בלאט 1 פון 1

איך בין א קל אדער א lowlife?

נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:12 pm
דורך ידען
איך בין אוועק פון מיין הויז נאך א שטארקע פייט מיט מיין ווייב ווייל זי האלט אז איך בין א lowlife ווייל איך בין נישט אזוי צידרייט פאר פסח ווי זי איז.

זי מאכט מיך שוין משוגע וועגען פסח די לעצטע האלבע יאר, און איך טענה אז מע דארף נישט טראכטען וועגען פסח פאר פורים אבער זי האט שוין גויטעס סאך פאר דעם און סע קאסט מיך געלט פאר גארנישט אבער סע שטערט מיך נישט אויב זי מאכט מיך נישט ארבעטען.

סע קען זיין אז סע א ocd issue וואס זי האט מיט פסח אזוי ווי א סאך פרויען, אבער לעצטענס האט זי מיך געמאכט א שנאה צו די גאנצע זאך און איך האלט מער שוין ביי העלפען פסחיג מאכען.

זי איז געווארען זייער אויפגערעגט און זי האט געפנט איר גרויסע מויל און מיך אנגעהויבען אריין צו פליקען אז איך האלט נישט ביי גארנישט און וועגען דעם העלף איך נישט און זי האט מיך אויך געפליקט וועגען אנדערע זאכען אבער יעצט האט זי גערעט נאר פון פסח וועלעך נישט דערציילען מיינע אנדערע קולות...

איך פיל מיך יעצט אביסעל ווי די חתם סופר וואס זיין ווייב האט פארטריבען פון זיין הויז...