בלאט 1 פון 1
נו, ווי אזוי זענען די סדרים אריבער?
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
ביי מיר האט ב"ה גע'ראק'ט. די קינדער זענען געוועהן אויסערגעווענטליך קיאט און זיי האבן געפרעגט די קשיות הערליך. די זאלץ וואסער איז געוועהן צו זאלציג און די חרוסת האט נישט געהאט קיין טעם. די מצות (בארא פארק מצה בעקערי) איז נישט געוועהן מוראדיג. אביסעל האב איך געהאט פון די אהרונישע וויליאמסבורגע מצות און ס'געוועהן אסאך בעסער.
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ברוך השם, הלילות עברו בשיא ההידור.
צצו במוחי חידושים על ההגדה. בפרט בקטע "זו פרישות דרך ארץ" וחשבתי שאכתי עבדי פרעה אנן.
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:09 pm
דורך קינות גירושין
ערשטע נאכט דיפרעסט אן די קינדער די צווייטע נאכט איז געווען א פלעזשער מיט די קינדער.
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:41 pm
דורך משה געציל
די סדרים זענען ברוך השם אריבער זייער שיין. איך האב אסאך צו פארציילן, איך האב אינטערגעהערט סדרים פון די עמרצים, אסאך שיינע פשטים האב איך אנטפלעקט ביי זיי. אי"ה שפעטער ווען איך וועל האבן אביסל צייט וועל איך אביסל מאריך זיין, ווי אויך דארף דאס גאנצע חירותינו ווי די יונגע פארלעך שלעפען זיך מיט א דאזען קינדער דריי פארטאגס אויף די גאס א לענגערע אפהאנדלונג.
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:ביי מיר האט ב"ה גע'ראק'ט. די קינדער זענען געוועהן אויסערגעווענטליך קיאט און זיי האבן געפרעגט די קשיות הערליך. די זאלץ וואסער איז געוועהן צו זאלציג און די חרוסת האט נישט געהאט קיין טעם. די מצות (בארא פארק מצה בעקערי) איז נישט געוועהן מוראדיג. אביסעל האב איך געהאט פון די אהרונישע וויליאמסבורגע מצות און ס'געוועהן אסאך בעסער.
די ערב פסח מצות פון ב.פ. מצה בעקערי האבן איין מעלה. זיי זענען "אנברעקעבל":. אומברעכבאר. די פראבלעים איז אז די ציין זענען
יא ברעכבאר.
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברוך השם, הלילות עברו בשיר ההידור.
צצו במוחי חידושים על ההגדה. בפרט בקטע ײזו פרישות דרך ארץ וחשבתי שאכתי עבדי פרעה אנן.
דו מיינסט זיכער צו זאגן "בשיא ההידור".
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:ערשטע נאכט דיפרעסט אן די קינדער די צווייטע נאכט איז געווען א פלעזשער מיט די קינדער.
נאך א פשט אין יחץ. נאר א מרור'דיגער פשט. ס'האט כאטשיג געקאס אביסל די אפוקוימען'ס?
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2013 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:די סדרים זענען ברוך השם אריבער זייער שיין. איך האב אסאך צו פארציילן, איך האב אינטערגעהערט סדרים פון די עמרצים, אסאך שיינע פשטים האב איך אנטפלעקט ביי זיי. אי"ה שפעטער ווען איך וועל האבן אביסל צייט וועל איך אביסל מאריך זיין, ווי אויך דארף דאס גאנצע חירותינו ווי די יונגע פארלעך שלעפען זיך מיט א דאזען קינדער דריי פארטאגס אויף די גאס א לענגערע אפהאנדלונג.
פון דיינע (קורצע) ווערטער איז משמע אז ס'איז דא די ברכה פון מצרים ביי אונז, ב"ה "די יונגע פארלעך שלעפן זיך מיט א דאזען קינדער".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 12:54 am
דורך גאלד
ב"ה זייער שיין געווען, שולחן עורך די ערשטע טאג בינעך געווען פעינפולי מיד, מיין 3 יעריגס האט שוין ביי ורחץ געקראנטשט מצה, געווען זייער זשעלעס, צווייטע נאכט ב"ה אויסגערוהט ווי א בער, נישט אזוי היגעריק, רואיג, שיין געטייטשט די הגדה פשוט פשט, זיך איינגהאנדלט די הגדה "מתיבתא", די מצה איז געווען דילישעס!!! איך ווייס נישט צו סדי זאלץ וואס ליגט דערין אבער כאנאך קיינמאל געהאט אזאנע נארהאפטיגע מצות פון סאטמאר ראטליטש (ר' אהרן)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:05 am
דורך שמעקעדיג
סעים היער, ב"ה אדורך הערליך שיין, די קינדער האבן מיטגעהאלטן, הגם אויך אביסל געשטיפט און ארומגעלאכט, אבער נישקשה, זיי זענען דאך קינדערלעך...
א שאלה פארן עולם דא: אפיקומן טאר נישט זיין אכילה גסה, איז פאראן איינער וואס קען דאס באווייזן? איך בין שוין נאך די ערשטע 2 כזיתים מצה (ביי מוציא מצה) גאנץ זאט, נאכדעם קומט די מרור, לכל הפחות א כזית, דערנאך כורך, נאך א כזית מצה מיט מרור; ווען מען ברענגט די אייער צו שלחן עורך בין איך שוין אינגאנצן פול, אבער דערנאך קומט נאך די יו"ט סעודה, בשר ודגים, טאקע נאר אביסעלע, אבער עכ"ז בין איך א פארטיגער ביי צפון, און דער אפיקומן איז אבי געשטופט... ווי אזוי איז ביי אייך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:22 am
דורך אךשמח
דער סדר צו פירן אליינס, נאך אונזער אפמאך נישט צו גיין צו די עלטערן, איז געווען א גאר גוטער געדאנק, ווען די קינדער זענען די גרעסטע פארדינער דערפון.
עס איז געווען א הערליך משפחה פארברענג אן די שלעפערייען און צעגערייען פון די אנלויפנדע משפחה מיטגלידער ביי די עלטערן.
וואס איך פארשטיי נישט איז, די זעק תורות און גאנצעטע שענק הגדות וואס די מלמדים און טיטשערס געבן מיט פאר די קינדער צו מרבה זיין סיפור יציאת מצרים פאר די עלטערן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:31 am
דורך נולד מאוחר
איך האב געניצט די כזיתים טשארט פון די כרפס רעטעך.. במילא איז געווען פלאץ פאר אלעם.
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 1:12 am
דורך קאווע טרינקער
ב"ה