בלאט 1 פון 3

לאמיר זיך באפרייען פון אינטערנעט עדיקציאן

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 7:50 pm
דורך היימישער ליטוואק
לאור מאראנצןזאפט'ס אשכול צו ק"ש איז א עדיקשון. און מיין ביטערע הודאת בעל דין אז יא עס איז, און מכלה מנפש עד בשר. ווי אויך, צרת רבים חצי נחמה, אסאך חברים לדעה האבן זיך משתתף געווען בצערי, און בצערתינו, אז עס איז א פראבלעם פאר א סאך פון אונז.
וויל איך נעמען דעם אינציאטיוו, איך בעט איר זאלט מיר נישט פארשרייען
ווער וויל זיך משתתף זיין מיט א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך?
אפשר קען מען דאס טוהן יעדן דאנערשטאג? אפשר מיט די צייט צוויי מאל א וואך, מאנטאג און דאנרשטאג.
אפשר יעדן ערב ר"ח, במקום יו"כ קטן. וכדומה אנדערע אפשינס.
אולי אזוי ווי מחסום לפי, לאמיר קובע זיין, געוויסע זעקס שעה פון יעדן טאג, למשל פון 10-4 נישט גיין אנליין.
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
מי לה' אלי!!

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:32 pm
דורך גנדי
איך האלט אן שוין יארן א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך...

שבת קודש!

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:13 pm
דורך לעמאן דזשוס
גוט מארגן...

כשלעצמי, האביך שוין פונלאנג געכאפט אז די גאזאלין וואס פיטערט די אינטערנעט אדיקציע איז דאס מגיב זיין. דהיינו, אויב ביזטו מגיב אויף אן אשכול ווילסטו דאך זעהן די תגובות וואס קומען דערנאך מסכים זיין אדער זיך דינגן...אז דו שרייבסט א גוטע תגובה אדער ארטיקל ווילסטו דאך געווענליך זעהן די לייקס און דברי ברכה. דאס שטופט דעם וואגאן ווייטער צוריקצוקומען און ווייטער מגיב זיין כפי הצורך און אזוי אויך שלא לצורך...און וחוזר חלילה וחלילה און ווייטער און ווייטער.

אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם און מען האט פחד עס נישט אנצוווערן און פארלירן, למשל איך וויל נישט פארגעסן פון מיין זיסן יאיר מיט קופערניקוס איך וויל מיט זיי ווייטער פארברענגן איבער א גלעזעלע קאווע!

עס איז אן ענגזייעטי און פאביע אינאיינעם. און אז מען איז מסדר א זמן ווען מען קומט נישט וואקסט די נייגער פילפאכיג און שטערקער און ווערט מער אגרעסיוו.

לדעתי, איז נישטא קיין עצה נאר מסירות נפש, אבער דבילה טענהט ניין. און דאטקאם זעהט אויס טוט יא צום זאך און לעיקוואד רעדט נישט און שוין און שוין..

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:55 pm
דורך שמעקעדיג
I AM IN
איך וועל פרובירן (שלא במסירות נפש ובלי נדר) נישט אריינצוקומען אין די ארבעטס שעות.
אהיימקומענדיג אינדערהיים האב איך שוין לאנג א אפמאך מיט מיין אידענע אז איך בין אינדערהיים מיט איר און די קינדער, און נישט ערגעץ אנדערש, לכה"פ א שעה-צוויי.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:59 pm
דורך זר זהב
איך האב יעדן טאג 8 שעה וואס איך גיי בכלל נישט ארויף אויפ די וועב, איך טריי צו שלאפן אין יענע צייט

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:00 pm
דורך שמעקעדיג
יעדן טאג? אדער יעדע נאכט?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:02 pm
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:איך האב יעדן טאג 8 שעה וואס איך גיי בכלל נישט ארויף אויפ די וועב, איך טריי צו שלאפן אין יענע צייט


פלאס נאך צוויי שעה, א שעה פאר שחרית, און א שעה פאר ברכה״ת, מנחה מעריב, קר״ש על המטה,

