וואו (און פארוואס) שטעלט איר אפ די אויבער חכמה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

וואו (און פארוואס) שטעלט איר אפ די אויבער חכמה

שליחה דורך ממרום שלח אש »

מחמת אהבת הקיצור על מיר צוגיין צום פוינט, כדרכי.

רוב עולעם דא זענען אויבער חכמים, (האלטן זיך) קלוגער פון די עלטערן, חברים און געזעלשאפט.

למאנסע קלעימט מען אבער אז מען גלייבט 101 פראצענט אין אידישקייט, אוודאי נישט אין די זעלבע תוירע ווי ר זלמן לייב פיליפ, נאאאא וועייייי! אונז זעמיר דאך עפעס גרויסע חכמים, מען קען אונז קיין תוירעס לאקשן נישט פארקויפן, אונז וועל מער דערגיין דעם אמת וכו. וכו.

סאו ווי לייגט מען אראפ דעי פוס עד פה תבוא, און פארוואס?

עטליכע ביישפילן

1) ס'דא וואס וועלן מקיל זיין אין יעדע זאך כל זמן סדא שומרי תורה וואס טוען עס, ערעט עסן אוי יו, טראגן מיטן עירוב, בירט קאנטראל, שניידן די בארד, אייגענע האר וכו. וכו. בקיצור ער איז אויפגעקומען אז אויב איז דא איינער וואס טוט עס, קען דאך עס נישט זיין קיין עכטע עבירה, ממילא שקר הנחילו אמותינו וכו.
אבער קיין עבירות וועט ער נישט טון, ווייל בעצם זאגט ער אז ער גלייבט אין אלעם.
(איך רעד נישט פון איינעם וואס האט ריסערשט און מחליט געווען אויף געוויסע זאכן איז דא א מקום להקל, אדער סאיז מיסודו א מנהג שטות, איך רעד פון איינעם וואס האט א בלענקעט היתר אויף אלעם)
איך וואלט באצייכענט אזא איינעם סתם א בעל תאוה, ווייל לו חכמה ישכילו, ס'דאך דא א מקום להלכה מחמיר צו זיין אין די אלע זאכן (על פי רוב), חוץ מזה איז דאך דא אזא זאך ווי מנהג המקום, נדר, אל תיטוש, מנהג אבותינו בידנו וכו. אין די אלע זאכן, אלא מאי, ער נעמט עס פשוט איזי. ער מוז דאך נישט זיין דער בעסטר אינגל אין חדר...

2) ס'דא פארוועם סאיז גענוג צו טרעפן א צווייטע שטרעמונג ווי די טאטע, ברסלב, איז א גוטע משל, סאיז לאו דוקא פיל גרינגער אדער בעסער ווי די טאטעס אידישקייט, אבער די אויבער חכמה איז באפרידיגט כל זמן ער איז דיפרענט און אונטערן באוואוסטזיין פילט עס ליבערעטינג אז ער קען מאכן אייגענע דעסיזשאנס אויב וויל ער נאר.
אבער אידישקייט, דהיינו שולחן ערוך און י"ג עקרים זאגט ער אז ער איז פונק ווי דער פאטער.

3) ס'דא ווער ס'וועט ארומגיין 24/7 פארווארפן מיט א שאל ארום דעם האלז, סאיז אים גענוג דאס. כאטז דער טאטע שפייט בלויע גאל.

4) ווידעראום איז דא די וואס זענען מער אינטעלעקטואל, ער פרעגט שאלות ער דערגרינטעוועט, ער וויל פארשטיין, ער האלט אז מען ברויך פארשטיין, ער איז קלוגער פונעם טאטן און זיידן, ער וועט צוריקגיין אפילו עליכע דורות, דעם דברי חיים און מהר"ם שיק וועט ער נאך אוועקמאכן, אבער ער שרייט אז אוודאי גלייבט ער אין אידישקייט.

עס איז דא נאך, וכשם שפרצופיהם וכו. נאר איך בעט אייך בחרם, עקזפלעינט מיר נאר וואו איר שטעלט זיך אפ? און פארוואס פונקט דארט?

דעם מאמין פארשטיי איך, ער גלייבט "אלעס" וואס מען זאגט אים, ער האלט אז מען טאר נישט זיין קלוגער. מאכט סענס.
דעם כופר הכל פארשטיי איך אויך זיין סברא, ער האלט אז ער מעג און דארף אלעס אליין פארשטיין, נישט קיין נפק"מ וואס זיין טאטע האלט, מעג ער און דארף ער אנהייבן פון סקרעטש.

אבער די אויבער חכמים דא ברויכן א הסבר, וואו און פארוואס שטעלט איר זיך אפ? ווי ציט מען דעם רויטן ליין?

עס איז אויך דא א דריטע קאטעגאריע, אזאנע וואס שטעלן זיך אין ערגעץ נישט אפ, ער גייט ביז הסוף, אבער ער קומט צו אז אידישקייט איז אמת, איך לייג אים אין א דריטע קאטעגאריע ווייל ער האט גארנישט מיטן טאטעס אידישקייט, ער איז סדנא דארעא. אבער צו אים ווענד איך אויך מיין ביטע, צוויי פאכיג, יעצט אלס מאמין האלסטו נאך אךץ אז מען מעג טראכטן עד הסוף? צווייטענס, וואו? און פארוואס האסטו געשטעלט דיין אידישקייט אויפן שטאפל וואס עס איז?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממרום שלח אש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר