בלאט 1 פון 1

חירות independent

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:20 am
דורך אספקלריה
זמן חירותנו,וואס באדייט פרייהייט ?
און ספרי הפנימיות ווערט יציאת מצרים באטיטלט אלס לידה פון כלל ישראל,און מצרים זעמיר געווען כעובר במעי אמו ביי די יציאה זעמיר געבוירען געווארען.אונז האמיר צוביסלעך אנגעפאנגען צו וואקסען (פסח ברענגט מען עומר פון שעורים מאכל בהמה אונז זעמיר נאכנישט געווען א גאנצע אדם),די ימי הספירה האט מען זיך צוביסלעך דעוועלעיפט די מידות און די געפילען, ביז קבלת התורה וואס אונז זעמיר געווארען א פערטיגע גדול און אונז זעמיר גרייט צו נעמען א תורה און אויסשטעלן אונזער לעבן לויט די תורה, (די קרבן חטים פון שבועות מאכל אדם אונז זעמיר שוין א גאנצע אדם)

לאמיר גיין צו אונזער לעבן און טראכטען וואס דאס מיינט.
עובר במעי אמו די גרעסטע dependent וואס איז שייך,ער האט נישט קיין שום אייגענע עקזיסטענץ,עד כ״כ אז חז״ל קוקען עס אהן לגבי געוויסע זאכען עובר ירך אמו.
איינמאל דאס קינד געבוירט און ווערט אפגעריסען פון די מאמע׳ס פייפ,פאנגט זיך אהן די שלבים פון ווערען א אייגענע מענטש independent .
די שלבים על קצה המזלג.
מתחילה איז ער איגאנצען dependent אויף זיינע care takers צוגיין ממקום למקום,צוביסלעך גייט ער ארויס פון די עלטערנס הענט,ער הייבט אליינס אן זיך צו ברענגען ממקום למקום און שלבים,(קריכען,וואקען ,לויפען,וואקען לענגערע מהלכים אא״וו )
מתחילה איז ער אינגאנצען dependent אויף זיינע care takers צו עסן זיי מוזען אריינלייגען די עסן און זיין מויל און אנגריין זייער עסן, צוביסלעך הייבט ער זיך אפצוטיילען פון די מאמע׳ס עסן און ער הייבט צוביסלעך אהן אליינס צועסן און צו אנגרייטען זיין עסן און שלבים.
די נעקסטע גרויסע שלב ער הייבט אהן צו האבען אייגענע responsibilities ער דארף זיך אליינס אפהיטען פון היזקות ער דארף אליינס גיין ממקום למקום.
מתחילה איז ער אינגאנצען dependent אויף דיעות און לימודים אויף זיינע לערערעס און עלטערען זיי לערנען עם אלעס אויס וואס פעלט עם אויס פארען לעבן ,צוביסלעך און שלבים ווערט דאס אוכט זיין אייגענע זאך ער דארף אליין collection information אליין טראכטען און אויפקומען מיט אלעס וואס נויטיגט זיך פאר זיין לעבן.

די מכה בפטיש קומט ווען ער איז גרייט אינגאנצען ארויס צוגיין פון זיין care takers שטוב און ער איז אינגאנצען גרייט צו לעבן אינגאנצען אליין,(על כן יעזב איש את אביו ואת אמו די וועג פון ודבק באשתו וואס דאס מאכען א נייע מענטש מוז צוגיין מיט א יעזב איש את אביו ואת אמו)
לעבן אליין אן אייגען לעבן איז כולל און זיך הרבה דברים ,על קצה המזלג ,זיך טרעפן א מהלך החיים און א מקור החיות וואס איז מתאים צו די אייגאנשאפט פון די מענטש און זיך מדבק זיין און דעם לעבן, (מאיז שוין נישט א נספח צו די עלטערען,רעביס , מחנך׳ס , מהלך החיים, מטרעפט זיך די אייגענע געשמאקען וואס זענען מתאים צו די אייגענע כוחות ותכונות הנפש, ממאכט אייגענע החלטות און לעבן מטראכט אליינס דורך די צדדים פון א יעדן טריט און לעבן און מאיז מחליט החלטות עפי״ז.

