קאנספיראציעס קאנספירירט: א טיפערע בליק,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

קאנספיראציעס קאנספירירט: א טיפערע בליק,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

לכבוד מיינע ברודער אין פריינד, בית ישראל היקרים,

נאכען נעכטען שרייבען אן ארטיקעל וועגען פלארייד אין די וואסער, אין זעהענדיג די רעאקציע פין א טייל, האבעך גזעהן אז ס'דא מענטשען וואס זענען אזוי ווייט פין טראכטען אויף אזא וועג אז זיי קענען זייער שווער פארדייען אז אזאלכע זאכען זאלען קענען האבען א שייכות מיטען אמת, אין ווייל איך ביי מיר האלט איך אז ס'זייער וויכטיג צי קענען אזוי טראכטען ווייל אזוי קען מען זיך באווארענען פין זאכען וואס מען וואלט נישט געטוהן אן פארשטיין בעסער דעם ענין, איז וויל איך מיט הילף פין גא-ט אביסעל שרייבען פין די ענין פין קאנספיראציעס אין ארום, אין טאמער וועט עס אפילו העלפען אויף סיי ואס פאר א וועג נאר איין אידיש נפש איז והיה זה שכרי,

איז טייערע ברודער הערטס מיר צי, דוד המלך זאגט אין תהילים יתיצבו מלכי ארץ ורוזנים נוסדו יחד על ה' ועל משיחו ננתקה את מותרותימו ונשליכה ממנו עבותימו, די מלכי ארץ ורוזנים טוען קאנספירירען צי אויסרייסען אידישע קינדער, אבער יושב בשמים ישחק אין ס'געלונגט זיי נישט,
יא ס'איז א קאנספיראציע,

פרעה האט אויך געמאכט א קאנספיראציע, ער האט זיך צאמגעזעצט מיט די מיצרישע קארפען קעפ אין קאנספירירט, וויזוי קען מען פארשקלאפען די אידישע קינדער אז זיי זאלען זיך נישט חאפען ביז ס'וועט שוין זיין צי שפעט, אין די קאנספיראציע איז זיי געלונגען, עד שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים וגאלם,

וואס איז די פשוטע הסבר פין א קאנספיראציע, ווען איינער וויל עפעס פין א צווייטען אדער געוועלטיגען אויף א צווייטען, אין ער ווייסט אז אויפען גלייכען אופן קען ער עס נישט דארעכפירען, טוט ער קאנספירירען אין פרובירט צי איבערקלוגען זיי צד שכנגד, אין ווען יענער חאפט זיך אז ער איז פארפירט געווארען קען שוין זיין צי שפעט,

דער ערשטע קאנספיראטאר איז געווען דער נחש הקדמוני, דער באשעפער האט באשאפען א מענטש אויף די וועלט, בדמותו אין בצלמו, אדם הראשון איז געווען אזוי לעכטיג, ס'האט געשפיגעלט פינעם די הייליגקייט, די חשוב'סטע בריאה אויף די וועלט, ער איז געזעצען אין גן עדן אויף קעסט, אין זיך מתענג געווען באור זיו שכינתו יתברך,

דער נחש איז אויסגעגאנגען פאר קנאה, אין ער האט דאך געוויסט אז ער קען נישט געווינען אדם גלייך אויף גלייך ווייל אדם איז גרעסער פין אים, האט ער קאנפירירט א פלאן וויזוי ער וועט אים פארפירען, די כח פין דעם נחש הקדמוני אין אזוי אויך פין אלע קאנספיראטארען איז די כח פין ערממיות, אזוי ווי דער פסוק זאגט והנחש היה ערום, אין דעם כח האט ער געניצט צי פארפירען אין אראפ ברענגען אדם'ען, קודם האט ער געוויסט אז טאמער וויל מען איבעררעדען א מענטש גייט מען איבעררעדען זיין ווייב, אין זיין ווייב וועטעם שוין גרינגער קענען איבעררעדען, אין א פרוי האט ער געוויסט וועט עים שוין גרינגער זין צי פארדרייען דעם קאפ,

איז דער נחש געגאנגען צי חוה אין מיט זיין כיטרע צינגעל צי דרייען, קודם האט ער איר געגעבען צי פארשטיין אז ער מיינט גאר נאר איר טובה, --- אין דאס איז זייער וויכטיג צי נאטירען ווייל דאס איז איינע פין די שליסעל טאקטיקען פין קאנספיראטארען אז זיי שטעלען זיך ארויס ווי די גוטע וואס זיכען די טובה אין דעם כלל גייט אריין וואקסינס/פלארייד אין אנדערע זאכען ---, עכ"פ דער נחש זאגט איר אז דער באשעפער איז גאר דער קאנספיראטאר, ער וויל נישט זי זאל עסען דעם עץ הדעת ווייל ער האט פשוט מורא פאר קאמפעטישען, אין פארדעם האט ער געזאגט אז מען שטארבט דערפין כדי דיר צי אפשרעקען, אבער ס'איז נישט מער ווי א ליגענט, --- אין דאס איז אויך וויכטיג צי נאטירען ווייל אלעמאל וועט די קאנספיראטאר פרובירען צי אראפמאלען דעם ארגינעלען אין אמת'דיגען אז יענער איז גאר דער קאנספיראטאר אין ער איז די אמת'ע אין דער וואס מיינט נאר די טובה פין די זאך אנע שום פניות,

אין מען דארף וויסען אז דער נחש וואס דאס איז דער ס"מ אין דער מלאך המות, האט א געוויסע היפנאטישע כח, מיט וואס ער קען פארשיכורען א מענטש פאר א געוויסע צייט, אז ער זאל נישט קענען געהעריג טראכטען, אין פארדעם קען דער מענטש אריינפאלען אין די פארדרייטע לאגיק פין דעם ס"מ חאטשיג ווען ער איז ביים קלארען זינען וועט ער עס נישט קויפען, אין פארדעם זאגען חז"ל אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, אין דאס איז דער כוח פין דעם נחש די כוח פין ערממיות אין די כוח פין פארשיכורעם דעם קרבן אז ווען ער וועט זיך חאפען וועט שוין זיין צי שפעט,

למעשה האט אדם געזינדיגט אין געפאלען מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, ער האט פארלוירען פין די גרויסע מדרגות געווארען פארטריבען פין גן עדן, אין ס'נגזר געווארען מיתה עד סוף כל הדורות, אין ס'געווארען מעורב טוב ברע, דאס מיינט אז דער כח פין דעם יצה"ר קומט נישט אין פארען פין א נחש אינדרויסען פין דעם מענטש נאר אין דעם מענטש אליינס איז געווארען א יצה"ר וואס זיכט אים צי פארפירען פין אינווייניג,

עכ"פ זעה מיר אז דער עיקר כוח פין דעם ס"ם אין אויסנארען אין קאנספירירען, אין אויך זעה מיר אז דער בעל דבר ארבעט היינט (נאך וואס ס'געווארען מעורב טוב ברע) דורעך דעם מענטש אליינס, דאס מיינט אז מענטשעם וואס די חלק הרע איז ביי זיי שטארקער קען די בעל דבר זיי פארפירען אין אויסשפילען זיין אגענדע דורעך זיי, אזוי ווי חז" זאגען מגלגלין זכות על ידי זכאי וחוב על ידי חייב,

יעצט מען דארף פארשטיין א וויכטיגע זאך, די וועלט קען מען זאגען איז ציטיילט אויף דריי חלקים, די רוב זענען די המון עם וואס זענען מער ווייניגער ארענטליך אין נאיוו אין פארשטייען נישט די גרעסערע בילד פין די וועלט, נאכדעם איז דא פין איין זייט א קליינע מספר פין רשעים ארורים וואס פארשטייען די גרעסערע בילד אין ווייסען אז דער המון עם פארשטייט אפילו נישט אז ס'בכלל דא אזאלכע שלעכטע מענטשען אין זיי ניצען עס אויס פאר זייער אגענדע אין קוקען אן דעם המון ווי א סטאדע בהמות, אין פין די צווייטע זייט איז דא א קליינע מספר וואס איך ריף די צדיקים וואס זיי פארשטייען יא די גרעסערע בילד אין זיי זעהען וואס די רשעים טוען אין זיי פרובירען זיך צי שלאגען מיט זיי,

אין מען דארף אבער פארשטיין אז אפילו די רשעים זענען אויך מענטשען אין פאלען אינטער די מענטשליכע נאטורען, אין א מענטש האט נישט ליב צי שפירען אז ער איז שלעכט אין ער טוט שלעכטס, ממילא וועלען זיי אלעמאל זיכען סיבות צי בארעכטיגען זייערע ביטערע מעשים מיט טרעפען קאמפליצירטע תירוצים פארוואס מען מיז טוהן דאס וואס זיי טוען אין ס'נישטא דא קיין צווייטע ברירא, היטלער האט אויך געהאט א גאנצע קאמפליצירטע שיטה פארוואס מען דארף הארגענען די אידען אין ער האט געהאלטען אז ער טוט דאס וואס מען דארף, אין אזוי אויך אנדערע גרויסע רשעים אין באנדיטען האבען זיך קאנווינסט אז זיי טוען גאר גא-ט'ס ארבעט, אין דאס איז פין די דרכי היצר צי צידרייען דעם מענטש אז די רשעות וואס ער טוט איז גאר גוטס, אין דער רשע קען באשטיין זיך צי לאזען פארפיהרען ווייל טיף אין הארץ ציהט זיין רשעות צי טוהן די רשעות סאו מיז ער טרעפען א סיבה פארוואס ס'גוט עס צי טוהן,

יעצט די סיבה פין אסאך מענטשען נישט צי גלייבען עפעס וואס קען פאלען אינטער די נאמען קאנספיראציע איז נישט ווייל ס'יא אדער נישט דא א מאנגעל אין באווייזען אז די זאך איז יא אדער נישט אמת, די סיבה איז אז פאר אסאך מענטשען איז שווער צי שלום מאכען מיט די געדאנק אז אזא זאך זאל בכלל קענען זיין אמת, אין ממילא וויפעל באווייזען די וועסט נאר ברענגען וועט עס ווייניג העלפען ווייל ער ווייסט אז ס'קען נישט זיין אמת ממילא זענען די באווייזען זיכער פשוט אויסגעטראכט פין קאנספיראציע טעאריקער ממילא ברענגען נאך אין נאך באווייזען איז לאו דוקא אז ס'וועט העלפען,

יאזעף געבעלס ימ"ש דער נאצישע פראפעגאנדע מיניסטאר האט געזאגט וועגעכן פראפעגאנדע אז "ווי א גרעסערע ליגענד אלץ מער וועט מען עס גלייבען", אין די סיבה איז פשוט ווייל דער המון וועט טראכטען אז ס'קען נישט זיין אז ס'ליגענט ווייל אזא גרויסע ליגענט וועט זיך קיינער נישט וואקען צי זאגען, עכ"פ די רשעים ווייסען פינקליך די שוואכטקייטען פינעם המון אין ניצען עס גוט אויס מיט אויסגערעכענטע רשעות,

ביי די קריג ווען פוילישע פליטים זענען געקומען קיין אונגארען אין פארציילט פין די מאסען שחיטות וואס דער דייטש ארבעט אן, האבען די אונגערישע נישט געוואלט גלייבען, חאטשיג אזוי פיהל פין די פליטים האבען געזאגט די זעלבע זאך, אין ס'געוון אסאך ראיות דערצי, דאך האבען די אונגערישע נישט געוואלט גלייבען ווייל זיי האבען געוויסט אז ס'קען נישט זיין ממילא האבען זיי געזאגט "פוילישע ליגנער",

זעהט מען אז ווען א מענטש ווייסט אז א זאך קען נישט זיין דאן העלפט נישט קיין פאקטען, ממילא דארף מען קודם וויסען אז ס'דא מענטשען אויף די וועלט וואס זענען אומשטאנד צי טוהן זאכען וואס רוב מענטשען וואלטען זיך נישט געחלום'ט אין די פעך שווארצסטע חלום אז אזא זאך קען בכלל ג'חלום'ט ווערען, אבער מען דארף וויסען אז ס'דא אזאנס אין ביז משיח וועט קומען וועט עס זיין, אין רוב מאל קומט עס אינטער די מאנטעל פין מיינען די טובה,

יעצט ווען ס'קומט צי קאנספיראציעס מיז נישט זיין אז אלעס איז אמת, אין ס'מיז נישט זיין אז אלעס איז געווארען אויסגערעכענט פין פאראויס, ס'קען זיין אז זיי אליינס האבען נישט געוויסט אין נאכדעם ווען זיי זענען געוואר געווארען האבען זיי געקענט באשטיין עס זאל אנגיין, פאר די טובה וואס קומט ארויס דערפין לויט זייער פארדרייטע לאגיק, ס'זייער שווער צי וויסען פינקטליך, ווייל ס'איז דאך אלעס פארשלאסען אונטער שלאס אין ריגעל, ממילא קען מען נאר חשבון'ען אין פרובירען טראכטען לויט וויפעל מען ווייסט וואס די אמת קען זיין אין לויט דעם זיך היטען,

למשל ווען ס'קומט צי די פלארייד, אפילו לאמיר זאגען איינער איז נישט זיכער אז ס'אמת אבער טאמער ס'דא א צל פין א ספק דארף מען זיך שוין היטען דערפין אין אזוי אויך ביי אנדער זאכען,

