ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 9:46 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
ווער פיהרט דעם שטאט וויליאמסבורג?
ליינענדיג לעצטענס די ארטיקלען איבער די וועד הצניעות, ווי קיינע רבנים אריינגערעכנט הרב גליק פין התאחדות הרבנים וויל נישט נעמען די פאראנטווארטליכקייט אז די חברה זענען אונטערגעווארפן אונטער זייער הנהגה. נאר עס ווערט אהערגעשטעלט ווי עפעס אומבאקאנטע ניקים פירען דעם שטאט אונטערען פורהאנג, און די רבנים קענען זיי פשוט נישט קאנטרעלירען. שטעהלט זיך די פראגע אויף ווי ווייט איז דאס טאקע אמת, ווער דרייווט באמת דעם באס? ווער, און ווי אזוי ווערט מוחלט אויף א נייעם חומרא צו דאס איז געגאנגען צו ווייט און דאס קען מען נישט ארויפצווינגען אויפן עולם. ווערט דאס כאטש געטון דורך די רבנים וואס מיר האבען טייל פין זיי מער ווייניגער ערוויילט. אדער ווערן מיר געפירט דורך אפאר פרומאקעס מיט די אלע וועדים בכל שמותם וכינויים, וואס די רבנים האבן פין זיי פשוט מורא. אויב דאס איז די פאקט, דאן דארף נתברר ווערן וואס איז זייער כח וואס איז טאקע די פחד וואס די רבנים האבן פין זיי. און ווער/וויפיל זענען די רבנים וואס קימערן זיך מיט זיי, אפשר גאר האבן רוב נארמאלע רבנים נישט קיין מורא, נאר אזוי ווי די פרומע זענען זיך כסדר מאחד, זיי האבן אלעמאל צוועקן און מכשולות צו דילען מיט, האבען זיי א פלאטפורם. ווידער די מעסיגע רבנים זענען מער אינדעווידיאליסטיק עס איז נישט דא קיין התאחדות המקילים. הערט מען נאר די מיינונג פין די פאר רבנים וואס עס איז פאר די חברה געלונגען משום סיבה צו קאנטרעלירען.
דאס האט מיר דערמאנט צוריק אין די צייטן פונעם "שטערן שערוריה" ווען איך האב ווידער געזען דעם שוין אזוי באקאנטען פלאקאט אויסשטעהל , שוין ווידער אן איסור, געווענטליך רודפען זיי דעם ווייבער שוהל , אבער דאס מאל בין איך דער קרבן זיי ווילן עפעס פין מיר צונעמען. איך מאך שלום מיטען מצב, עס איז פארפאלן, די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט, עס איז שקיעת הכוכבים, די "שטערן" גייט אונטער.
ווי איך שפאציר אוועק גיב איך מיר א טראכט, פארוואס האב איך נארוואס מחליט געווען מיט א פשטות אז די חברה האבן די רבנים אויף זייער זייט. וויפיל רבנים האבן דען אונטערגעשריבען די קול קורא, בסך הכל 16 רבנים, און בלויז 12 פין זיי זענען רבנים אין דעם שטאט. זעה בייגעלייגט קאפי:
אז מען וויל וויסען וואסארע פערצענט דאס איז פין די אלע רבנים וואס טוען פיגורירען און דעם איינעם שטאט? נייתא ספר ונחזי: דאס איז נאך געווען אין די צייטן ווען די Business Directory איז געווען אן אויסגעהאלטענעם ספר. האט מען נאכגעקןקט און שאקירט געווארן אז די שטאט האט קע''ה 132 רבנים, און נאך 57 דיינים וואס זענען נישט קיין רבנים, דער סך הכל 189. זעהט דעם בייגעלייגטען קאפי.
אויב מיר ווילן פאלגן די מערהייט רבנים שטעלט זיך די פראגע: מיר ווייסען שוין וואס די 12 רבנים החותמים האלטן איבער דעם ענין, אבער וואס איז די אמתע פאזיציע פין די איבעריגע 177 רבנים איבערן חומר הענין פונעם שטערן. און פארוואס האבן זיי נישט אונטערגעשריבן. און די זעלבע פראגע שטעהלט זיך אויף אלע אנדערע איסורים וחרמים וואס זיי ווילן ארויפצווינגען. עס בלייבט צו קלערען צוויי ברירות.
אפציע א)
בדרך כלל זענען אלע/רוב רבנים איינשטומיג מיטן קול קורא, און די אוסרים וואלטן געקענט באקומען חתימות לרחצה. מען האט אבער געברויכט איבערלאזען פלאץ אויפן צעטיל צו קענען שרייבן די תוכן האיסור קען מען עס נישט אנפירקלען מיט די אלע חתימות. מען קלייבט אויס אפאר וויכטיגע רבנים מיט א שטארקן איינפלוס, וואס א ברייטן ציבור ווארפט זיך אונטער, ועל הכלל כולו יצא.
אבער פונעם ליסטע אויף דעם קול קורא איז קלאר אז דאס איז נישט געווען די מצב. ווייניגסטענס 4 פין די חותמים, פירן א קליינטשיגען שבת שוהלעכל, וואס האט נאך די גראבע וואנט זייגערס וואס די סעקונדע הענטעלע מאכט א גרודער ביי שלשודעס תורה. און מען באקומט נאך שפענדעלעך פין די ברוינע געפעינטע טישן מיט די אריינגעגסענע געפילטע פיש גערוך. עס איז שווער צו גלייבען אז פונקט די האט מען אויסגעוועהלט פונעם ברייטען ראסטער. עס קוקט ענדערש אויס אז עס איז דא געווען א מאנגל פין חתימות. און פאר א נויט האט מען אימפארטירט איינס פין מאנטריאל.
אפציע ב)
די מערהייט פין די איבעריגע 177 האבן/וואלטן נישט מסכים געווען צו אונטערשרייבן, טייל ווייל זיי האלטען אז די אויסגאבע איז בדווקא א גוטע זאך. טייל האבן נישט קיין מיינונג. און טייל האלטן אפשר אז א רב ברויך נישט ווערן א מורה דרך צו דוקטאטירען דעם עולם אויף א יעדע דעטאל אין לעבן.
אויב דאס פאסירט ביי די פילע קול קורא'ס, דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים .
עס קוקט אויס אז די פאך פין קלייבן חתימות האט פילע אייגנארטיגקייטן צו נדבות קלייבן. אין פלאץ פין אן עשירים ליסטע וואס די קלייבערס גייען קודם צו די עשירים וואס "האבן" און טיילען ברייט, אנשטאט צו גיין זיך אויסטענהען מיט עפעס א קארגען עושר, עקזעסטירט א שטילע רבנים ליסטע. עס זענען דא די רבנים וואס "האבן" (א שטיקעל ווארט ביים עולם) אבער זיי טיילן נישט גרונג. זיי ווילען פארשטיין די צוועק, זיך נאכפרעגן דעטאלען, מבריר זיין צו מען קען די זעלבע אויפטון אן קיינע פרישע חרמות, אין פאר א נויט קען איהם נאך איינפאלען א ווילדע המצאה אריבערופן די צד שכנגד אויסהערען זיינע פארשלאגען. דאן זענען דא אנדערע רבנים וואס "האבן" אפשר ווייניגער, אבער זיי טיילן ברייט. אז עס קומט אריין צוויי אידען מיט לאנגע צושויבערטע בערד און זיי שטעלן פאר א נייע פרצה, טיילט מען בסבר פנים יפות אן קיין פראגעס . מען בעט נאר צו עס וואלט געווען שייך צו שטעלן זיין חתומה צווישען די דריי חשובע רבנים אויבן, נישט ווערן צוזאמגעקוועטשט אונטען מיט נאך עפעס קטלא קניאס. דאן קענען זיי שוין גיין צום נעקסטען פישל וואס מען ברויך בלויז משכנע זיין מיטן זאגן: איר ווייסט דאך אז רעב א.ב.ג האט שוין אונטעגעשריבען איז וואס קוויינקעלט איר, זייט מוחל לייגט אייערע זיסע שאלות און ספיקות אין א ראבער בענד און שרייבט אונטער. היינט צוטאגס ווייסן די קלייבערס פונקט צו וועם יא/נישט צו גיין, און די איסורים ווערן אונטעגעשריבן נאר דורך די גרינגע פישלעך, די וואס זענען כל הפושט לאנגע בארד נותנים לו.
