בלאט 1 פון 5
א בחור א תלמיד חכם, א מחלל שבת?!!
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:56 am
דורך חד גדיא
יעדער קען די מעשיות פון אמאליגע משכילים וואס זענען נעבעך געוועהן תלמידי חכמים און זענען ל"ע אפגעפארן. זיי זענען אפגעפארן וועגן א.ג. "חכמה", אויפגעקלערטקייט וכו'. איך האב אייביג געוואוסט אז היינט איז מער נישט דא אזא זאך. היינט איז יעדער פשוט א בעל תאוה. איינער וואס פארט אפ איז עס ווייל ער וויל נישט לערנען. ער האט נישט קיין געדולד פאר דעם עול התורה.
איך בין ממש צוטרייסלט געווארן נעכטן ביינאכט ליינענדיג וואס איינער האט מיך געשיקט אין אימעיל. עס איז א א שטיקעל פון "דער איד" א דרשה פון ווינער רב שליט"א פארגאנגענע ז' אדר.
image.jpg
רחמנא ליצלן. איז דאס א פארשפרייטע זאך?? מסתמא נישט ווייל עס איז משמע אז ווינער רב איז אויך שאקירט געווארן. אבער האט איינער שוין געהערט אזוינס?? און וואס זאגט דאס אויף דעם עתיד?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:43 am
דורך נייגעריגער
חד גדיא האט געשריבן:יעדער קען די מעשיות פון אמאליגע משכילים וואס זענען נעבעך געוועהן תלמידי חכמים און זענען ל"ע אפגעפארן. זיי זענען אפגעפארן וועגן א.ג. "חכמה", אויפגעקלערטקייט וכו'. איך האב אייביג געוואוסט אז היינט איז מער נישט דא אזא זאך. היינט איז יעדער פשוט א בעל תאוה. איינער וואס פארט אפ איז עס ווייל ער וויל נישט לערנען. ער האט נישט קיין געדולד פאר דעם עול התורה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דער חילוק וואס דו ווילסט מאכן צווישן אמאליגע צייטן און היינטיגע צייטן! אמת אז היינט איז "יעדער פשוט א בעל תאוה". און פארוואס קען נישט זיין אז די תאוה האט איהם געברענגט צום חילול שבת?!
רחמנא ליצלן. איז דאס א פארשפרייטע זאך?? מסתמא נישט ווייל עס איז משמע אז ווינער רב איז אויך שאקירט געווארן. אבער האט איינער שוין געהערט אזוינס?? און וואס זאגט דאס אויף דעם עתיד?
ביי אונזערע קרייזן איז עס אוודאי נאכנישט אזוי פארשפרייט [און דער אייבערשטער זאל היטן אויף אונז אז עס זאל חלילה וחס נישט פארשפרייט ווערן....], אבער ביי די מער מאדערן ארטאדאקסישע אידנטום איז צווישן די יוגענטליכע דא א היבשע באוועגונג וואס רופט זיך
"חצי שבת" וואס מכלומרשט היטן זיי דעם שבת אחוץ'ן זיך אפשיידן פון די טעכענעלאגישע כלים [און זיי פארריפן זיך נאך אלץ אידן וויבאלד עס איז נישט ממש קיין דאורייתא! שומו שמים היל"ת].
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:22 am
דורך מורינו הרב
איך גלויב אז ווינער רב האט געמיינט צו זאגן עפעס אנדערש, ער האט עס נאר נישט געוואלט זאגן ברבים, האט ער געזאגט 'מחלל שבת'.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:29 am
דורך זר זהב
וואסערע אנדערע זאך? אז דער בחור גייט צום כותל? נעה דער וויענער רב וואלט נישט שאקירט געווארן דערפון
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:31 am
דורך נייגעריגער
מורינו הרב: אויב איך פארשטיי גוט ביסטו שוין אויכעט one track minded צו... פונקט ווי ר' נ"ר!
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:36 am
דורך מורינו הרב
ממ"נ - אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך, וואס איז דער ר' וואס דו באטיטלסט אים?
לעצם הענין, האב איך געוואלט ארויסברענגען צום פותח האשכול, אז מען מיינט טאקע נישט השכלה, נאר דוקא תאוה, ודו"ק.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:46 am
דורך וואלפה
זר זהב האט געשריבן:וואסערע אנדערע זאך? אז דער בחור גייט צום כותל? נעה דער וויענער רב וואלט נישט שאקירט געווארן דערפון
פארקערט ער האט נישט געווילט מדמה זיין חילול שבת צי גיין צים כותל ווייל ווער עס גייט איז דאך ממש כפר בעיקר....
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:46 am
דורך לעיקוואד
חד גדיא האט געשריבן:יעדער קען די מעשיות פון אמאליגע משכילים וואס זענען נעבעך געוועהן תלמידי חכמים און זענען ל"ע אפגעפארן. זיי זענען אפגעפארן וועגן א.ג. "חכמה", אויפגעקלערטקייט וכו'. איך האב אייביג געוואוסט אז היינט איז מער נישט דא אזא זאך. היינט איז יעדער פשוט א בעל תאוה. איינער וואס פארט אפ איז עס ווייל ער וויל נישט לערנען. ער האט נישט קיין געדולד פאר דעם עול התורה.
איז האסטו אלעמאל געוואוסט. האסט געלעבט אין א טעות.
סארי, אבער עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישען היינט און אמאל, איך קען פרעזענליך נישט איינער און נישט צויי וואס זענען אפגעפארען דורך א שכלדיגער קלארער באשלוס נאכדעם וואס זיי האבען איינגעזעהן לפי סברתם אז יידושקייט איז צע"ג, האבענדיג זיך אנגעליינט מיט פארשידענע דברי השכלה וכו', גארנישט מיט תאוות צוטוהן.
אוודאי, א חלק פון זיי, אז זיי זענען שוין געקומען צו דער מסקנא אז לית דין ולית דיין ח"ו, לאזען זיי זיך וואוילגיין, אז סנישטא קיין דין וחשבון, איז בעצם פארוואס נישט? דאס מיינט אבער נישט אז דער פריקת עול זייערער איז פשוט וועגן תאוות, נאר נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אז סאלץ שטותים איז די פשוטסטע סברא איזיל ואהני בהאי עלמא. ועם כל זה קען איך אנדערע וואס זענען גארנישט מער משוקע אין תאוות ווי א עוורידזש חסידישע יונגערמאן, סך הכל די תאווה וואס דו האסט ביים טשולענט האט ער אין מעקדאנעלדס, אבער זיין מהלך החיים איז בכלל נישט געפירט דורך תאוות מער ווי א צווייטער.
און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:47 am
דורך יואליש
דער בחור איז קלאר א בעל תאוה. ס'איז נישטא נאך אזא געשמאקע פארגעניגן ווי א בלאט גמרא תוס'!
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:48 am
דורך נייגעריגער
מורינו הרב האט געשריבן:ממ"נ - אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך, וואס איז דער ר' וואס דו באטיטלסט אים?
לאמיר נישט אריבערפירן די שמועס צו דעם! אבער בקיצור איז עס אזוי:
-איך האב אין ערגעץ געשריבן אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך, כ'האב נאר געשריבן אז "ער" איז וואן טרעק מיינדעד.
-לדעתי, אפי' ער טוט למעשה שלעכטע זאכן מיינט ער עס ערענסט.
ויש להאריך בזה טובא, ואכמ"ל....
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:37 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד האט געשריבן:און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
outch.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:43 pm
דורך ממרום שלח אש
לעיקוואד האט געשריבן:און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
דערמאנסט מיר פון דעם ווארט אז פארדעם זענען די אונגארישע נאראנים ווייל זיי גלייבען וואס מען האט זיי איינגערעדט אז די פוילישע זענען קלוגער פון זיי.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:48 pm
דורך חד גדיא
נייגעריגער האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:יעדער קען די מעשיות פון אמאליגע משכילים וואס זענען נעבעך געוועהן תלמידי חכמים און זענען ל"ע אפגעפארן. זיי זענען אפגעפארן וועגן א.ג. "חכמה", אויפגעקלערטקייט וכו'. איך האב אייביג געוואוסט אז היינט איז מער נישט דא אזא זאך. היינט איז יעדער פשוט א בעל תאוה. איינער וואס פארט אפ איז עס ווייל ער וויל נישט לערנען. ער האט נישט קיין געדולד פאר דעם עול התורה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דער חילוק וואס דו ווילסט מאכן צווישן אמאליגע צייטן און היינטיגע צייטן! אמת אז היינט איז "יעדער פשוט א בעל תאוה". און פארוואס קען נישט זיין אז די תאוה האט איהם געברענגט צום חילול שבת?!
ווייל איך האב אייביג פארשטאנען אז א בעל תאוה מיינט איינער וואס וויל זיין א לאו לייף. נישט איינער וואס וויל הארעווען.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:49 pm
דורך חד גדיא
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד האט געשריבן:און לאמיר זיך נישט נארען, אפצופרעגן דער סארט יידושקייט וואס מפרעדיגט ביי אונז עפ"ר, פאדערט זיך נישט קיין גרויסע חכמה אדער קענטעניש. צוויי דריי ארטיקלאך אין דער ניו יארק טיימס, אדער א פשוטער גוגל סירטש, זענען גענוג פאר דעם. און אנטקעגן דער סארט מהלך אין יידושקייט וואס האלט רוב היימישע יידען ביים יידושקייט (דהיינו inertia און social pressure) לאזט זיך טענה'ן אז תאוות זענען א לעגיטימישער ענטפער.
outch.
outch.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:18 pm
דורך יאיר
ווייל איך האב אייביג פארשטאנען אז א בעל תאוה מיינט איינער וואס וויל זיין א לאו לייף. נישט איינער וואס וויל הארעווען.
חד גדיא, וועק זיך אויף. דיפערענצן אין אמונות ודעות האבן גארנישט צו טון מיט תאוות, און קשיות האט צוטון מיט קלוגשאפט און נישט מיט אויפגעקלערטקייט. די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:21 pm
דורך זר זהב
ר' אלחנן וואסערמאן בעגס טו דיפפער, ער זאגט אז אלע אמונה קושיא'ס איז משורש פון תאוות הבהמיות.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:22 pm
דורך יאיר
זר זהב האט געשריבן:ר' אלחנן וואסערמאן בעגס טו דיפפער, ער זאגט אז אלע אמונה קושיא'ס איז משורש פון תאוות הבהמיות.
כ'הער.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:23 pm
דורך יידל
וויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:24 pm
דורך זר זהב
העמיר דארפן נאכקוקן דארט פומקטליך אין קובץ מאמרים
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:26 pm
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:וויאזוי איז הג"ר אלחנן מסביר די פענאמענאן פון מענטשן מיט אמונה קושיות וועלכע זענען מדקדק בקלה כבחמורה?
יעדער איינער האט עפעס נפש הבהמיות אין זיך. מסתמא לויט ר' אלחנן קומען די קשיות פון די נטיה צו תאוות וואס כמעט יעדער מענטש האט, נישט קיין חילוק ווי אויסגעארבעט מ'איז.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:32 pm
דורך דעת תורה
יאיר האט געשריבן:ווייל איך האב אייביג פארשטאנען אז א בעל תאוה מיינט איינער וואס וויל זיין א לאו לייף. נישט איינער וואס וויל הארעווען.
חד גדיא, וועק זיך אויף. דיפערענצן אין אמונות ודעות האבן גארנישט צו טון מיט תאוות, און קשיות האט צוטון מיט קלוגשאפט און נישט מיט אויפגעקלערטקייט. די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
על דעתי - ואיני אומר קבלו דעתי - איז עס נישט לגמרי אזוי. עס איז מער א אינערליכער דראנג, בנוי על נגיעותיו ורצונותיו של האדם, צו וועלכע זייט צו ציען. א איד וואס עמדו רגלי אבותיו על הר סיני און ער האט די פינטעלע אין הארץ פון וואס דער רשב"א רעדט, וועט אנקומען אויף די ריכטיגע זייט, און איינער וואס נישט, וועט ווערן איבערגענומען פון שטחיות'דיקע זאכן וואס זעען אים אויס ווי א סתירה צו וואס ער האט מקבל געווען פון זיין כיתה א רבי, און איינמאל ביי אים איז שוין אין מח נקבע געווארן אז ער איז קיל, און ער גלייבט נישט, קענסטו אים אויפווייזן באותות ומופתים מיט לאגיק אז ער איז נישט גערעכט, אער עס וועט נישט גיין, ווייל ער ציט שוין צום אנדערן זייט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:33 pm
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:41 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:די סיבה פארוואס דו ווייסט נישט פון היינטיגע משכילים איז נישט ווייל זיי עקזיסטירן נישט, נאר ווייל די חרדי'שע קאמיוניטי האט געטון א גוטע דזשאבןןב מיט זיי פארשטעקן אונטער'ן קארפעט.
עד שבא האינטרנט וגילה אותם. פארשטייט איר נאכנישט פארוואס. עס איז אזוי שרעקליך? ארבעט פון צענדליגע יארען פון נייען קארפעט גייט צוגריננד מיט איין קנעפל.