פארשטייט זיך איינמאל מאיז אינגאנצען independent און מאיז א שטארקע באפעסטיגטע מענטש,קען מען שוין אנפאנגען מיט די קומונדיגע שלב און מקען שוין מאכען א נייע מענטש און דעוועלעפען א נייע סארט humen און העלפען דעם נייעם humen עקספלארען זיין איידענדיטי זיינע כוחות און עם דעוועלעפען ביז דער נייע מענטש זאל אוכט אהנקומען צוזיין א אייגענע שטארקע מענטש.
ע״כ האב איך דיסקרייבט בקיצור די מהלך פון א humen פון ווערען א פערטיגע גאנצע דעוולעפטע מענטש,והדברים רחבים בחכמת psychology.

יעצט לאמיר אביסעל באטראכטען וואס טוט זיך אפ און די מענטש ווען ער ווערט independent און א נייע שלב,
לאמיר אנכאפען א קליינע דוגמה ווען א קינד איז שוין גענוג גרויס די מאמע זאגט פארען קינד טייער קינד די ביסט שוין גרויס מער באלאנגסטו שוין נישט און די קערידזש קענסט היינט קומען ביז צו באבעס הויז מיט די פיס.דאס שמחה און דאס פרייהייט וואס דאס קינד שפירט איז עד להפליא, ער גייט מער נישט דארפען זיצען איינגעשפארט און דעם קערידזש ער איז פריי ער קען וואקען אליין ער איז גרויס ער דארף מער נישט מזאל עם שטיפען און די קערידזש.
וואס פאסירט אבער געווענטליך א טאג צוויי דערנאך די שמחה איז פאראיבער ,יעצט פארבענקט זיך דאס קינד צו דעם קערידזש, און די קערידזש איז ער טאקע נישט געווען פריי די מאמע האט עם געשטיפט ווי זי האט געוואלט,אבער מאידך גיסא און קערידזש האט ער נישט געדארפט ניצען די אייגענע כוחות די מאמע האט עם איבאראל ארומגעפירט מיט א געשמאק ווי א מלך אפשר איז בעסער צוריק צו ווערען קליין זיך צוריק אריינלייגען און קערידזש אריין און זיך צוריק פאקען און די מאמע׳ס בלענקיט אינעם ווארימען קערידזש.
יעצט פאדערט זיך א שטיקעל מלחמה אויפצוגעבן דעם קינדערישע געשמאקייט פון dependency דעם געשמאקייט פון זיך נישט דארפען מוטשענען אליין צו וואקען מוז ער אויפגעבען אויף אייביג.
איינמאל מברעכט אדורך דעם סטרוגעל דעמאלס איז מען באמת געשטיגען און מאיז באמת באפרייט פון דעם dependency פון א קערידזש.
דאס איז א דוגמה קטנה, אבער באמת איעדע שלב וואס מוואקסט און מווערט מער independent גייט מען אדורך דעם procces לכתחילה שפירט מען פרייהייט און שמחה, דערנאך פאלט מען צוריק מבענקט זיך צו די זאך וואס מהאט זיך אנגעהאנגען,און דערנאך שטארקט מען זיך און מען געבט אויף די אלטע געשמאק און מנעמט זיך צום העכערען דרגה.
תיכף נאך די חתונה מפירט זיך ווי א פרייער פויגעל אן אייגענע דירה אן אייגענע מענטש די שמחה איז אין לשער סגייט אדורך די ימי השמחה צוביסלעך קומט צוגיין א בענקשאפט צו די אלטע מקור החיות סטוט זיך א געלויפאכטץ הוא רץ לבית אביו והיא רצה לבית אביה ,מוויל זיך נישט אפגעזעגענען פון די זיסע לעבן פון די עלטערענס הויז מיט די געשוואוסטער וויל מען נישט אזוי שנעל פארפרעמדט ווערען די אייגענע לעבן שפירט זיך ליידיג קעגן די חיות פון די עלטערענס הויז,דא מוז מען זיך אנגארטלען און מקיים זיין על כן יעזב איש אויפגעבען די געשמאק פון זיין dependent אויף די חיות פון די עלטערענס און מדארף זיך נעמען בויען אן אייגענע הויז מיט א אייגענע חיות,סקומט נישט אהן גרינג מצד ב׳ חלקים די ערשטע חלק איז אויפגעבען די dependent דרך החיים דאס קען זיין ממש טעם מיתה ווייל מגעט אויף דאס גאנצע מקור החיות ,די צוויטע חלק איז טרעפן די נייע מהלך החיים און די נייע לעבן
נאכדעם וואס מברעכט דאס אדורך דעמאלס איז מען א שטארקע באפעסטיגטע מענטש און דעמאלס איז די שמחה און די חירות א אמתע,
נמצאת אתה אומר די ערשטע שמחה און חירות נאך די חתונה איז נור געווען א ריח פון די עכטע שמחה און חירות,ווי וויבאלד ער איז נאך באמת נישט פריי זיין חיות איז נאך פון די עלטערענס הויז ער שפירט נור אז ס׳איז דא אן opportunity פון פרייהייט,
נור נאכדעם וואס די מענטש האט אויפגעגעבן זיין אלטע dependency אויף די עלטערענס הויז און טרעפט זיך און בויעט זיך אויף אן אייגענע לעבן דעמאלס האלט ער ביי די מדריגה פון פרייהייט און דעמאלס שפירט ער די אמתע פעסטע חירות.
ע״כ המשל להבין ענין לידת כלל ישראל ,ענין גדלות ראשון קטנות ראשון גדלות שני
הנמשל נבוא אי״ד בהמשך

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:32 am
דורך נולד מאוחר
יאנקל האט געשריבן:שלום עליכם אספקלריה המאירה!
איך קוק ארויס אויף דעם המשך.

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:56 pm
דורך קאווע טרינקער
VERY שיין.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 3:10 am
דורך יואב
מצטרף לדברי יאנקל

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 11:40 am
דורך אספקלריה
המשך
ווען מרעדט פון יציאת מצרים שטייט און ספרים ס׳איז געווען א גדלות ראשון גלייך בא די יציאה,דערנאך איז מען געפאלען צו א קטנות,און דערנאך האט מען געדארפט ארבעטען אנצוקומען צוריק צו די גדלות,און דאס איז געווען שבועות ווען מאיז אנגעקומען צו גדלות שני,
לפי דברינו לעיל פארשטייט מען זייער גוט די משל און אונזער לעבן,די גדלות ראשון איז די רגע ווען מהייבט זיך א שטאפל און ערוואקסנקייט(ווי למשל חתונה האבען) גלייך דערנאך פאלט מען אריין און א קטנות, מבענקט זיך צוריק צו די פריערדיגע דעפעדינסי,און מאיז אומקלאר וויאזוי אליינס צוגיין און די נייע וועג, דאס איז אלעס א חלק פון די קטנות נאך די גדלות,דערנאך ווען משטארקט זיך און מאיז שוין פעסט מיט דעם נייעם דרגה און מאיז שוין אינגאנצען independent און דיע דרגה דעמאלס קומט מען אהן צו די גדלות שני.

