בלאט 1 פון 1

"ביליגע" סאטמארער דירות?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:20 pm
דורך חד גדיא
איך האב אייביג געמיינט אז ביינונז אין וויליאמסבורג זענען דירות טייער. ווער איך פלוצלינג געוואר אן אנדערע מעשה. די "ניו יארק אבזערווער" טענה'ט אז אין וויליאמסבורג האט סאטמאר באוויזן צו האלטן די פרייזן פון דירות זייער ביליג. זיי שרייבן אז אפאר בלאקס ארויס איז אסאך טייערער.
(יעצט שרייבענדיג טראכט איך אז מסתמא ווייסן זיי נאר פון די פרייזן וואס מ'צאלט "העכערן טיש", ממילא רעדן זיי זיך איין אז ס'ביליג...)
http://observer.com/2013/03/weapons-of- ... rices-low/

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:58 pm
דורך חשבון
געליינט און געוויינט די לגיונת וואס מ'פארקויפט פאר די גאס. די פאלעטישנס וועלן זיך נאך איינרעדן אז אלעס איז גוט דא ווייל עפעס א שקרן האט פארקויפט אז ביי אונז איז ביליג דירות. זאלן זיי געוואויר ווערן מ'צאלט דא איבערן טיש די אלע געלטער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:07 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין זיי רעדן פון קויפן, נישט רענט. איז די נומבער שקר? איך קען נישט די וויליאמסבורגע פרייזן, אבער קאסט א דריי בעדרום קאנדוי מער ווי א האלבע מיליאן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 8:43 pm
דורך חשבון
יא זיכער

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2013 10:50 pm
דורך days
גארנישט איז נישט ביליג
סתם געהאקט אין קאפ...