וועלכע הגדה נוצט איר?

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

וועלכע הגדה נוצט איר?

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך ווייס אז עס איז שוין דא אן אשכול איבער הגדות של פסח. איך וויל נישט איבערחזר'ן וואס עס איז שוין דארט באריכטעט.
די טעמע פון דעם אשכול איז "וועלכע הגדה נוצט איר?" אוודאי כולם אהובים וברורים, יעדע הגדה האט זיך איר מעלה. טייל סתם שיינע ווערטער, טייטשן, מדרשים סיפורים הלכות כו' וכו'. איך וויל אבער וויסן וואס פאר א הגדה נוצט איר בשעת מעשה, ווען דער סדר איז "אין עקשאן".

איך נוץ די הגדה "חזון עובדיה", מיט וואונדערבארע הלכות און פירושים (מלוקט) דארך הגרע"י שליט"א. אע"פ וואס דער נוסח איז (א משהו) אנדערש ווי אונזערס (נוסח ספרד?), פארלאז איך זיך אויף די שאר מסובין און אויף מיין זכרון אז איך וועל נישט פארפארן...
די טעקסט פון די הגדה אליינס איז אויך זייער באטעמ'ט.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר