בלאט 1 פון 1

איבער נסיעה לקברי אבות

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 4:52 pm
דורך קאמענטירער
אינעם קומענדיגען חודש גרייט איך מיך צו פארן קיין יוראפ אויף קברי צדיקים וואלט איך געוואלט הערן ראט און גוטע עצות פון ווער עס האט עקספיריענס אין די פלעצער און אפי' סתם עצות
איבערוויאזוי זיך איינפאקען

וואס צו מיטנעמען

וואסערעע פלעצער מען קען אריינכאפען

ווי קען מען אלץ שמירן לא יחרץ געלט

וויפיל דארף מען באצאלען פאר שוחד וכדו'

איין עצה קען איך געבן פאר ווער עס וויל זיך פארצייכענען און ביישרייבן זיין נסיעה. כדי צו אנשפארן די טירחא פון א פעדער און די גאנצע שלעפ זאל מען ניצען א ריקארדער און נאך די נסיעה קען מען עס אראפשרייבען באריכות
ישר כח למפרע פאר די וואס וועלן זיך משתתף זיין מיט עצות

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:58 pm
דורך לעמיל
קאמענטירער פארצייל אונז דיין עקספריענס וויאזוי איז געוועין

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:26 am
דורך פיש כאפער
איך פאר יעצט קיין אייראפע צו קברי צדיקים וואלט דער עולם דא געוואלט מיטטיילן זייער עקספיריענס, און קלייניקייטן וואס איז וויכטיג צו וויסן און מיטברענגען. אדאנק פון פאראויס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:47 pm
דורך יין שרף
סינגעלס און סיגארעטלעך צו שוחד'ן די באהערדע און אינסטאנצן, ספעציעל פאר די שומרי בתי חיים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:51 pm
דורך יין שרף
טונא פיש, נישט און קאנזערווען נאר Tuna Pouch. (ס'איז צו שווער ארום צו שלעפן.)