בלאט 1 פון 3
שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:43 pm
דורך ממרום שלח אש
שומר נגיעה, חצי שבת, תפילין דעיט
וואס פונקטליך איז די מצב פון די מאדערן ארטאקסן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
די קאטעגאריע "מאדערן ארטאדאקס" איז צו ברייט, ס'טוט אריין נעמען פארשידענע סוב-גרופס און מ'קען זיי נישט קלאסיפיצירן אונטער איין דאך. די רוב ( העכער 50 %) זענען ערליכע יודן, נאר אויף זייער, מאדערנעם שטייגער וועלכע זוכן זיך נישט ארויסצודרייען פון מקיים זיין תורה און מצוות. פון די איבריגע איז א געוויסער פראצענט וועלכע זענען גלייך מיט די קאנסערוואטיוון. וועלכע זוכן אייביג נאר דעם צד ההיתר. אויף א יעדע זאך פון יודישקייט זוכן זיי (און געפונען*) "לופהאולס". לדוגמא. הרב אבי ווייס, פון ריווערדעיל און זיין קאנגרעגעישן זענען די "אוואן-גארד" פון יודישקייט. זיי זוכן אייביג נייע, לינקע אויפטוען אין יודישקייט. נישט רעכענענדיג זיך מיט טראדיציע און מסורת ישראל. דאס געבן סמיכה פאר פרוי, וועלכעס איז אפשר נישט אסור עפ"י הלכה, איז אבער קעגן מסורת ישראל. אדער צום ביישפיל, דער פאקט אז די גראדואירטע מוסמכים פון זיין ישיבה "חובבי תורה" (זייער א שיינער נאמען) ווערן נישט אנערקענט דורך "ישיבה אוניווערסיטי ווייל וויי. יו. איז מער טראדיציאנעל, און האלטן זיך צום שולחן ערוך.".
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:32 pm
דורך יידל
הליכה לערכאות, מחלוקת, גניבה
וואס פונקטליך איז די מצב פון די חסידישע אידן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:35 pm
דורך יידל
די קאטעגאריע "חסידישע אידן" איז צו ברייט, ס'טוט אריין נעמען פארשידענע סוב-גרופס און מ'קען זיי נישט קלאסיפיצירן אונטער איין דאך. די רוב ( העכער 50 %) זענען ערליכע יודן, נאר אויף זייער, חסידישן שטייגער וועלכע זוכן זיך נישט ארויסצודרייען פון מקיים זיין תורה און מצוות. פון די איבריגע איז א געוויסער פראצענט וועלכע זענען גלייך מיט די קאנסערוואטיוון. וועלכע זוכן אייביג נאר דעם צד ההיתר. אויף א יעדע זאך פון יודישקייט זוכן זיי (און געפונען*) "לופהאולס". לדוגמא. הרב --- -----, פון ווילאמסבורג און זיין קאנגרעגעישן זענען די "אוואן-גארד" פון יודישקייט. זיי זוכן אייביג נייע, רעכטע אויפטוען אין יודישקייט. נישט רעכענענדיג זיך מיט טראדיציע און מסורת ישראל. דאס אסר'ן (עיין אשכול אשכר דרא), וועלכעס איז נישט אסור עפ"י הלכה, איז קעגן מסורת ישראל.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:13 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:36 pm
דורך זר זהב
קוקטס אהער אלע וואוילע אידן. פון מצרים האט מען אונז ארויסגענומען צוליב'ן שם לשון מלביש. וועכע חלק כלל ישראל אינעם היינטיגן גלות צייכענען זיך דאס בעסטע אויס אין די אלע 3 הינזיכטן? ענטפער: די וויליאמסבורגע חלק.
ניעד איי סעי מאאר?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:39 pm
דורך דעת תורה
דער פראבלעם מיט די קריטעריע איז, אז די פאונדינג פאדערס פון וויליאמסבורג האבן נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף לפחות שם און לשון, כידוע. דאס אז היינט האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט, איז א ענין פאר זיך.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:42 pm
דורך קינות גירושין
זר, למשל וויאזוי זענען די אידען פון ווילי מער אויסגעהאלטען מיט דעם לשון ווי פון די אידען פון washington hights??
נאכדעם וועל מער רעדן פון דעם חלק לבוש
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 7:43 pm
דורך זר זהב
זאג דו מיר וויאזוי זיי זענען אייניג מיט די פון וואשינגטאן הייטס
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:08 pm
דורך ממרום שלח אש
יידל, אריינגעסיינט מיט די ראנג ניק?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:50 pm
דורך יידל
וואס עפעס? סתם געוואלט ארויסברענגן וואספארא פיק ענד טשוז עס גייט פאר.
זר זהב'ל, בזכות נשים צדקניות נגאלו, איז דער מדרש מסביר תחת התפוח עוררתיך וכו'. וואו איז מען דאס מער מקיים, אין ווילי אדער וואשינגטאן הייטס?

אגב, עיין במאור ושמש לגבי דעם ענין פון לשון (כ'מיין אז פאראיאר האב מען עס שוין געברענגט דא אין שטיבל לכבוד פסח, עפעס געדענק איך אז איך מיט געפילטע פיש האבן געשמועסט דערוועגן. אז כ'וועל האבן כוח וועל איך עס אויפזוכן).
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:52 pm
דורך יידל
אה, מיין זכרון האט מיר נישט גענארט. אט זענען די מאור ושמש'ס פייערדיגע רייד
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 198#p37198
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:54 pm
דורך זר זהב
שוין פשוט פשט איז אפגעפרעגט פון א חסידיש ווארט?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:55 pm
דורך יידל
דער מאור ושמש זאגט עס אלץ פשוט פשט. אבער אויב ווילסטו גיין סטריקטלי פשוט פשט, זענען מיר דאך אויסגעלייזט געווארן וויבאלד הקב"ה האט אזוי מבטיח געווען צו אברהם אבינו.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:55 pm
דורך משולם טענענבוים
יידל, ס'קוקט אויס ווי די האסט פיינט חסידישע אידען, ס'קוקט אויס ווי די זיכסט מלמד חובה צי זיין אויף זיי, אפילו ווען דער אשכול רעדט פין א צווייטע זאך, כ'וואלט דיר געראטען עס נישט צי טוהן, אין בכלל דאס איז וואס די שרייבסט איז א מיעוט, קיינער וועט נישט לייקענען אז חסידישע אידען זענען מער מדקדקים במצוות,
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:00 pm
דורך יידל
חלילה, פיינט האבן א איד! איך זיך חלילה נישט מלמד חובה צו זיין אויף קיינעם. נאר ווי כ'האב געשריבן בתגובה צו ממרום, מיין נקודה איז געווען אז עס איז פיק ענד טשוז איבעראל. גראדע האט מאראנצןזאפט פיין גע'טענה'ט אז געוויסע חלקים פון די תורה נעמען פרעצעדענץ איבער אנדערע חלקים, אבער ער איז בעצם אויך מודה אז עס קומט פאר א פיק ענד טשוז. פארשטייסטו, די סיבה פארוואס איך עפן נישט אויף אשכולות איז טאקע וויבאלד איך האב חלילה נישט קיין שנאה צו קיין אידישע פראקציע, און כ'פארשטיי אז הרבה דרכים למקום, י"ב שבטי קה, ע' פנים לתורה וכו'.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:03 pm
דורך יידל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
והא גופא שאלה, וויאזוי איז מען טאקע מחליט וועלכע סארט מצוות פרעגן אפ דעם נכשל און וועלכע נישט? מיר זעט אויס פון דיין משל פון לשון הרע און חזיר אז דער חילוק איז צווישן בין אדם לחבירו און בין אדם למקום, ריכטיג?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:50 pm
דורך ממרום שלח אש
יידל האט געשריבן:וואס עפעס? סתם געוואלט ארויסברענגן וואספארא פיק ענד טשוז עס גייט פאר.
.
Its below the belt, and no comparison at all
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:הליכה לערכאות, מחלוקת, גניבה
וואס פונקטליך איז די מצב פון די חסידישע אידן, זיי האבן עקרי דינים וואס זענען עפעס אפשענעל, איז עס בלויז ביי די שוואכע אדער האט עס א שטילע אדער אפיציעלע הסכמה פון זייערע רבנים.
אויב איז עס בלויז ביי די שוואכע, פארדינט עס נאך אלץ א אפהאנדלונג, ווייל פון די נעמען זעט מען אז עס איז פארט אנגענומען ביי זייער סאסייעטי פון א סאציאלע שטאנדפונקט.
ביי אונז איז מען אדער א אויסווארף אדער האלט מען אלעס אפעציעל, ביי זיי קוקט אבער אויס אז אפילו עס איז נישט מוסכם, איז עס דאך נישט מוחרם.
די נפקא מינה פון מ.או. און ערליכע (חסידישע) יודן וואס גייען לערכאות און מ'כאפט (ליידער) געוויסע יחידים ביי גניבה וכדו' , איז עס נישט ווייל ס'איז דא אזא פאליסי (מוסכם) דאס קען אנגערופן ווערן דע-פאקטא, און נישט דע-יורע. ביי די קצה המחנה אבער פון די מ.או. איז עס (די קולות און סטיות) מער אן אפיציעלע פאליסי.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:41 pm
דורך איחוד פעלד
צום טעמע פין אשכול, זענען די מאדערן ארט. נישט מקפיד אויף א כיסוי הראש פאר נשים, און אסאך גייען די פרויען הויזען אויך. די אנדערע זאכען, למשל האבאן א הינטעל, אדער נישט גיין א היט האט נישט מיט די שולחן ערוך.
די הויזען פין די פרויען איז מן הסתם על פי שולחן ערוך אויסגעהאלטען, אבער גיין אין אייגינע האר, איז בפירוש יא אסור.
די תירוץ וואס זיי זאגען, וואס דארף מען גיין א שייטעל וואס זעהט אויס ווי האר, און אז עס מאכט נישט קיין סענעס. איז נישט גערעכט כמבואר במקום אחר.
י
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, איך מיין איר וואלט זיך אויך ענדערש משדך געווען מיט א איד וואס רעדט ליידער אמאל לשון הרע, ווי מיט א איד וואס עסט ליידער אמאל חזיר.
ס'איז דא עבירות וואס מ'קען נכשל ווערן און מ'איז נאכנישט אפגעפרעגט, און ס'דא עבירות וואס אויב מ'ווערט נכשל דערין איז מען אינגאנצן אפגעפרעגט.
איך קען א יוד וואס האט געגעסן חזיר און האט זיך נאך געהאלטן פא ר א פרומען. ר'איז געקומען פרעגן דעם רב א שאלה. וויאזוי מ'שעכט א חזיר. ווייל דער דאקטער האט איהם געהייסן עסן חזיר פלייש פאר זיין בריאות. האט איהם דער רב געענטפערט זייער א טרעפליכע תשובה. "אז מ'עסט חזיר דארף מען נישט שעכטן".
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:צום טעמע פין אשכול, זענען די מאדערן ארט. נישט מקפיד אויף א כיסוי הראש פאר נשים, און אסאך גייען די פרויען הויזען אויך. די אנדערע זאכען, למשל האבאן א הינטעל, אדער נישט גיין א היט האט נישט מיט די שולחן ערוך.
די הויזען פין די פרויען איז מן הסתם על פי שולחן ערוך אויסגעהאלטען, אבער גיין אין אייגינע האר, איז בפירוש יא אסור.
די תירוץ וואס זיי זאגען, וואס דארף מען גיין א שייטעל וואס זעהט אויס ווי האר, און אז עס מאכט נישט קיין סענעס. איז נישט גערעכט כמבואר במקום אחר.
און טעקסטן אום שבת איז יא אויסגעהאלטן עפ"י הלכה???!
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 11:09 pm
דורך דעת תורה
כמדומה אז דו ביסט זיך טועה. סאיז נישטא קיין איין באוועגונג אינערהאלב די ארטאדאקסיע וואס איז מתיר לכתחילה אייגענע האר. עס איז נאר וואס מען קען עס נישט אויסרייסן.