בלאט 1 פון 1
שיר השירים ו'
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:08 pm
דורך בן תמליון
קאפיטל (
א) (
ב) (
ז) דא.
אנה הלך דודך היפה בנשים..ווי איז ער דיין ליבער, דו פרוי מיט שיינע שטריכן
ווי איז ער געגאנגען קום לאמיר איהם זוכן
דודי ירד לגנו..מיין ליבער איז אין גארטן פון בשמים צווייגן
רויזן צו קלויבן אין גערטנער זיך צו לייגן
אני..איך בין צו איהם און ער איז צו מיר
וואס רויזן טוט ער קלויבן פון יעדן קאליר
יפה את רעיתי..שיין ביסטו מיין ליבע ווי תרצה די שטאט שטאלצירט
הערליך ווי ירושלים די הויפט שטאט באצירט
ווארפסט א ציטער ווי אן ארמיי וואס מארשירט
הסבו עיניך מנגדי..דריי אוועק דיינע אויגן פון מיר אה! זיי נעמען מיר איבער
דיינע האר ווי א טשערדע שאף גלישטן זיך גלעד אריבער
שיניך..דיינע ציין ווי א סטאדע שאף געוואשן ריין
יעדע האט איר פאר עס פעלט נישט קיין איין
ששים המה..קעניגנס זענען אפילו זעכציג אויפאמאל
פלגשים פיר צענדליק און מוידן אן א צאל
אבער..
אחת היא יונתי..מיין טייבעלע איז איינציק און גאנץ
צו איר מוטער וואס האט געבארן א קראנץ
זיי קוקן די מיידלעך און לויבן איר גלאנץ
די קעניגנס מיט פלגשים גייען פאר איר א טאנץ
מי זאת..ווער איז זי וואס שיינט ווי דער מארגן
שיין ווי די לבנה, ווי די זון לעכטיק
פארכטיק ווי אן ארמיי מעכטיק
אל גנת אגוז..צום ניסלעך גארטן בין איך אראפ פרוכטן צו קלויבן
דער מילגרוים שפראצט שוין עס בליען די טרויבן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:02 pm
דורך געפילטע פיש
הערליך! מ'דארף אלע קאפיטלעך פאראייניגן אין א PDF אז ס'זאל זיך בעסער זאגן פסח נאכן סדר.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:25 pm
דורך קאווע טרינקער
פשוט פשט!
אריין אין מאחורי..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:10 pm
דורך שמעקעדיג
פראכטיג, בן תמליון!
גענוי אין צייט בעפאר פסח, ווען די אהבה פון די שכינה און כנסת ישראל קומט ארויס מיטן פולסטן פראכט, און נאכן סדר זאגט מען שיר השירים מיט רגשי אהבה, אה!
געפילטע פיש האט געשריבן:הערליך! מ'דארף אלע קאפיטלעך פאראייניגן אין א PDF אז ס'זאל זיך בעסער זאגן פסח נאכן סדר.
בל"נ אז כ'וועל האבן אביסל צייט נאכן פארענדיגן אלע קאפיטלען, וועל איך עס שיין מסדר זיין.
עס וועט זיין די שענסטע מתנה צו געבן פאר חברים!!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:59 pm
דורך בן תמליון
שמעקעדיג האט געשריבן:פראכטיג, בן תמליון!
גענוי אין צייט בעפאר פסח, ווען די אהבה פון די שכינה און כנסת ישראל קומט ארויס מיטן פולסטן פראכט, און נאכן סדר זאגט מען שיר השירים מיט רגשי אהבה, אה!
דאנק אייך. אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:16 am
דורך משה געציל
הערליך!
איך בין ברור כצהרים בשמש אז דער מלבי"ם וואלט ווען געליבט דיין ווערק!
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 9:10 am
דורך איחוד פעלד
וואס טוט זיך דא, די גאנצע שיר השירים גייט ארויף אויף דער וויכוח צווישען הקב"ה און כנסת ישראל, ווי כלל ישראל און כביכול רעדען בדרך אהבה איינער צום אנדערען.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 10:30 am
דורך קינות גירושין
בן תמליון האט געשריבן:אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
לא ידעתי , איך האב נישט געוויסט ווי אזוי זיך צו היטען ( פון עבירות) , האב איך מיך אליינס געמאכט ( אנגעברענגט די פראבלעמן) , עסזאל הערשן אויף מיך א פרעמד פאלק
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 10:59 am
דורך בן תמליון
איך מיין אז נישט דאס איז די טייטש פון די ווערטער לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב אדרבה פרוביר עס אריינצוקוועטשן ווארט ביי ווארט. רש"י און מפרשים ברענגען דרושים אויף די פסוקים אבער זענען נישט פשוטו של מקרא.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:38 am
דורך יאיר
א הערליכע ארבעט, בן תמליון!
בן תמליון האט געשריבן:אגב האב איך בשום אופן נישט געקענט אפטייטשן דעם לעצטן פסוק אין דעם קאפיטל: "לא ידעתי נפשי שמתנו מרכבות עמי נדיב" דער פשוטער באדייט און ווי עס קומט אריין אין קאנטעקסט. אפשר קען איינער מפרש זיין.
איך מיין אז מען דארף דאס ליינען אין קאנטעקסט מיט די פריערדיגע און שפעטערדיגע פסוקים. אין אנהויב פונ'ם פרק האבן דאס מיידל'ס חבר'טעס (די בנות ירושלים) געפרעגט, אנא הלך דודך, היפה בנשים? ( וואו איז דיין ליבער, דו שיינע מיידל?), אנא פנה דודך, ונבקשנו מעמך - זאג אונז וואו ער איז געגאנגען, וועלן מיר אים גיין זוכן. אויף דעם ענטפערט זי אז איר ליבער, דודי, איז געגאנגען אין גארטן קלייבן רויזן, און זי לייגט צו, אני לדודי ודודי לי, הרועה בשושנים. דאס דייט אן די געוואלדיגע אהבה וואס איז דא צווישן איר און איר ליבער וועלכער קלייבט יעצט רויזן.
דערנאך רעדט איר ליבער, און ער דערציילט דאס שיינקייט פון זיין באליבטע, אז זי איז אזוי שיין ווי תרצה (די הויפטשטאט פון ישראל) און ווי ירושלים (די הויפטשטאט פון יהודה), ער רימט אויס אירע פיזישע שטריכן, אירע בלאנדע האר און שניי ווייסע ציין, און ער דערציילט ווי די שענסטע פרויען, מלכות און פילגשים רימען איר אויס. נאכדעם פארענטפערט ער זיך פארוואס ער איז אוועקגעגאנגען פון איר, ווייל ער האט געוואלט גיין זען אויב עס איז שוין געצייטיגט די ניס און די פרוכט: אֶל-גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי, לִרְאוֹת בְּאִבֵּי הַנָּחַל; לִרְאוֹת הֲפָרְחָה הַגֶּפֶן, הֵנֵצוּ הָרִמֹּנִים.
יעצט רעדט דאס מיידל און שילדערט ווי זי האט חרטה פאר'ן אוועקגיין בשעת איר ליבער איז נישט דא געווען: לֹא יָדַעְתִּי - איך האב נישט געוואוסט (געהאט די שכל) צו ווארטן אויף אים, נַפְשִׁי שָׂמַתְנִי, מַרְכְּבוֹת עַמִּי נָדִיב. איך האב זיך געמאכט שנעלע רייטוועגענער אזוי ווי די עשירים פון מיין פאלק, און איך בין אוועקגעפארן פון אים. (עס זענען דא וואס טייטשן עמינדב פאר א נאמען פון אן עושר וואס איז געווען בארימט מיט זיינע טייערע וועגענער).
אויף דעם בעט דער ליבער אז זיין באליבטע זאל צוריקקומען צו אים: שׁוּבִי שׁוּבִי הַשּׁוּלַמִּית, שׁוּבִי שׁוּבִי וְנֶחֱזֶה-בָּךְ וכו'.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:05 am
דורך בן תמליון
ייש"כ יאיר פשט זעט אויס איז אין אייער ריכטונג. דער גאנצער שיר השירים פאעזיע לויפט ארום דעם רועה מיט זיין אהובת נפשו וואס למעשה אנטלויפן זיי איינער פונעם צווייטן ווען עס קומט למעשה און עס בלייבט בלויז געגועים.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:29 pm
דורך אויס מענטש
משה געציל האט געשריבן:הערליך!
איך בין ברור כצהרים בשמש אז דער מלבי"ם וואלט ווען געליבט דיין ווערק!
פארוואס ? דער מלבי"ם גייט אינגאנצן אויף אנדערע מהלך ? און זיין הקדמה פרעגט ער אפ אלע מהלכים
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:50 pm
דורך משה געציל
כוונתי להחלק הקינסט שבו! דער מלבי"ם איז אויך געווען א יחיד במינו אין די סארט ארט, ליינט זיין הקדמה צו שיר השירים.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:27 pm
דורך אויס מענטש
כ'האב עס געליינט דעם שבת וממש נשתגעתי מרוב הכשרון
וזאת אצל רב לפני ק"נ שנים
כי אז באותן השנים ההשתמשות במיטב לשון קודש הי' דל ורז, {לא למדו דקדוק} ועם כל זה עט"ו יוצא בכתיבתה ככלה מחופתה