כוללים מיט די אונטערדריקטע אינגעלייט
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:15 am
[center]כוללים ביים היימישן עולם[/center]
ווען איינער דערמאנט דעם ווערט "כולל" ברענגט דאס ארויף חרדת הקודש פון דעם אמאליגן אינדערהיים, דער פאר שווער פארדינטע און אפגעשפארטע קאפיקעס וואס די מאמע פלעגט מיט ציטערדיגע הענט און טרעריגע אויגן, אין אנוועזנהייט פון איר געזינדל, אריין שטעלן אין די פושקע פארן ליכט צינדן. דעם פושקע האט זי דערנאך אפגעשיקט קיין פאלעסטינע צום רמבע"הנ כולל און מיט דעם געטון איר חלק אין מצות יישוב ארץ ישראל. נאך האט געדינט דעם ווארט כולל אלץ אן אויסרייד פאר גימטריאות וואס שטימען נישט פונקט ווי געראכטן אבער מער נעגאטיוו ווי דעם האט דאס קיינמאל נישט אויסגעקלאפט.
ליידער ליידער האבן מיר זיך דערלעבט צו זען ווי כוללים זענען אנגעקומען צו זיין גאר עפעס אנדערש. קעגן דעם וואס אמאל האבן די כוללים געשטיצט מסירת נפש אידן פשוט אויף איבערצולעבן דעם חודש אן אויסגיין פאר הונגער, איז דאס היינט געווארן די געקליבענע מיטל אויף צו קאנטראלירן אינגעלייט אין די קארגע פינף יאר וואס איז עם געבליבן ציווישן די יארן וואס ער האט געבטלט אין ישיבה צו די יארן וואס ער האט איבער 4 קינדער מפרנס צו זיין. קעגן דעם וואס אמאל האט דאס ווארט כולל באדייטעד א נישט געלונגענע גימטריא, האט דאס היינט ערהאלטן דעם באדייט פון גנבנען צען טויזענט דאלער יערליך פון פעל גרענטס און נאך אמאל אזויפיל פון טעפ גרענטס, צונעמענדיק די לעצטע שאנס פון די אינגעלייט זיך צו לערנען א פאך, און זיי איינרעדן אז טאמער וועט ער נישט ארומגיין פורים שאפן זעקס הונדערט דאלער וועט דער כולל נישט האבן פון ווי צו דעקן דעם ערלעדיקטן תומכי שבת פעקל וואס די כולל פלאנירט אריין צו שיקן פאר די עלטערע בעטלערס אינעם כולל. און ווער רעדט נאך פון די גרויסע רביס וואס האבן געבויט רעביסטעוועס אויפן פלייצע פון דעם איינפאכן גניבה. שמירת הזמנים געלט קען נאר געדעקט ווערן טאמער קומט דער אינגערמאן אויך אריבער דאווינען א שבתדיקע תפילה, און די אפענע טירן ביי עשירים ווייל דער רבי האט דעם גרויסן כולל אויסצוהאלטן.
גניבת דעת פון די אינגעלייט – וואס פאר א פאר נישטיגע חתימות (וואס צומאל שרייבן דאס אונטער איינגעשטעלטע פאר זייערט וועגן...) קען ער זיך איינשרייבן אין א כולל וואס וועט עם געבן פיר הונדערט דאלער פלאס שמירת הזמנים און בחינה געלט אן דעם וואס דער אינגערמאן האט אן אנונוג אז די רעשט פון די געלט וואס ווערט פארדינט איז פרוץ מרובה על העומד – איז נאך פון די קליינע חטאים. די אמתע גניבה הייבט זיך בעיקר אן א פאר יאר דערויף ווען דער פארמאטערטע אינגערמאן וואס וויל זיך נעמען ערענסט אויף צו פארדינען א פרנסה פרובירט זיך איינצושרייבן אין עפעס א שולע און ער ווערט ערשט געוואר ווי איינגעמיירעט ער איז. אויב איז ער א בעל מזל, האבן זיי נאר גענומען די גראנטס אבער פארגעסן די צענדליגע טויזענטער אין הלואות וואס אפילו מיט טשעפטער עלעווען קומען זיי שווערלעך אראפ, און ווער רעדט נאך טאמער דארף ער ח"ו באצאלן די גראבע הלואות וואס דער הייליגע רבי מיט די אייניקלעך האבן שוין אויפגעגעסן. אפילו אין דעם בעסטן פאל וועט דער אינגערמאן וואס האט זיך אויף דער עלטער ערוואכט אז פאר פרנסה מוז מען האבן א פאך מוזן צאלן שווערע אלפים וואס ער האט נישט צו קענען גיין אין שולע אפילו אויף זיך צו לערנען די שנעלערע דעגריס, די אנדערע מאן דכר שמיה. דער וואס פארשטייט דעם גניבה וואונדערט זיך נישט וויאזוי הערשל שרייבער טרעפט אזויפיל טאלאנטפולע ארבייטער פאר נישטיגע פרייזן, ער וואונדערט זיך נאר פארוואס הערשל שטיצט נישט די מוסדות התורה וואס אן דעם וואלט ער געמוזט פאר די גויישע טאלאנט צאלן פי כמה.
[center]ואת עמלינו זה הדחק[/center]
ועל כל אלה החרשתי. מה נעשה אז די אויבנדערמאנטע עוולות זענען קליין געלט קעגן וואס טוט זיך לעצטנס אפ אין פארשידענע כוללים. אינגעלייט נאך די חתונה, זייענדיק ארויס פון ישיבה אן די מינדעסטע השגה וואס דאס באדייט פארדינען א דאלער אין בעסטן פאל, אדער נאך ערגער מיט געוואשענע קעפלעך אז לערנען תורה איז די איינציגע זכות קיום וואס זיי האבן, דרייען זיי זיך ארום ווי געשחטענע הינדלעך זוכנדיק עפעס א וועג צו קענען צאלן חלקים פון די דירה געלט. און דאס ערגסטע איז נאך דער ח"ו האלבע אפענע קאפ. ארבעטן וואלט ער גערן געגאנגען, אבער די שווער מיט די ווייב זיינע (און ווער רעדט נאך די חברים) פארשטייען בעסער וואס ברויך צו זיין א חשוב'ע אינגערמאן און אויב וויל ער נישט די גאנצע שידוך זיינע זאל טיטולירט ווערן א מקח טעות ווייסט ער שוין גוט וואס ער האט צו טון. די כולל אייגענטומער דרייען זיך ארום ווי הייפיש מיט א גוטן פארשטאנד פון די אוממעגליכע צושטאנד וואס די אינגעלייט טרעפן זיך פלוצים דערין, און קלויבן זיך ווי אתרוגים. און וואס ווארט אפ פאר די געקליבענע אתרוגים? דא הייבט זיך אן דער פיצעריי פון די אתרוגים. אויב טרעפט ער א פלעקל קומט ארויס די ציין פיצערס און אויב איז דאס א בלאט פלעק קומען ארויס די מעסערלעך (זעט אויס חסר פסלט נישט). דער עיקר אז דער אינגערמאן זאל באשיינען דעם כולל און נישט ח"ו פארקערט.