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:04 pm
דורך זר זהב
8 שעה פונעם 24 שעה סייקל...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:09 am
דורך היימישער ליטוואק
@גנדי, איך האב גקלערט צו איך זאל דאס ארויסשרייבן, אז איך מיין חוץ שבת. יעצט אויב דו ווילסט נישט איז יהי לך אשר לך.
@לעמאן, יישר כח פאר דיין אינסייטפולע תגובה. איך וויל ביי דיר - און ביי אלעמען - פרעגן א שאלה. דו שרייבסט "אזוי אויך איז פאראן די סאציאלע קאננעקשאן וואס מען קריגט וויילענדיג, שמועסענדיג, דעבאטירנדיג, אינאיינעם", פרעג איך: וואס האסטו פון דעם סאציאלן קשר? שטייגט דיין נאמעןביי עמיצן (איך רעד נישט פון דיין ניק...)? בויעטס דיר אויף א צירקל פון חבירים און באקאנטע? קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט! שרייבסט א שיינע פאעזיא, קענסט דאס אפילו נישט ווייזן פאר דיינע נאנטע, ווייל זיי וועלן זיך דערוויסן פון דיין ווירטועלע אידענטיפיקאציע... וועט דיר יאיר אדער קופערניקוס בארגן אמאל געלט אדער א קאר? וועט לייקואד צו דבילה קומען ווען דו וועסט מאכן א שמחה?
בקיצור, דאס גאנצע סאציאלע בנין וועלכע מ'בויעט דא אויף איז כצל עובר וכחלום יעוף. איז דאס נישט באמת א שאד?
און לעומת זה, וויפיל פארלירט דיין אמת'ע סאשל וועלט? דיינע אמת'ע גוטע פריינט/ דיינע קינדער/ דיין ווייב/ עלטערן/ דיינע געשוויסטער.
וויפיל פארלירט דיין רוחניות'דיגע וועלט? דיין תורה/ תפלה/ תהלים/ חסד וצדקה/ און אפילו סתם צו לייענען א גוטע ביכל אדער ספר.

@שמעקדיג - לא ברור לי צו דו מיינסט דאס ערנסט, אדער דו האסט גשריבן על דרך גנדי וזר זהב. ביטע קלאריפיציר.

רבותי, איך האב נאך א פלאן. אבער דאס נאר נאכדעם ווי איך וועל האבן לכל הפחות א מנין פון ניקים וועלכע ווילן זיך מתארגן זיין אין א רעגלמעסיגע צוריקהאלטונג פראגראם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:17 am
דורך היימישער ליטוואק
שוב ראיתי מה שכתב שמעקעדיג באשכול אחר, והנה אמת נכון הדבר כנים אנחנו! וואונטש איך אים אן ער זאל מצליח זיין מאוד בנכסיו וממנו יראו וכן יעשו.

רבותי, מיר דארפן נאך 8 משתתפים! רופט אייך אן. איך האב אן אמת'ע אינטערסאנטע איידיע וועלכע וועט פארעפענטליכט ווערן ווען מיר האבן א גאנצע מנין.
הושיעה את.........

@בדחן, איך זעה אז דו לייקסט דא ארום, אפשר קען מען דיך מצרף זיין צו מנין?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:47 am
דורך דעת תורה
@היימישער ליטוואק, דער חילוק איז, אויף א אנליין פלאטפארמע קויפסטו דיך איין ידידים וואס דו וואלסט ווען זייער געוואלט האבן ארום דיר אין ריעל לויף, אין פאקט אבער, דיין ריעל לייף סביבה סאקט אריין, כמעט קיינער איז נישט עכט וואס דו זוכסט נאר וואס די אומשטענדן האבן צוגעברענגט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:59 am
דורך היימישער ליטוואק
נישט אמת, דו קויפסט נישט איין קיין ידידים. דער אימעדזש וואס דו מאכסט דיר דא איז אינגאנצן נישט "דו". קומט אויס דיינע א.ג. "ידידים" זענען אפשר גוטע פריינט פון דעם מעיק-בעליעוו איידענטיטי "דעת תורה", אבער נישט פון דער מענטש וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. והא ראיה, פארוואס פיקסטו נישט אויף אזוינע ידידים אין ריעל לייף?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:04 am
דורך שמעקעדיג
@ היימישער ליטוואק,
יעדער מענטש האט א אינערליכע רייץ, און אפילו א צורך, צו בויען זיין עגא. א מענטש דארף אטענשאן און אנערקענונג, און נישט יעדער באקומט עס, עכ"פ נישט גענוג, צוליב פארשידענע סיבות, ע"פ רוב ווייל מען זעהט יענעמ'ס חסרונות, און מען טוט נישט אפרישיעיטן די מעלות גענוג.

קומט א איד אויפן ווירטואלן וועלט, מיט א ניק נאמען, און הייבט אן ארויסגעבן זיינע כשרונות, און געווענליך "בלויז" די כשרונות. פלוצים טרעפן מיר אן ידענים, אלץ-ווייסערס, חוקרים, בא'טעמ'טע שמועסערס, תגובות פול מיט הומאר, חכמים נבונים ופקחים, מען פרעגט שאלות און עס ווערט פארענטפערט, און עס פארמירט זיך א הערליכן וועלטל, ממש א מחיה. יעדער ניק באקומט זיך זיין אמת'ע אויפמערקזאמקייט און אטענשאן, און דאס גיט אנדרענעלין צו גיין נאך און בויען דעם כח העצמיות, העכער און העכער. דער "שנראה מעלות חברינו ולא חסרונם" קומט ארויס אויפן העכסטן שטאפל אויף אזא פלאץ. איי דער אנדערער ניק קען דיר דאך אפילו נישט? ער גייט דיר נישט פארבארגן זיין קאר? הו קעירס. נישט דאס איז דער ציהל. עס איז א עדיקשאן צו א געשמאקע סאושעל פארברענג וואס בויעט אויף דיינע מעלות.

מיינסטו אז קופערניקעס אדער בענזשאמין באקומען צווישן זייערע חברים די ריכטיגע אטענשאן פאר זייערע זיסע שטיקלעך? האו אבאוט משה געציל, מיט זיין גאראדזש נעבן די מאנהעטן בריק, וואס קען שווערליך ארויסזאגן א גראד ווארט אן דעם וואס די ארומיגע שמייכלען? מיינט איר אז יידל אדער יאנקל ווערן פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע אידישע אלץ-ווייסערס? געפילטע מיט זיינע ברייטע ידיעות און פארמאגט א סארקאזם דעטעקטער וועלכע ארבעט אויף שרעקליך הויכע שטאפלען? זר זהב פאר זיין נאלעדזש? מח שליט, ונבנתה, און לעיקוואד פאר זייער טיפע טראכטן? טעפל פאר זיין ברייטהארציגקייט? יאיר און ממי שאמרו פאר זייער תוכן און מהלך המחשבה, וכן הרב ברסלבר? אונזער טייערער קאווע טרינקער פאר זיין אויסטערלישע ידיעה אין חסידות, ספרים וסופרים, און זיסע הומאריסטישע שפראך? יואליש פאר זיין שכל הישר? לעמאן דזשוס פאר זיין אבנארמאלע פאעזיעס וואס נעמט ארויס א מענטש צו א אנדערע פלאנעט, וכן בן תמליון? מאראנצןזאפט פארן צאמווארפן ידיעות שונות מיט א בהירות און בקיאות? א.א.וו. אלע הונדערטער ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך... זיי באקומען זייער פארדינטע גוט ווארט דא. און אז מען טיילט נעמט מען מיט ביידע הענט... דא ווייסט מען נישט זייערע חסרונות, מען פאנטאזירט (פאנטאזיע אשכול!) אז זיי זענען בלויז מלא מעלות, כשרונות וברכה... ס'ארא עולם השקר...

בקיצור הדברים: מען קען נישט אוועקמאכן דעם ענין פארוואס מענטשן קומען דא ענדערש ווי ערגעץ אנדערש, און אנטלויפן פון דעם רעאליסטישן לעבן וועלכע פאדערט עבודה, הן ברוחניות והן בגשמי, טראגן דאגות, אויסהערן די ווייב און קינדער, גיין, קומען, שלעפן, טראגן, ברענגען, קרעכצן, טענה'ן, שרייען, פארשאפן אפאר דאלער... יו נעים איט! דא זיצט מען מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, יעדער הערט דיך אויס ביז צום סוף, קיינער האקט נישט אריין, אדרבה גאר, מען ציטירט דיינע ווערטער, מען רעכנט זיך דערמיט, ממש א פלעזשור! עס קאן גארניט זיין בעסער! נו אודאי האט מען אן עדיקציאן!!

----

דעת תורה האקט ענליך. ליטוואק האט א פירכא, יאנקל האט א תשובה אויפן פירכא..... "שיק"!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:05 am
דורך זר זהב
היימישער ליטוואק האט געשריבן:נישט אמת, דו קויפסט נישט איין קיין ידידים. דער אימעדזש וואס דו מאכסט דיר דא איז אינגאנצן נישט "דו". קומט אויס דיינע א.ג. "ידידים" זענען אפשר גוטע פריינט פון דעם מעיק-בעליעוו איידענטיטי "דעת תורה", אבער נישט פון דער מענטש וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. והא ראיה, פארוואס פיקסטו נישט אויף אזוינע ידידים אין ריעל לייף?