נאך אן אויסטערלישע ערשיינוג מצד הרבנים החותמים. עס איז א פלא ווי די עטליכע זעלביגע רבנים זענען אזעלכע מושלמים אין אלע נושאים בלי עין הרע. זע קענען זיך גאר גוט אויס און אלע עניני אורך חיים סיי פונעם הלכהדיג שטאנדפונקט און סיי און פראקטיק. פארשטייט זיך אז עניני עבן העזר סימן כא וכו. איז זייער עקספערטיז, אזוי אויך זענען זיי מומחים וואס מענער פארחשקען זיך אויף פרעמדע פרויען, און אז מען זוכט א בקי בתורת הקבלה צו אויסראטען דעם געוואלדיגען מכשול פון באקסיגע קמץ'לך, זענען זיי דא. אז עס פעהלט אויס אן עיכול וכדו. זענען זיי אינדערהיים און חושן משפט, פאר א חוות דעת בעניני חינוך, וועלכע צייטונגען זענען געאייגנט פאר קינדער, אלס פרעגט מען די זעלבע Jack of all trades, masters of none .
דאס וואס איז געווע בימי חז"ל א גייענדיגע ארטיקעל אז מען האט געזאגט צו א תנא, עקיבא, מה לך אצל הגדה? כלך מדברותיך אצל נגעים ואהלות! אדער אז מען האט געוואלט זיין אן עקספערט אין הלכות בכורות האט מען געמעגט זיין גרויס ווי רב אבער ערשט שמונה עשר חדש גדלתי אצל רועי בקר לידע איזה הוא מום עובר ואיזה מום קבוע! מען האט זיך געדארפט דרייען און שטאל צו קענען די פראקטיק. דאס איז היינט א פארגאנגענהייט. מען וואלט היינט געזאגט: די רועי בקר, זיי זענען דאך א דעת בעלי בתים זיי האבן נישט אריינצורעדן. עס איז געווארן א חוצפה צו שטעלן ריאליסטישע לימיטס אויף דעם גרויסן היינטיגן רב זאל לעבן, ער זאל איינזעהן אז ער קען טאקע פיין לערנען, אבער בעניני חינוך פארשטייט ער ניטאמאל צו זיינע אייגענע קינדער.
איך קען נישט רוב פין די כבוד הרבנים פערזענליך, איז מיר שווער דן צו זיין צו זיי האבן לויזע פעדערס, אדער זיי זענען טאקע בקיאים און די אלע הינזיכטען. מיר איז נאר געלונגען צו קענען איין פון די חותמים פון דער נאנט. זיין ידיעת התורה האט ער זיך ביי מיר נישט געלאזט פארהערן, אבער אויף אויף זיין עקספערטיז אויף למעשה דאס זענעו עדות זיינע פילע דורכפעלער. ער האט שוין פראבירט צו עפענען מוסדות און ארגענעזאציעס, און וואס נאר ער נעמט אין די האנט אריין פאלט אים ארויס, מיטען איינעם אויסנאם דאס חתימה פעדערל. עס איז מיר לעצטענס בייגעפאלען אים אנצוטראגן אז אזוי ווי ער האט א געוואלדיגע חוש צו חתימות אפשר וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל אפלייען צו ווערן א נאטערי פאבליק וועט ער קענען דערפון מאכן א פרנסה קלה ונקויה.
עס בלייבט פאר וויכטיג צו קלערן אז אויב זענען טאקע דא די פילע נארמאלע רבנים וואס מען הערט נישט זייער מינונג, צו איז שייך אז מיר אויפן וועב זאלן אויף אן אופן מאחד זיין די רבנים המקילים, און זיי געבען א פלאטפורם. אז ווי נאר עס קומט ארויס א נייע פרצה זאל ווערן מבואר אז על פי הלכה איז די פרצה אליין נאך א חומרא שבחומרא, און עס איז נישט קיין שום פראבלעם. און אז די פרומע האלטן אנדערש זאל דאס צווינגען א דייעלאג. נישט אז די פרומע זאלן שרייען און ברייטן חלל אריין און בלויז הערען דאס ווידערקול וואס איז מסכים צו זיי. עס וואלט געווען געשמאק ווען די רבנים וואלטן געקענט זיין אפיציעל מיט נעמען, א שטייגער ווי הרב יאיר האפמאן אויף "וואס איז נייעס" נאר מיטן היימישן קלאנג, און אדרעסירן היימישע קרעמפען. אבער אויב האבן די רבנים אן אישו מיט איידענטעטי דאן לאמיר קלערן פין אן אלטערנאטיוו.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
גאר גוט געזאגט, גלעזעלע! שפתיים יישק.
