז ער גלייכט נישט פאר וואס נישט פשוט איבערהיפן, ווען ער זעיט א פרישער תגיבה, לאידך גיסה קען זיין אז א פרישער תגיבה איז ווערט א חש אינדע ראשו.
"אבי מלייקט" יעצטערד איינגעפאלן קען זיין א גיטע חתימה, האט שוין עימצער דעיס אמאהל געטרעדמארקט, אדער געניצט פריער, אויב נישט איז איגלה מילתה למפרע אז סיז אזוי באשערט פאר מיר, אין סאיז א גיטע חידוש, אדער דייקו נישט ווערט גארניש, תיקו

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:28 am
דורך קינות גירושין
זיי כאטש מסבר וואס יז די פוינט די געשמאק די טעם די סיבה אזוי פאני צו שרייבען
יא מיר אויך מיינע נערווען קראכען , סאיז א שאד אזאלכע הערליכע ארטיקלען

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:50 am
דורך פרישער
סארי סוועט זיין זייער שווער צי מסברן ספעציעל פאר אזוינע וואס סמאקעוועצעך אין עצבות, זיי מוחל ווער מגילגל אין א לייטישן פרייליכען ניק אנע דרשות פאר וואס מדארף ארויס קיקען אויף מרור געפרעיגלט אין חרוסת, קינות מיט גירושין איקוואלס עצבות, נישט קיין חיליק וועלכע וועיג מצישנייט עס, אויב קימסטי ח"ו פין יענעם ריכטינג, פראביר נישט איין צירעדן אז סאיז רויזי אין מזינגט אין סיז לעיבעדיג, איך בין זיכער אז אפילו אין ברעסלאוו מיט קאפוויי קען מען אזא דבר פשיט פארשטיין, נאטינג פערסאנעל. דזשאסט איך קעניש שלום מאכן מיטן ניק.

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 12:57 am
דורך קינות גירושין
א ק איך וועל מיל מגלגל זיין און בדחן וועט דיר זיין מער ניחא?
גט איז בכלל נישט עצבות, יא איך האב פעין אסאך מאל וואס איך פיל אז איך וויל אויסשמוסען מיט חברים, איך קען נישט צופיל חתונה געהאטע אינגעלייט וואס זענען אזוי העפי און רויזי און זינגי און לעבי

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 11:16 am
דורך שמעקעדיג
מר. פרישער, פאר א טשעינדזש, שרייב אפאר שורות ווי נארמאלער מענטש, און בזאת תבחנו אויב דו קענסט טאקע אדער נישט!

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 1:09 pm
דורך פרישער
וואס אין וועים פאלט איין אז איך יכול, קען גאר זיין אז איך בין א אינו יכול, אבער איך שעים זיך בכלל נישט מיטן זיין גענוי ווי אזוי עס שמעקט מיר, אל תסתקל בפאנקן אלא מה שיש לו,

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2013 2:01 pm
דורך מאטי
פרישער דו פארשטייסט אז ווען יואלי לעבאוויטש מאכט נאך אן אונגערישן קומט צו לאכן אבער ווען מ׳הערט אן ארגינעלן אונגערישער איז דאס בכלל נישט פאני דאס האט שמעקעדיג געוואלט וויסן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:07 am
דורך טשוכעפאכע
אין דער גאנצער וועלט איז אנגענומען אז שרייבן שרייבט מען פיל ריכטיגער און שענער ווי מען רעדט. פארוואס - ווייס איך נישט, אבער אויך להבדיל די נביאים שרייבן זייערע נבואות מיט א לשון וואס מען האט זיכער נישט גערעדט אפילו אין זייער צייט. ווייל זייער שפראך איז א פועטישע (ווי א שיר) און עס איז כמעט נישט צו פארשטיין אן מפרשים. פון צווייטן זייט מלכים, שופטים און דברי הימים זענען געשריבן מיט א איינפכאע שפראך (אויסער די שירה פון דבורה'ן) וואס עס להבדיל ענליך צו היינטיגע העברעאיש.