ווייל אין ריעל לייף עקט ער נאר אפשר? דאס וואס ער איז אונטער דעם ניק קען גאר זיין וואס ער איז באמת. ניין?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:23 am
דורך נולד מאוחר
איך האב געמאכט א תענית פאר איין וואך. סהאט געהאלפן פאר יענע וואך ,די מיניט איך בין ציריק ארויף אויפן געוועב איז אלעס ציריק צים אלטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:26 am
דורך היימישער ליטוואק
@נולד, צוליב דעם טאקע וויל איך נאר נידריגער מאכן דעם דראנג און עדיקשין. לעניות דעתי, אויב זאל מען אביסל מצמצם זיין פון אונזער אינטערנעט באנוץ וועלן מיר קענען געניסן פון ביידע וועלטן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:28 am
דורך נולד מאוחר
ווי אזוי געווינט מען זיך אפ? סאיז דאך אן עדיקשין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:06 am
דורך היימישער ליטוואק
לעניות דעתי: צוביסלעך!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:42 am
דורך לאדיך אפ
איך ווייס נישט. פאר מיר עס איז פלעין נישט קיין עדיקשאן. ס'קען אדורך גיין גאנצע וואכן כזאל נישט אריינטרעטן אין קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:45 pm
דורך ידען
גנדי האט געשריבן:איך האלט אן שוין יארן א "תענית אינטערנעט" איינמאל א וואך...

שבת קודש!

איך אויך.

סע נישט א קליינע זאך. פאר די מלחמה האבען ערליכע אידען געארבעט שבת און סע נישט די זעלבע זאך ווייל זיי האבען נישט געקענט האבען א פרנסה אויב זיי האבען נישט געארבעט שבת, אבער מע קען עס נישט אוועק מאכען.

(וועגען יענע צייטען ווען מע האט געארבעט שבת איז דא א אשכול)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:59 pm
דורך ידען
איך טראכט פון מאכען א טאג וואס איך גיי נישט שרייבען ווייל סע נעמט מיך זייער לאנג צו שרייבען און איך קעניש לייענען וועגען דעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:06 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט ווי דאס קומט ענדערש, דא, אדער אין די קאווע שטיבל עדיקציאן אשכול, לייג איך עס דא והוא רחום יכפר וגו'.

עדיקציאן, קאמפאלזשען, אבסעסיע, און העביט, זענען אלע טערמינען וואס ווערן גענוצט דורך מענטשען אויף געוויסע ביהעיוויערס, אבער די חילוקים ציווישן זיי זענען נישט אזוי באקאנט.

העביט (habit)
א העביט איז א הרגל נעשה טבע, ס'דא גוטע העביטס און שלעכטע, פוצן די ציינער איז א גוטע העביט, פוצן די נאז איז א שלעכטע, אפילו אין מח זענען ביידע די זעלבע זאך, אבער ביי מענטשען איז איינס אנגענומען און די אנדערע נישט. אסאך מענטשען האבן א העביט פון טשעקן די נייעס ווען זיי זענען אין קאר, דורך אנצינדען די ראדיא, אזוי אויך זענען דא חברים דא וואס קומען אריין טשעקן פאר נייע אשכולות ווען זיי האבן אפאר ליידיגע מינוט ביים קאמפיוטער, און דאס איז זיכער נישט קיין עדיקציאן.

קאמפאלזשען
קאמפאלזשען איז געווענליך א זאך וואס א מענטש טוט איבער און איבער פילע מאל, געווענליך איז עס צו בארואיגן אן אנקזייעטי וואס ווערט שטערקער ווען ער טוהט עס נישט. ווי למשל טשעקען צען מאל אויב די טיר איז טאקע צוגעשפארט ביים פארלאזן די שטוב/קאר אדער פארן גיין שלאפן, אדער זיך וואשן די הענט אסאך מאל נאכאנאנד זיכער צו מאכן אז די הענט איז טאקע ריין/טהור. איינער פון די קאראקטיריסטיקס פון קאמפאלזשען איז אז די מענשט האט נישט דוקא א הנאה פון די עצם מעשה, און אסאך מאל פארקערט, די הענט קען וויי טוהן פון זיך צו פיהל מאל וואשן, אבער ער טוהט עס נאכאלס כדי צו בארואיגן זיין אנקזייעטי אז זיין הענט איז שמוציג. ווי אויך ביי קאמפאלזשענס ווייסט אסאך מאל די מענטש אז וואס ער טוהט איז נישט לאגיש, אבער ער קען זיך נישט העלפן, ס'איז א ניוראלאגישע דיסארדער וואס רוב מאל ברויך מען דאס טריעט'ן מיט אנטי אנקזייעטי מעדיצינען.