אויב איז דעם ראש הכולל איינגעפאלן א משוגעת צו האלטן אפן ביומי דניסן ותשרי קען זיך דער אינגערמאן אויפן קאפ שטעלן, נישטא קיין תירוץ אז די בני בית תחיה ארבעט בין בן לבת אויף אריין צו ברענגען א פאר ארעמע דאלער און האט נישט קיין צייט צופרידנצושטעלן די מלאכים פון קשר"ק, און זאל ער זיין צופרידן וויסנדיק אז אין דעם אנדערן כולל וואלן ער ווען מחויב געווען צו זיין זומער אויף זיך צו קענען איינשרייבן דעם קומענדן אלול. אויב כאפט ער אמאל א שמועס מיט א חבר ביי די קאווע איז דאס שוין פארשריבן ביים שואל ומשיב (וואס איז פלוצלינג געווארן משגיח), און טאמער צודריזלט זיך דער סעלפאן ביים לערנען וועט א קרבן חטאת עם אויך נישט העלפן. און ווער רעדט נאך וועגן אינטערנעט, סמארטפאונס בכל שום וחניכא דאית להו, אדער אפילו אימעיל. זאל נאר דער כולל וויסן דערוועגן קען דער אינגערמאן דער נעקסטן צופרי זיך איינשרייבן ביי הערשל שרייבער. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר פאר דעם פשוטן אינגערמאן, דער כולל אליין קען האבן מפורסמדיקע אימעל וה"ה די ראשי כוללים ווי ערווענט אין אנדערע אשכולות דא אין שטיבל.
ועל כל אלה הגדיל לעשות דער באבוב'ער רב (דער אמתדיקער באבוב!) זאל זיין געזונט. טעקסט מעססעדזשעס האט דער רב מחליט געווען איז דער אמתע צרעת ממארת נישט קיין חילוק צו דער רעבעצין גייט שוין אט באלד זיצן אויף די אבנים, אויף דעם איז דאך ספעציעל צוגעשטעלט א פובליק פאון. אבער דאך האט זיך געמאכט פארשידענע לייכטזיניקע אינגעלייט וואס אדער האבן זיי א גאנץ יאר אונטערערדיש טעקסט און מיט דעם זענען זיי מקיים דעם גונב מן הגנב, אדער האבן זיין דאס פונקט געעפענט לכבוד די פינף טעג פאר יום טוב וואס די רב האט מסכים געווען אז פארשידענע פרויען דארפן ליידער צוקומען די מענער אויף פארשידענע שליחות'ן, און דאס, אט פונקט דער ביסעלע טעקסט וואס קען זיך אריין כאפן, מיט דעם דראעט דאך א סכנה לא עלינו אויף גאנץ כלל ישראל! נו, וועלכע פראבלעם קען דען אביסל באבובער דעת מיט חן נישט לעזן? האבן די ראשי כוללים נישט מער נישט ווייניגער נאר ארומגעשיקט א טעקסט מעסעדש לויטענדיק די בשורה טובה כאילו דאס קומט פון דזשעי.סי.סי. אז לכבוד פסח קענען זיי ערהאלטן דעם געוואלטאוונעם סכום הגון פון הונדערט פופציג דאלער פאר דעם נישטיגן פעולה ווי צוריקשיקן א נאמען\נומער און חאלאס! מעוועט זיי שוין מודיע זיין ווי צו גיין אפנעמען די געלט. סגייט אריבער א פאר שעה און דער אינגעלייט וואס האבן צוריקגעשיקט דעם טעקסט באקומען שוין יעצט א טעלעפאן, נישט קיין טעקסט ח"ו, און יא, את אשר יגורנו בא עליו, ער איז אריינגעפאלן אין פאסקע! נישט ח"ו פארן זיך גליסטן אן אשת איש, נאר פאר קלערן אז הונדערט פופציג דאלער, ס"ה איין קרעדיט קארד פעימענט ווייניגער, דאס וועט עם רייך מאכן. ער קען זיך שוין יעצט גיין קלויבן וועלכע אומנות ער וויל, מער קיין כולל וועט עם נישט וועלן זען. יא. נעכטן ביסטו געווען מסלתה ומשמנה, אבער היינט? פוי! אדער ווי באבובער זאגן, פעך! טעקסט מעסעדשעס? אפילו דער גוי ווייסט! וואס עפעס דער גוי? אפילו הערשל שרייבער ווייסט!!! צא טמא!