עכ"פ די מענטשען משורש נחש, טאמער וועלען זיי זיין מאכטפול אין האבען די געלעגענהייט וועלען זיי טוהן זאכען וואס פאר דעם דארעכשניטליכע מענטש וועט עס זיין ממש אוממעגליך צי גלייבען, אבער די מציאות איז א ס'איז א חלק פין די בריאה אין ביז די גאולה שלימה איז אזא מציאות, מען זעהט אז ס'דא מענטשען וואס לייקענען די האלאוקאוסט ווייל ס'הערט זיך ווי א חלום ס'קען נישט זיין אמת די אידען האבען עס מסתם אויפגעטראכט, זיכער איז דא וואס לייקענען עס מטעם אנטיסימיטיזעם, אבער ס'דא וואס קענען עס פשוט נישט גלייבען, אפילו אידען, דער דארעכשניטליכע מענטש, איז אזאלכע אומגעהויערע רשעות אזוי ווייט פין די מציאות טאקע זיי קענען גלייבען אז ערגעץ יארען צירוק איז ערגעץ ווייט אוועק פארגעקומען א אוישוויץ אבער היינט איז שוין נישטא אזאלכע אדער ענדליכע רשעות אין דעם איין אין צוואנציגסטען יאר הונדערט איז שוין אלעס פיין אין גוט, די שלעכקייט וואס איז אמאל געווען איז שוין לאנג פארשווינדען אין עפעס א שווארצע לאך,

אבער די אמת איז אז ווי מער די טעכנאלאגיע גייט פאראויס טרעפט די שלעכטס מער וועגען וויזוי זיך צי אויסדריקען, אין ס'איז טאקע בהסתר ווייל זיי קענען נישט ארויסקומען בגלוי ווייל די וועלט וועט זיי אויסרייסען, ממילא גייט אלעס בהסתר אין פיהל מיט ערממיות אין מיט א פלאן וויזוי צי אראפמאלען די וואס חאפען זיך אויף זייערע מעשים תעתועים אלץ "קאנספיראציע טעאריקער אין משוגעים מיט פארדרייטע קעפ וואס זיכען אלץ דעם שווארצען שטן וואס איז באהאלטען אונטער יעדע שטיין, פשוט נישט קיין נארמאלער מענטשען וואס מען דארף לייגען אין א מענטעל אינסטעטושען,

אין סטאלין'ס רוסלאנד ווער עס האט נישט געגלייבט אז דאס קאמאניזעם איז די אויסלייזער פין די מענטשהייט פין די קאפיטאליסטישע באנדיטען האט מען פשוט אריינגעלייגט אין משוגעים הויז, דער אידאך משוגע,

זייט די אונדיסטרואלע רעוואלוציע ווען די טעכניק האט אנגעהויבען צי גיין פאראויס מיט א שנעלען גאלאפ זענען די צרות געווארען מער אין מער, נאך די ערפינדונג קודם פין די דרוק אין נאכדעם פין די ראדיא איז אויפגעקומען א סייענס פין קאנטראלירען דעם דעת הקהל דורעך די מידיא, אין ס'האט ווייניג מיט שכל ס'האט מער מיט געפיהל אין יא מען דארף אינטערשמירען אביסעל אויבען'אויפדיגע לאגיק דא אין דארט, אין דאס פארעמט אויס דעם דעת הקהל אין מיט דעם קען מען פארפיהרען די וועלט, אין וויי פאר דער וואס זאגט אנדרעש, דער אידאך משוגע !,

איינמאל מען פארשטייט אז ס'מעגליך אזא זאך , אז ס'דא אזא מציאות , אז מענטשען זאלען טוהן אומגלויבליכע זאכען, קען מען שוין גרינגער זעהן די פאקטען אין א אנדערע ליכט אין נישט פרובירען אלעס צי אפפרעגען נאר ווייל ס'קען נישט זיין, אין אזוי איז גרינגער צי זעהן די מציאות,

פאקטען אין זאכען וואס ברענגען אויף גרויסע שאלות איז דא אסאך, אבער מען דארף זיין אפען עס צי זעהן, ס'איז דא עפעס באהאלטען וואס די גאס ווייסט נישט די שאלה איז וואסw אין דאס פרובירען אסאך מענטשען צי אויספיגערען, אין זיי זענען נישט משוגע דערפאר, סך הכל טראכטען זיי אין זיי האבען קשיות אין זיכען תירוצים,

כ'האף אז כ'האב אביסעל קלארער געמאכט ס'ענין

זאל גא-ט העלפען אז אידען זאלען שוין אויפגעראכטען ווערען, אמן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר