בלאט 1 פון 1

סדר נאכט אבזערוואציעס

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:36 am
דורך משה געציל
שוין, די קינדער שלאפן שוין ב"ה, מען קען שוין אביסל פארשרייבן די זכרונות ביז ווען די אויגעלעך וועלן זיך פארקלעבן.
ב"ה, די סדרים זענען אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט, די אטמאספערע איז געוען זייער אנגענעם. די קינדער האבן געפרעגט פיל מער ווי פיר קשיות, גע'גנב'ט די אפיקומן אין אויסטויש פאר קליין געלט, נאך אלע גע'פעניע'ריין האט מען באוויזן צו ענדיגן די סדרים פאר חצות. מען האט נאך עספיט ארויסצוגיין מיט די קינדער אויף א שפאציר, זיך ווילענדיג/אומווילענדיג אינטערהערן די שכנימ'ס סדרים. שיין צו זעהן ווי דער שכן וואס איז מקפיד נישט צו דאווענען פאר זמן תפלה, שרייט הא לחמא עניא מיט די רויטע באקן און נאסע פיאות ארויס פון מקוה.

א צווייטער שכן, וואס פארטייטשט מילה במילה פאר די קינדער, ערקלערט מיט א פשטות "מלמד שהיו ישראל מציינים"; "אידישע קינדער זענען נישט געגאנגען מיט קיין לאנגע דאסטערס און נישט גערעדט קיין ענגליש", איך האב טיף אין הארץ געהאפט אז מיינע קינדער האבן נישט אויפגעכאפט די שטותים. (פארוואס עפעס שטותים? ענגליש איז דאך טאקע נאכנישט געווען א רעדבארע שפראך דאן... און לענג'ערי האט בימים ההם פראדאצירט לאנגע בגדים בלויז פאר מענער...) "וכאן הבן שואל" פארטייטשט ער מיט א גלאטקייט; "דא קען מען זיך אויסבעטן אלע גוטע זאכן". עס וואונדערט מיר וויאזוי ער האט פארטיישט "זו פרישת דרך ארץ", איך בין כמעט ברור אז ער האט עס משלב געווען מיט מציצה בפה.

דער אנטקעגן איבער האט יא באוויזן צו כאפן דעם כזית פאר חצות, אבער נישט צוליב דעם ענין פון עסן דעם כזית פאר חצות, נאר ליבערשט אז ביי כורך זאלן די נאך מקוה-נאסע פיאות אראפטראפן אויפן גרוין בארד, וואס דאס געלונגט נאר ווען ער איילט זיך אונטער.
ווידער, האב איך ביים זעלבן שכן עספיט צו הערן ווי ער גיבט אריין מנה אחת אפים, פאר זיין צען יעריג שעפעלע, וואס האט ברוב תמימתו געפרעגט; "טאטי, וואס איז דער חילוק פון די חכמ'ס שאלה ביז די רשע'ס?"

דער שכן וואס האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, לאזט בשום אופן נישט זיינע קינדער אליינטס פראווענען די סדרים, די אייניקלעך דארפן דאך געדענקען וויאזוי א פארצייטישע איד האט געפראוועט א סדר. ממילא האט זיך געטוהן דארט אויף טיש און אויף בענק, מאראנצאן זענען געפלויגן פון די פארטש, ניסלעך זענען געווען אויסגעלייגט אויף די שטיגן, און אונזער ניי געקרוינטער קעניג איז געזיצן אויף שפילקעס, עס האט אויסגעקוקט ווי א קעניגרייך וואס האלט אט אט ביים צופאלן צוליב א פוטש פון די אינערליכע סעוויטע.

ווי עס קוקט מיר אויס איז דער צווייט מערסט פארציילטע סיפור, נאך יציאת מצרים, לכאורה די מעשה מיטן גע'גנב'טן רינגל פונעם קייזער, וואס דער עבד "דיינו" האט פארכאפט. איך האב געהערט דעם סיפור פון יעדען דריטן הויז. דער דריטער אויפן רייע איז ווארשיינליך איינער פון די צוויי; אדער דער שפאלער זיידעס אייניקל וואס האט נישט געזאגט "כדי די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן", אדער דער אורחי פורחי וואס איז אנטלאפן ביי שלחן עורך.

אומגעפער צוויי אזייגער האב איך שוין געזען די אויסגעמוטשעטע פארפעלקער זיך אנפאנגען אהיים שלעפן אויף די גאסן. די שנה ראשונה קאפלעך שלעפן בס"ה א קליינעם דרעס בעג, אז די קיטל זאל בלייבן שיין.
ווידער די וואס האבן שוין חתונה געהאט אפאר יאר שלעפן זיך מיט זייער טרעילער לאדס פון הגדות, מצה טאשן, דאבל קערידזשעס מיט דריי קינדער אויף א יעדע זייט, און דער מאן מיט זיינע שמירה מצות אין איין האנט, און דאס פיר יעריגס אין די צווייטע האנט. א מין אפקומעניש דאס! מיין איינציגסטע לימוד זכות איז אז דאס איז א זכר צום שעיבוד. איי, די סימני עבדות איז דאך נאר פון אנפאנג סדר, דער סיום איז דאך בשבח? יתכן אז דאס זיך דערזען אינדרויסן פונעם טאטע'ס/שווער'ס סדר איז אויך א חירות.

שוין, עמיר לאזן די זכרונות דא אויפדערוויל, דער קליינער פינגער וויל שוין גיין פארשרייבן מיינע מעשים. ועוד חזון למועד.

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:00 am
דורך שמעקעדיג
הא הא, טיפיקעל משה געציל...


משה געציל האט געשריבן:שוין, די קינדער שלאפן שוין ב"ה

ווילסט מיר זאגן אז דו שלאפסט נאך נישט? אדער דו האסט די גאנצע גע'חלומ'ט שוין נעכטן?..

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 4:37 pm
דורך משה געציל
יעצט געהערט ווי א טאטע לערנט מיט א קינד אז דער עיקר פון פסח איז; "נישט משנה צו זיין פון די עלטערן גארנישט"! ווען איך האב ווען די גאטס וואלט איך אים געפרעגט פארוואס ער גייט מיט א שטריימעל און א בעקיטשע.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 2:12 am
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:יעצט געהערט ווי א טאטע לערנט מיט א קינד אז דער עיקר פון פסח איז; "נישט משנה צו זיין פון די עלטערן גארנישט"! ווען איך האב ווען די גאטס וואלט איך אים געפרעגט פארוואס ער גייט מיט א שטריימעל און א בעקיטשע.

ניין. דער פשט גייט אזוי. ער וויל אז זיין יונגל זאל גארנישט משנה זיין. אבער ער מעג יא.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:20 pm
דורך משה געציל
על הא גופא אנו דנים.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:37 pm
דורך יידל
היי יאר געהערט אז וועגן דעם הייסט די סדר נאכט "סדר", ווייל עס איז א סדר פאר א גאנץ יאר און חיים אויב דו זיצט דיך נישט אראפ די רגע כאפסטו א פראסק <שווערע אטעמען> וואו האבן מיר געהאלטן? יא, עס איז א סדר פאר א גאנץ יאר און וויאזוי מ'פירט זיך אויף ביים סדר אזא השפעה האט עס פאר די רעסט אף די יער.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:50 pm
דורך זר זהב
די יעניגע כאפן ניטאמאל וואספארא פאריקטן חינוך זיי געבן זייערע קינדער. איין שטיק באלאני. מיין סדר גייט גארנישט אויסקוקן ווי ביי מיין טאטן, ס'וועט זיין פיש, בהמה פלייש, אויל און שמאלץ (פשוט ווייל כאב ליעב שמאלץ פאר א טויש) און הגדה קוקיס וועלן ליגן הארט נעבן די קערה, להוציא מליבן פון די פאריקטע עמאשענעל גיהנם אנברענגערישע אידן.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:51 pm
דורך יואב
יידל ווייסט נישט ווי אויסצודריקן זיין חרטה געפילען,
איך פארשטיי ביסט געוועזן שטארק אנגעצויגן, און האסט נישט געוואלט,
ער האט שוין געהאט אויפגערעגט זיין מאמע אויך, זיך געשלאגן מיטן שוועסטער, און די האסט אים קלאר געווארענט פארדעם,
אמת, איך פארשטיי, איר מעגט פון אים בעטן מחילה, יא א טאטע קען אויך אמאל באגיין א טעות, ס'מיינט נאכנישט מ'דארף פעינטן
א תגובה אין קאווע שטיבל מיט בלוט שרעקעדיגע פארבן, כאדם התולה את קיללתו על אחרים,
דזשאסט קידינג!

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:54 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:די יעניגע כאפן ניטאמאל וואספארא פאריקטן חינוך זיי געבן זייערע קינדער. איין שטיק באלאני. מיין סדר גייט גארנישט אויסקוקן ווי ביי מיין טאטן, ס'וועט זיין פיש, בהמה פלייש, אויל און שמאלץ (פשוט ווייל כאב ליעב שמאלץ פאר א טויש) און הגדה קוקיס וועלן ליגן הארט נעבן די קערה, להוציא מליבן פון די פאריקטע עמאשענעל גיהנם אנברענגערישע אידן.

מיר האבן שוין געשריבן א פאעזיע וועגן די "בן ארבעים" סינדראם, ווארט נאר צו ביז ווען דער סינדראם באטרעפט דיר.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:56 pm
דורך זר זהב
פון וואו איך קום האט עס נישט מיט די בן ארבעים, ס'אייביג אזוי געווען און ס'האלט שוין דארט ביי איבער די שישים

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:00 pm
דורך נולד מאוחר
זר אביסעל ריספעקט פאר פריערדיגע דור. ווען נישט זיי וואלט מסתמא קאוועשטיבעל נישט עקזיסטירט.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:זר אביסעל ריספעקט פאר פריערדיגע דור. ווען נישט זיי וואלט מסתמא קאוועשטיבעל נישט עקזיסטירט.

דאס איז אן עמקות'דיגער, כמעט א ליטווישער כאפ!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:55 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]משה געציל[/tag], כ'ווייס נישט אויב דו לעבסט, דיין אשכול איז לייוו ענד קיקינג.