א קאמפאלזשען איז אלעמאל א מעשה, פעולה, נעמען, קויפן, אוועק נעמען, זיי ריין, פארשפארן, וכדו'.

איין אבוויעס חילוק ציווישן א העביט און א קאמפאלזשען איז אז דער מענטש האט די מעגליכקייט גרינג צו סטאפן. למשל אויב א דאקטער הייסט א מענטש נישט פוצן די ציינער פאר דריי טאג, די מענטש וועט זייער מעגליך פון הרגל אנהייבן פוצן די ציינער אזוי ווי ער איז געוואוינט, אבער ווען איינער וועט עם דערמאנען אז דער דאקטער האט געהייסן נישט צו פוצן וועט אים בכלל נישט זיין שווער אראפצולייגן די בראש, משא"כ איינער וואס האט א קאמפאלזשען.

אדיקציאן
אנדערש ווי קאמפאלזשען און העביטס, איז אן עדיקשאן עפעס וואס ברענגט פלעזשור, עכ"פ ווען מ'האט עס אנגעהויבן, ווי למשל אלקאהאל, דראגס, רייכערן, ****, אלע זאכן וואס פילט זייער גוט ווען מ'טוהט דאס. אבער ווען הייסט עס אן עדיקשען? מ'קען ווערן עדיקטעד צו אסאך זאכן, ס'דא עדיקשענס צו אקסידזען, וואסער, גיין אין דזשים זיך אויסארבעטן, אבער צו נעמען די אלע זאכן מיט א נארמאלע מאס הייסט עס נאך נישט קיין עדיקשען, נאר ווען מ'טוהט עס אויף א וועג וואס האט נעגאטיווע קאנצעקווענצן, פיזישע, אדער סאציאלע.

עדיקשענס איז געווענליך נישט צום פעולה, נאר צום סובסטאנץ, די דראג עדיקט ווערט נישט בארואיגט פון שטעכן די נידל, נאר פון די דראג'ס אנקום אין זיין בלוט שטראם.

אנדערש ווי קאמפאלזשען, זענען אדיקטעט מענטשן געווענליך אין דינייעל, זיי זאגן אז די רייכערן שאדט נישט, סתם דאקטוירים טרייבן איבער, וכדו', מענטשן וועלן זיך ארויסדרייען צו רעדן דערפון, ראציאנאליזירן, מיניזימירן די קאצעקווענסן, באשולדיגן אנדערע, זיך פארגלייכן מיט אנדערע, אלעס אבי נישט מודה זיין אז זיי האבן א פראבלעם. מענטשען וועלן נישט גיין זוכן הילף זיך אויסצוהיילן בעפאר עפעס דראסטיש געשענט, ווי א DWI, פארלירן א דזשאב, א מאן/ווייב לאזט זיי איבער א.ד.ג.

איז אינטערנעט א עדיקשען מער ווי האבן א סעלפאון? מענטשן פלעגן זאגן אז מ'ווערט אדיקטעד צו א סעלפאון און מ'קען זיך נישט אפגעוויינען, אבער איינמאל ס'איז געווארן סאציאל אנגענומען ארום צו גיין דערמיט און אפילו רעדן דערויף אונטער אלע מיני אומשטענדן, גייען אויפן גאס, באס, אין עלעוועיטערס, חתונות און אפילו לוויות קען מען זען מענטשען מיט אויסגעשטרעקטע טעלעפאנען, אבער וויבאלד ס'איז געווארן אן אנגענומענע זאך הייסט עס מער נישט קיין אדיקשען. אינטערנעט איז היינט וואס די סעלפאון איז געווען, און פארדעם די טעלעפאון, לאקאמאטיוו, פערד און וואגן, אלעס באקוועמליכקייטן וואס פארדעם האט מען זיך געקענט באגיין אן דעם, אבער איינמאל ס'איז געווארן נפוץ איז עס געווארן די נארם.

ביי אונז אפשר האט נאך אינטערנעט אביסל א סטיגמע, און איינער וואס שפענד צו סאך צייט דערויף וועט מען רופן עדיקטעד, אפילו אויב ער טוהט די זעלבע זאך אויף דעם איין מאשינדל וואס ער פלעגט טוהן אויף צענדליגע אנדערע פלעצער. אמאל פלעגט מען לייענען נייעס אין א צייטונג, א נאוועלע אין א בוך, ידיעות אין אנציקליפידיע, און וויסענשאפט אין טעקס ביכער, חבירים האט מען געמאכט אין קרעטשמע, שמועסן האט מען אין ווערץ הויז, און אראפ שרייבן די גראסערי ליסט האט מען גענומען א בליי און געשריבן אויף א אפגעריסענע שטיקל צייטונג. היינט טוהט מען אלע אויבענדערמאנטע פעולות, און אסאך מער, אויף איין קליינע מאשינדל וואס איז מחובר צום אינטערנעט. און ממילא פון די האלבע שעה צייטונג, שעה ליינען א בוך, 8 שעה א טאג ארבעטן, גיין אויפן גאס, גראסערי, איז עס געווארן אז א מענטש קען שפענדען איבער צען שעה א טאג אויפן אינטערנעט, אבער וועט ער הייסן עדיקטעד?

יעצט צו קאווע שטיבל: דאס איז זיכער אז ס'איז א פלעזשור אהער צו קומען, ממילא איז מסתבר אז ס'איז נישט קיין קאמפאלזשען, אבער מענטשען זענען אזוי שנעל מודה אז זיי זענען דא צו אפט, און עדיקשאן געווענליך פראבירט מען צו פארלייקענען. סאו מיין איך אז עז לאנג אז ס'שטערט נישט צום נארמאלן לעבן, מיט די ווייב, קינדער, באשעפער, איז דאס נישט קיין עדיקשען, מענטשן האבן ליב צו לייענען שיינע ארטיקלען, פאעזיע, וויסענשאפט, פאליטיק, נייעס, און אז מ'טוהט אלעס אויף די זעלבע פלאץ ווערט עס נישט קיין עדיקשען לענ"ד. דאגעגן שרייבן ביי אסאך איז א טאלאנט, און דאס אויסגעבן די טאלאנטן איז זיכער נישט קיין אדיקציאן.

כנלע"ד, און דאס איז אלעס פאר די וואס ס'שטערט זיי נישט צום טאג טעגליכן לעבן, אבער די וואס ס'שטערט זיי יא, זאלן זיכער זוכן הילף, נישט אלעמאל (לייען: כמעט קיינמאל) קען מען זיך אליינס העלפן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:23 pm
דורך קאווע טרינקער
@שמעקעדיג, דו טוסט דא אויס דער עולם נאקעט. פון וואו קענסטו מיך?

@ליטוואק, מהא גופא, פון פראקלאמירען א "תענית", זעה איך אן "עדיקציאן".
די חסידים האבן נישט פארשטאנען וואס דער רבי/קאווע וויל, האט מען אריינגעשיקט איינע פון גרויסע תלמידים צו ר' קאווע, און ער האט מסביר געווען אזוי-צו-זאגן:
די קווענקעלנישן איבער דעם כוח המושך צום שטיבל - וואס דער עיקר פראבלעם איז דער כוח הדוחה פון וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן/לערנען וואס דאס שטיפט אוועק, האב איך שוין פון לאנג. קיין שמועס אויף דעם דא אין שטיבל האב איך נישט געוואלט מאכן, משום כבודם של המנהלים ובני הקהילה. פון מאל צו מאל, ווען כ'האב זיך אנגעקוקט ווי א משוגענער, האב איך זיך מנחם געווען, טראכטענדיג: אז יידל איז דא, דאן קען נישט זיין אז דאס איז עפעס א שמץ פון חסרון, מענטש-שוואכקייט.
אבער למעשה, למעשה, למעשה, מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין, און דערפאר האב איך פראבירט אפאר טעג אן דעם. אבער טייערע ליטוואק, אז דו ווילסטוך באמת אפגעוואונען פון באזוכן דא אין שטיבל מער ווי דער מאס, דאן איז די עצה צו ארבעטען אויף "זיך". - אז דו קענסט דאס נישט טוהן נאר מיט נאך ניקים צוזאמען, דאן איז דאס א סימן אז איר (איך) זענען עדיקטעט.