יעצט לאמיר אביסעל גיין צו יציאת מצרים,
אזוי ווי מהאמיר פריער דערמאנט און ספרי הפנימיות (מהר״ל של״ה) ווערט מבואר בהרחבה אז די סיבה פון די גרויסע בער וואס די תורה מאכט מיט יציאת מצרים(געדענקען יעדן טאג , דערציילען פאר אלע קינדער , צענדליגע מצוות א זכר ליציאת מצרים) איז וועגען דעמאלס איז געווען די לידה פון כלל ישראל.
וואס איז דאס די מציאות פון כלל ישראל אז מזאגט אויף דעם אז ס׳איז געווען א לידה ?
און רמב״ן בכמה מקומות שרייבט און די מהר״ל פארט א אסאך מיט דעם, און די גר״א בכמה מקומות.
בהנחל עליון גוים בהפרידו בני אדם יצב גבולות עמים למספר בני ישראל כי חלק ד׳ עמו יעקב חבל נחלתו
די אויבערשטער האט צוטיילט די פעלקער איעדעם מיט באזונדערע כוחות און באזונדערע פלעצער און א יעדער איינער באקומט זייער שפע פון זייער מזל וואס ליגט אונטער זייער שר למעלה,אלהי העמים,אשר חלק ד לכל העמים,און די אויבערשטער איז אלהי האלהים די אויבערשטער איז שולט און געט די כח פאר די שרי מעלה די כוחות וואס זענען משפיע שפע פאר די אומות.(און הכתב והקבלה וויל ער טענהן אז דאס איז די סיבה פארוואס בן נח אינו נהרג על שיתוף ודו״ק)
משא״כ די יודען האט דער אויבערשטער גענומען פאר א פאלק אלהי ישראל, און זיי זענען נישט אונטער קיין שום שר וכח הטבע און ממילא,בזמן שישראל עושין רצונו של מקום עולים עד למעלה ואין כל אומה ולשון יכולין לשלוט בהם ווייל זיי זענען דבוק און זייער משפיע די עליון וואס איז אלהי האלהים וואס איז שולט אויף אלע אומות ממילא זענען זיי העכער פון יעדעם ווי אוכט דארפען זיי נישט דאגהנען פון קיין שום מקרים טבעיים ומזלות וויבאלד זייער השפעה קומט נישט פון די שרים וואס שטעלן אויס די עולם הטבע נור די השפעה איז פון די אלהי האלהים וואס איז העכער פון די כוחות הטבע.
און ח״ו כשאין עושין רצונו של מקום יורדין עד לעפר,היות ס׳איז נישט דא קיין שום השפעה און כח און טבע וואס זאל באשיצען און משפיע זיין אויף די יודען,און זיי זענען נישט דבוק מיט די אויבערשטער זייער משפיע ממילא האבען זיי נישט קיין שום מקום פון ווי יונק צוזיין,און דעמאלס קענען אלע אומות האבען א שליטה אויף אונז היות אונז האבען נישט קיין שום שר און קיין שום מקום און עולם הטבע וואס זאל קענען באשיצען און משפיע זיין אויף אונז.

דאס וואס די אויבערשטער האט אונז געלייגט אונטער זיין דירעקטע השפעה און אונז גענומען פאר זיין פאלק ליגט און דעם נאך אסאך מער.
ורוממתנו מכל הלשונות ער האט געהעכערט אונזער מהות,און אנדערע ווערטער די סיבה פארוואס די אומות האבן השפעה פון עולם הטבע איז ווייל זייער עצם מהות איז במדריגת עולם הטבע (די ז׳ מצוות וואס זיי האבען איז אלעס מצוות צו האלטען א מענטש און די ראמען אז ער זאל זיין א נארמאלער מענטש און האבען א נארמאלער לעבן און דיע וועלט ווייל זייער מדריגה און זייער מהות איז שייך צו אונזער וועלט), משא״כ אונז יודען האט ער געהעכערט אונזער מהות צו א מדריגה פון העכער אונזער וועלט צו מער א רוחניותדיגע מדריגה ( פארדעם איז רוב פון אונזער מצוות למעלה מהשגת אנושי חוקים און אפי די מצוות וואס מפארשטייט יא בעיקרון איז אבער פיל מיט פרטים וואס מפארשטייט נישט מיט פשוטע שכל), דאס איז אלץ ווייל מהאט אונז דערהעכערט צו א דרגה פון העכער פון דיע וועלט און מהאט אונז געגעבן א סדר פון תורה און מצוות וואס איז שייך צו אונזער הויכע מדריגה,[דה כמבואר בספרים אילו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו , אז ווען ס׳איז געווען פסקה זוהמתן האבען די יודען משיג געווען די גאנצע תורה ווייל דאס איז די סדר החיים לויט אונזער אמתע מדריגה און פארדעם קיים אברהם אבינו כל התורה אן דעם וואס ער זאל ווערען אויס געלערענט ווייל דאס איז א סדר החיים פאר די מדריגה פון א יוד.]
און ממילא לויט דעם מדריגה וואס אונז זענען למעלה מן הטבע קומט אונז אז אונזער השפעה זאל זיין למעלה מן הטבע אבער פארשטייט זיך דאס איז נאר אויב אונז זענען טאקע דבוק און אונזער מדריגה.
ע״כ וואס סמיינט עם ישראל
המשך יבוא בענין הלידה

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 2:55 pm
דורך איינגעמיירעט
ייש״כ אספקלריה פאר דיין קאלירפול אנאליז,שלא כדרך כמה פון די שרייבערס דא וואס זענען אנגעפעקוועט מיט אסאך ספרים חיצונים און ווייניג באקאנט מיט ספרי מחשבה מגדולי ומאורי אומתנו מאורי התורה ,זעעט מען אבער ביי דיר א שטארקע ידיעה און ביידע יישר חיילך איך ווארט אויפען המשך.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:49 pm
דורך אספקלריה
יעצט לאמיר צוגיין צו לידת כלל ישראל
כלל ישראל מיינט א פאלק וואס זייער מהות זייערע נפשות זענען העכער ווי די מדריגה פון דיע וועלט, און זיי זענען נישט משועבד צו די גבולים פון עולם הטבע,זיי קענען עקזיסטירען און יונק זיין און ציען חיות אפילו און אופן וואס טבע און מזל קען נישט צושטעלן.
דאס איז די חירות וואס מרעדט, די יודען זענען ארויס פון די גבולי הטבע און אריין און א מקום ווי די טבע שטעלט גארנישט צו אהן קיין עסן אן קיין טרינקען און אן קיין הייזער, דאס איז געווען די לידת כלל ישראל מאיז ארויס פון א לאנד א מקום ישוב א פלאץ וואס מענטשען וואונען, און די אויבערשטער האט זיי געזאגט פון יעצט און ווייטער נעם איך קעיר פון ענק,און עטץ דארפטס שוין פון גארנישט אויף די וועלט מורא האבען קיינער קען נישט שולט זיין אויף ענק און עטץ דארפטס נישט צוקומען מער צו די אלע גבולי הטבע צו באקומען זאכען עטץ זענטץ independent פון די עולם הטבע.
דעמאלס איז געווען א געוואלדיגע שמחה און חירות גדלות ראשון אונז האמיר די אויבערשטער מיט אונז אונז זעמיר פריי פון אלע גבולים.
גלייך דערנאך זענען זיי געפאלען און געפילט ווי זיי ווילען צוריק סטיקען צו עולם הטבע זיי קענען נישט זיין אזוי הויכך און לעבן בלויז אויף די אויבערשטער,בפרט ביים ים סוף ווען זיי האבען זיך געפילט געקארנערט האבען זיי געשריגען ״טוב לנו עבוד את מצרים ממותינו במדבר ״ זיי האבען דען געהאט א הוא אמינא אז זיי וועלען שטארבען זיי האבען דיך געזען אלע מכות זיי האבען דיך געזען וואס די אויבערשטער קען
נור וואס זיי האבען געשריגען סבעסער צוזיין dependent אויף די מצרים ווי צו פילען די טעם מיתה פון זיין independent און וויסען אז די אויבערשטער וועט זיי העלפען אויף מצבים וואס איז אפי׳ העכער טבע ס׳איז שוין בעסער צוריק צוגיין צו מצרים און צו די גבולי הטבע.
די אויבערשטער האט דאס ספעציעל אויסגעשטלט כדי יודען זאלען אהנקומען צו זייער אמתע מדריגה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדריגה הראיני את מראיך וכ״ו אזוי ווי רש״י טייטש אז די אויבערשטער האט אונז געלייגט דארטען כדי סזאל ארויסקומען די מראיך און קולך פון כלל ישראל.
המשך בענין שבועות יבוא
אויב איינער האט הנאה פון מיינע געשרייבאכטס דא ביטע רעאגיר איך וויל הערן דיין אפיניאן

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 5:56 pm
דורך דעת תורה
יעדער האט הנאה און שלינגט דיינע ווערטער מיט דארשט. קיפ איט אפ!

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:10 am
דורך יואב
זייער שיין, כ'האף אייך צו זעהן אין אנדערע פאורמס עס וועל !

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:13 am
דורך שמעקעדיג
ערבך ערבא צריך,
דער אשכולות אויפוועקער דארף אליינס א וועקער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:53 pm
דורך אספקלריה
וועק אויף מיין אלטע אשכול עניני דיומא
פארשטייט זיך איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיין קאפ פון פינעף יאר צוריק.