בלאט 1 פון 1

ארטיפישעל אינטעלידזשענס - אט אט א מציאות

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:46 pm
דורך יידל
ווייערד מאגאזין רעפארט אז די פענטעגאנ'ס ריסוירטש פליגל, "דארפא" - די וואס האבן דעוועלאפד די GPS און די אינטערנעט - לאזן זיך ארויס אויף א נייע פראיעקט צו דעוועלאפן קאמפיוטערס וועלכע וועלן זיך קענען אליינס אויסלערנען נייע אינפארמאציע און פאכן. אמאל איז געווען א פלאן צו אויפבויען אן ארטיפישעל מוח און זען צו ס'וועט ארבעטן גענוי ווי א מענטשליכער מוח. דערווייל איז אבער דער פלאן בגדר דמיון בעלמא וויבאלד ניוראסייענס (די סייענס וואס שטודירט די מוח און אירע פונקציעס) איז נאך אין די ווינדלען און האט נאך אסאך זיך צוצולערנען פאר מ'וועט וויסן וואס נאכצוקאפירן. וואס דארפא וויל אבער איז אויסארבעטן אן אלגאריטם וואס וועט ערמעגליכן די קאמפיוטער צו נוצן סטאטיסטיקס און פראבעביליטי זיך אויסצולערנען נייע זאכן.
http://www.wired.com/dangerroom/2013/03 ... earning-2/

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 2:55 pm
דורך יאיר
הממ. כ'מיין דו דארפסט טוישן דעם קעפל.

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 3:20 pm
דורך יידל
נו, אדרבא, שלאג פאר א בעסערן קעפל (די קעפל דינט בעיקר כגירא בעיני דשיטנא...)

נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 10:54 pm
דורך איחוד פעלד
און נאכדעם וועט זיין די גרויסע מלחמה פין די מענטשען מיט די קאמפיוטערס?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 2:29 pm
דורך Peter Norvig
דאס וואס יידל האט דערמאנט איבער נאכמאכן די מענטשליכע מח, איז נאך אלץ אין פראגרעס און אסאך סייענטיסט ארבעטן אויף דעם, איר קענט באזוכן די וועבסייט פון אמעריקען אסאוסיעישאן פאר ארטיפישעל אינטעליגענס, און אויב קענט איר צולייגן א האנט פארוואס זאלט איר עס האלטן ביי אייך און הויזן טאש?