בלאט 1 פון 1
דער האן וואס האט געלעבט 18 חדשים אן א קאפ
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:39 pm
דורך גאלד
א האן מיטן נאמען "מייק" האט געלעבט 18 חדשים נאכן פארלירן זיין קאפ אום 1945 אין א פארעם אין פרושע קאלעראדא. לויט געוויסע באריכטן, דער טאג וואס דער האק האט געטראסקעט, איז מייק געשלאפן מיט זיין קאפ אונטער זיינע פליגעל. דער געשיכטע איז ארגינעל געווען באשריבן אינעם אקטאבער ביילאגע פון לייף מאגעזין,
זעה נאך בילדער און לייענט דעם ווילד-פרעמדער-ווי-פיקציע געשיכטע אין Life.com
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:35 am
דורך יידל
ניין‚ יאנקל, ער האט געוואלט נוצן די מעשה אלס א ראיה אז א כלל אין ש"ס איז נישט אבסאלוט און קען האבן יוצאים מן הכלל.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:39 am
דורך kliger
די האן האט נאך געהאט א חלק פונעם מח
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:50 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך קען א איד אין בית מדרש וואס לעבט שוין דרייסיג יאר אן א קאפ, נעבעך.
אייגענטליך איך קען מער ווי איינס!
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:00 am
דורך היימישער ליטוואק
עס איז אבוויאסלי א פאלשע ארבן לעגענדע. השוה לכאן את השאלה הידועה אודות התרנגול שלא היה לו לב, שדנו בזה החכ"צ והר"י אייבשיץ ועוד.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:13 am
דורך דעת תורה
מהי ההשוואה? מנא לך שהעובדא ההיא היתה רק לעגענדע?
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:36 am
דורך געפילטע פיש
@היימישער, ס'גארנישט קיין לעגענדע, דא האסטו די וויקיפידיע בלעטל פון
מייק די קאפלאזע האן.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:41 pm
דורך gehlungen
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך קען א איד אין בית מדרש וואס לעבט שוין דרייסיג יאר אן א קאפ, נעבעך.
אייגענטליך איך קען מער ווי איינס!
I don't know why. But you are reminding me of the TALKING FISH in skver lol
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 12:56 pm
דורך קעניגרייך
געפילטע פיש האט געשריבן:@היימישער, ס'גארנישט קיין לעגענדע, דא האסטו די וויקיפידיע בלעטל פון
מייק די קאפלאזע האן.
אויב איז עס בוכשטעלביך א לעגענדע מיינט די וויקפידיע בלעטל זערא.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 12:44 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט 'בוכשטעלביך', א וויקפידיע בלעטל אליין איז טאקע נישט קיין ראי', אבער די אינהאלט און מראי מקומות זענען יא.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:11 am
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט 'בוכשטעלביך', א וויקפידיע בלעטל אליין איז טאקע נישט קיין ראי', אבער די אינהאלט און מראי מקומות זענען יא.
אויב מעגליך ווייז אן פון וועלכע מראה מקומות די רעדסט וואס זענענן מער באגלייבט פון עצם בלעטעל, כ׳האב פראבירט אליינס און נישט געקענט צוטרעפן, ייש״כ
נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 1:49 am
דורך געפילטע פיש