בלאט 1 פון 7

נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:44 pm
דורך זר זהב
זייטס מיר מוחל, נישט זיך נאריש צומאכן סתם אביסעלע זיך אויסטשוכן אין שמייכל פארום, קען מען נעמען אנקעטעס איבער אלעס, טעארעטיקלי, לאו דווקא שייכות'דיגע אישוס תרתי משמע. ס'מוז נישט זיין שייך און ס'מוז נישט האבן שייכות.

ובזה החילי: אויב מ'זאל גיבן יעדן דא א טשענס מיטצוהאלטן א סדר ביי איינע פון די דריי אידן: הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הרה"ק מבעלזא זי"ע, הגאון הגדול חזון איש זי"ע. וואו וואלסטע געוועהלט מיטצוהאלטן און פארוואס? ביטע אפגעבן אן ענטפער א דאנק. (אז איך מאך מיר אזוי נאריש שטים כאטש ביטע)
--------
מיין צווייטע אנקעטע איז וועלכע פסח קעיקס/קוקיס פרעפערט איר? אבערלענדערס? הגדה?

די אשכול איז אפען פאר יעדן צו פרעגן וואס ער וויל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:18 pm
דורך יידל
איך וואלט אויסגעקליבן חזון איש. סיבה: ווייל איך בין קיהל :) קידינג קידינג, פשוט ווייל דארט וואלט איך מער הנאה געהאט באזירט אויף וואס איך ווייס איבער די סדרים פון די דריי צדיקים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:19 pm
דורך זר זהב
גוט... ש'כח.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:29 pm
דורך חד גדיא
סאטמאר. ווייל דאס איז די מערסטע היימיש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:56 pm
דורך וואלפה
בעלזא רב
איך וויל זעהן א מלאך נישט נאר יום כיפור

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:59 pm
דורך וואלפה
הגדה ווייל עס זאגט זיך פון זיך אליין
בעיקר האט עס א שטארקע הכשר פון בן אב"ד וואלאווע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:19 pm
דורך שמעקעדיג
היות איך האב אסאך געליינט איבער דעם סדר פון סאטמאר רב, וואלט איך די מערסטע חשק געהאט צו גיין אהין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:21 pm
דורך שמעקעדיג
אה, און וועגן די פסחדיגע קוכן, איך בין זיך נישט נוהג זיי צו עסן, סיי אלס נישט מישן, און סיי אלס די טעם, אלע קאמפאניס כולן שווין לרעה, עס איז מיר גרינגער זיי נישט צו עסן ווי יא; פאר די קינדער אינדערהיים קויף איך די ביליגסטע, און הגדה איז ביליגער ווי אבערלענדערס בדרך כלל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:16 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט בוחר געווען בעלזא רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער סאטמאר'ס רב סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם בעלזא רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:20 pm
דורך קינות גירושין
חזון איש ,איך וויל זען א מלאך אן מאכען די אלע פאני קונצען פון וויינען קוועטשען היסען שאקלען קלאצען מיט די אויגען ,איך מיין סאיז די מערסטע אריגענעל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:22 pm
דורך לעמאן דזשוס
נאן אף די אבאוו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:25 pm
דורך זר זהב
קאווע, אזאנע בייעסד ברילן צו האבן? האסט געגעבן גאר א שוואכע סיבה פאר דיין אויסוואהל, און דיין תגובה קען מען אראפשרייבן פונקט פארקערט אן טוישן עפעס מיינונגפול... אזוי:

קאווע טרינקער וואלט געקענט שרייבן...

איך וואלט בוחר געווען סאטמאר רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער בעלזע רב'ס סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם סאטמאר'ן רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.


נאר וואס דען? האסט אביסעלע קעגן סאטמאר איז אלעס וואס מ'שרייבט איף אים איבערגעטריבן... משא"כ אויף בעלזא איז עס טאקע "אומגלויבליך" און מ'מוז עס אליינס "איבערצייגן"... אבער ביז דו צייגסטיך עס אליינס איבער וועסטע "גלויבן"... און ס'זיכער נישט איבערגעטריבן!

א שרעק דער שנאה מקלקלת....!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:28 pm
דורך קאווע טרינקער
זר'ל, איך האב נישט אזויפיל מחשבה אריינגעלייגט אין דעם תשובה, ווייל ס'איז א פאנטאזיע.
ווען דו פרעגסט מיך צו וועלכע סדר איך וויל גיין:
א. בערל וויין
ב. יונתן ***
ג. בנימין פיין
ד. צבי שכטר
ה. מרק שפירא
ו. קופערניקוס

דאן וואלט איך זיך געמוטשעט צו בוחר זיין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:28 pm
דורך זר זהב
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאן אף די אבאוו.

וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:31 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, קענסטוך פארשטעלן וואספארא סדר דער לימון לייגט אראפ?.... ס'גיסט זיך טרערן פון הומה, ערגה, כיסופים, געגועים ועוד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:32 pm
דורך זר זהב
אוי ביזטעך גערעכט... איך וואלט געוואלט זיין ביי לעמאנ'ס סדר!! סימיר נישט בייגעפאלן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:34 pm
דורך זר זהב
און צו שיר השירים וואלטיך אריבערגעגאנגען צו בן תמליון....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:35 pm
דורך זר זהב
חד גדיא וואלטיך געגאנגען צום ניק חד גדיא.. ס'ווערט גוט דא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:38 pm
דורך דעת תורה
זר זהב האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאן אף די אבאוו.

וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?


דו נישט? יעדער איינער כמעט וואלט ענדערש געבליבן אינדערהיים. חוץ אויב די שאלה איז ווען מען גייט נאך צום שווער צים סדר...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:40 pm
דורך זר זהב
יעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:40 pm
דורך יידל
קוקיס וואלט איך געגעסן אסטערייכערס ווען כ'קען ווען. נאו קידינג.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:יעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים

אינטערסאנט, כ'קען אידן "ברי דעת" וואס האבן געלעבט אין יענע תקופה און זיי זענען נישט אריבערגעלאפן צו קיין איינע פון די דריי.

זייט ווען גייט מען צו א רבי'ס סדר? א משוגעת.
דאס זענען די זעלבע חסידים שוטים וואס גייען צום רבי'ן מיט זייער 3 יעריגען, די רבי זאל אים שעהרן... משוגענער דו. דער רבי איז א בארבער???

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 pm
דורך בן תמליון
איך פיק ר' יואלישן פשוט ווייל איך וויל איהם פרעגן פנים אל פנים יעצט אין 2013 אז ער זעט ווער עס פירט היינט די מלוכה ער'ט געגרינדעט, צו ער וואלט נישט למפרע נאכן קריג אוועקגעשטעלט אן אנדערן סיסטעם אז למשל מיר וואלטן היינט בעסער געפארן א שטייגער ווי די פייוו טאונס אידן.