חץ מזה וואס דיין נקודה האט אין זיך אסאך אמת, האב איך באזונדער געקוואלן פון דיינע זיסע מליצה'לעך און געשמאקע אויסדרוקען.
דו דארפסט שרייבן אפטער.
לענינינו, עס קוקט נישט אויס ווי אזא זאך זאל ווערן א רעאליטעט. די "פירערס" זענען א כמו-אינקוויזיציע, וואס טעראריזירן און פייניגן אויס די וועלכע גייען נישט אין שפאן. ממילא זאגן די אנדערע רבנים און דיינים, שב ואל תעשה עדיף. און די טעראר-פירער נוצן דאס אויס פאר זייער אגענדע, און טענה'ן מדשתקי רבנן ש"מ ניחא להו, און מיר בלייבן צווישן האמער און נאגל.
וזה שאמרו פני הדור כפני הכלב.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
ביסט שוין גאנישט אזא גלעזעלע...
א גרויסע גלאז האסטו אונז געגעבען.
שרייב נאך.
נאר 16 תגובות האסטו געלייגט דא, אבער סע בעסער ווי א סאך אנדערע ניקס וואס האבען שוין געשריבען סאך סאך מער.
איך מיין אז סע האט גארנישט אנדערש געמאכט די איסור.
ביי די שטערן/שפאקטיוו אשכול האבעך געלייגט די תפילה פון די דזיקעווער רבי וואס האט געמאכט קעגען די שטערן און ביי דעם איז עס געבליבען. מע דארף פרעגען פון די סטארס אויב מע פארקויפט די זעלבע סאך ווי אמאל פאר די איסור.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
גלעזעלע האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די פאך פין קלייבן חתימות האט פילע אייגנארטיגקייטן צו נדבות קלייבן. אין פלאץ פין אן עשירים ליסטע וואס די קלייבערס גייען קודם צו די עשירים וואס "האבן" און טיילען ברייט, אנשטאט צו גיין זיך אויסטענהען מיט עפעס א קארגען עושר, עקזעסטירט א שטילע רבנים ליסטע. עס זענען דא די רבנים וואס "האבן" (א שטיקעל ווארט ביים עולם) אבער זיי טיילן נישט גרונג. זיי ווילען פארשטיין די צוועק, זיך נאכפרעגן דעטאלען, מבריר זיין צו מען קען די זעלבע אויפטון אן קיינע פרישע חרמות, אין פאר א נויט קען איהם נאך איינפאלען א ווילדע המצאה אריבערופן די צד שכנגד אויסהערען זיינע פארשלאגען. דאן זענען דא אנדערע רבנים וואס "האבן" אפשר ווייניגער, אבער זיי טיילן ברייט. אז עס קומט אריין צוויי אידען מיט לאנגע צושויבערטע בערד און זיי שטעלן פאר א נייע פרצה, טיילט מען בסבר פנים יפות אן קיין פראגעס . מען בעט נאר צו עס וואלט געווען שייך צו שטעלן זיין חתומה צווישען די דריי חשובע רבנים אויבן, נישט ווערן צוזאמגעקוועטשט אונטען מיט נאך עפעס קטלא קניאס. דאן קענען זיי שוין גיין צום נעקסטען פישל וואס מען ברויך בלויז משכנע זיין מיטן זאגן: איר ווייסט דאך אז רעב א.ב.ג האט שוין אונטעגעשריבען איז וואס קוויינקעלט איר, זייט מוחל לייגט אייערע זיסע שאלות און ספיקות אין א ראבער בענד און שרייבט אונטער. היינט צוטאגס ווייסן די קלייבערס פונקט צו וועם יא/נישט צו גיין, און די איסורים ווערן אונטעגעשריבן נאר דורך די גרינגע פישלעך, די וואס זענען כל הפושט לאנגע בארד נותנים לו.
כאפ אמאל א שמועסל מיט די עסקנים גופא, דו וועסט זען ווי גוט דו האסט געזאגט! זיי ווייסן פונקטליך צווישן זיך וועלכער רב איז א גרינגער טארגעט, און בבחינת סהדי שקרי אאוגרייהו זילי, לאכן זיי הויך פון די רבנים. זיי פערזענליך זענען גרעסערע כופרים אין די רבנים ווי די קאווע שטיבל ליינער. זיי פאכענען נאר מיט דעם כח הרבנים צו אויספירן זייערע פארלאנגען.
די ווירקזאמסטע מיטל וואלט געווען, ווען איינער זאל רעקארדירן וואס די עסקנים זאגן פריוואט אויף די רבנים, און עס אפטראגן צום רב אליינס, ער זאל אליין זעהן ווי ווייט דער פסוק כחומר ביד היוצר מיינט אים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
איך וואלט פארגעשלאגן א געדאנק איינער זאל צושטעלען א ליסט פון די אלע גדולי רבנים החותמים ווי מ'קען זיי שרייבען/פאקסען/אימעילען הם, נשהים, בניהם ועשיריהם. וועלען מיר נעמען די כוס מלא נסכים און עס פארשיקן פאר די הייליגע פאר אויגען וואס זענען נעבעך פארשפארט און זייער שטיבעל, זאל ער זעען וואס די עמך כולם צדיקים, די אנשים הטבעיים שאינם מלומדים שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי על ידי שגיאות העולות מהלימודים ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי טראכט. נעבעך פריזענערס ביי זייער פארקוטשטקע קעפ.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
איך האב אמאל געהערט א רעקארדינג פון אזא אז ביי א רב אין שטוב בנוגע איינע פון די פרצות, מ'האט איהם ניטאמאל געבעטן זיין חתומה, נאר אויסגעשמיעסט די הארבקייט פון די פירצה און ווי שטארק עס וואלט ווי געטון פאר זיינע אבות... און נאכדעם איז ער געוואר געווארן אז זיין נאמען איז אויפן קול קורא...
די לעצטע רגע פארן ארויסקומן האט ער מיט בייזן געפויעלט אז מ'זאל עס אראפנעמען...

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
פערינע דיין פענע איז ווערט קעש. אויף די פראגע ווער פירט וויליאמסבורג האב איך גראדע געהערט א רב דעם פארגאנגענעם שבת הגדול וואס האט געשריגן ווי כרוכיא בערך אזוי: ווער פירט וויליאמסבורג? א פאר שותי שכר אויף קאווע שטיבל אויפן טריפה'נעם אינטערנעט? זיי טיילן איין וואס די רבנים מעגן אסר'ן און וואס נישט. א חאפטע גרושים וגרושות זענען געווארן די הוגי דעות ביים כלל ישראל! מיר רבנים זאגן זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אבער זיי פארנאגרעפע איינגעטונקענע ווייסן יא. רבונו של עולם שיק שוין משיח ביי 4G. ווייל ביי 10G וועט ער שוין נישט האבן צו וועם צו קומען.
בקיצור ווער פירט וויליאמסבורג? ווענדט זיך פון ווי מ'קוקט.
בקיצור ווער פירט וויליאמסבורג? ווענדט זיך פון ווי מ'קוקט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
בן תמליון האט געשריבן:פערינע דיין פענע איז ווערט קעש. אויף די פראגע ווער פירט וויליאמסבורג האב איך גראדע געהערט א רב דעם פארגאנגענעם שבת הגדול וואס האט געשריגן ווי כרוכיא בערך אזוי: ווער פירט וויליאמסבורג? א פאר שותי שכר אויף קאווע שטיבל אויפן טריפה'נעם אינטערנעט? זיי טיילן איין וואס די רבנים מעגן אסר'ן און וואס נישט. א חאפטע גרושים וגרושות זענען געווארן די הוגי דעות ביים כלל ישראל! מיר רבנים זאגן זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אבער זיי פארנאגרעפע איינגעטונקענע ווייסן יא. רבונו של עולם שיק שוין משיח ביי 4G. ווייל ביי 10G וועט ער שוין נישט האבן צו וועם צו קומען.
בקיצור ווער פירט וויליאמסבורג? ווענדט זיך פון ווי מ'קוקט.
ווער איז ער רב?
אז ער האט עס געזאגט ברבים האפט ער אז מ'וועט רעדן פון איהם...
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
זייער שיין גלעזעלע!
וויליאמסבורג ווערט געפירט דורך א אומזעבארע עלעמענט וואס טראגט דער נאמען "עקסטרעמיזם". אמאל באהאלט זיך דער עלעמענט אונטערן שלייער פון קלאר-צימערמאן, אמאל אונטערן שלייער פון פילאף-סופר, און אמאל אונטערן שלייער פון לויפער-דאראג. סוף פסוק איז אז ער קאנטראלירט עס, וכל המרבה ה"ז משובח, עקסטרעמזים האט נישט קיין שיעור.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
"גלעזעלע"האט געשריבן: ווערט דאס כאטש געטון דורך די רבנים וואס מיר האבען טייל פין זיי מער ווייניגער ערוויילט.
הממממ, ווען מיר וואלטן טאקע ערוועלט רבנים,
אזוי ווי עס איז טאקע געוועזן אין לויף פון כלל ישראל'ס גלארייכע היסטאריע,
דאן וואלט שוין איינמאל גוט געווען,
היינט איז די גאנצע שאלה צו ס'דארף זיין דער עלטערער זוהן, צו דער יונגערן,
אבער דאס איז איינמאל קלאר אז די רבי-רב דארף זיין איינער וואס זיין טאטע איז געוועזן,
ערוועלן א מנהיג לויט זיין קוואליפיקאציעס אא"וו, מן דכר שמיה,
דאס איז כת ש"ץ- סיטרא אחרא- אונטערברענגער-פארכאפערס-מחוצפים,
איים סארי איך טייפ נישט פאשקעווילן סאו איך מאנגל לשונות,

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
סקוק אויס ווי גלעזעלע האט נישט געקויפט א ספעציעלע פסח'דיגע גלאז, נאר ווי אונדזרע אויפגעקלערטע זיידעס געכשרט די חמץ'דיגע גלאז. איך גלייך די ליין ''דאן ברויך מען טוישן די פראספעקטיוו און אנקוקען א יעדען קול קורא אלס א "שטילע היתור"פין די silent majority די 170 רבנים ''
דאס איז אן אינטערסאנטע געדאנק א אינטערנעט רב. די רבנים'ס קונדער זיכען ווי סדא א געלעגנהייט פאר א נאך א פאסטן. א היימישער אינטערנעט רב איז נאך דא פלאץ. ער קען ענטפערן שאלות דורך סאשעל נעטווארקינג, פארשטייט זיך חסידים וועלן זיין פענ'ס אויף פעיסבוק. מכירת חמץ האבמיר שוין געהאט דא אנליין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
צו די שאלה ווער עס פירט וויליאמסבורג איז די ענפער א שטיקל סוד אבער איך וועל דא מגלה סוד זיין און והוא רחום יכפר עון וכו'
ס'איז דא ערגעץ א מאנטל וואס הייסט עקסטרעמיזם די מאנטל ליגט אויף א באהאלטענע פלאץ און ווער עס איז גענוג הייליג קען אהין גיין און זיך אנטון דערמיט איינמאל מ'האט דאס אן קען מען פירן וויליאמסבורג און שרייען און פארפירן אלעס אונטערן מאנטל פון עסקטרעמיזם. אמאל טראגט דער די מאנטל און אמאל יענער ווער עס האט עס ליגט אויף די חוב און ער טראגט דאך די יאך פון וויליאמסבורג.
ביטע נישט ארויסגעבן אז איך האב אנדעקט דא דעם סוד

The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.
William Arthur Ward
William Arthur Ward
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 311
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
איך ווייס נישט פארוואס די עולם איז אזוי פארנומען מיט רבנים,איך האב מיר שוין געמאכט לאנג א מסקנה אז ס׳איז נישט דא אזא מין זאך ווי רבנים.
וואונדער איבער וואונדער גלייך נאך די מסקנה האבן אלע רבנים דיסעפפערד פון מיין לעבן קיינער פון זיי איז נישט אריין געקומען און מיינע תחומים.
קען מיר איינער באמת מסביר וואס דער עולם איז אזוי עדיקטעט מיט רבנים וועמען דא שטערן זיי דער פערזענדליכע לעבן,
מקען ציילען מיט פינגער ווער סהאט אויפגעהערט ליינען דער שטערן און מקען ציילען מיט הענט וויפיל האבן אנגעפאנגען לכ די קול קורא.
נעמטס ארויס דעם שיגעון פון קאפ ס׳איז נישט דא אזא זאך ווי רבנים

יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
ווי משה געציל און "חשבון" האבן שוין געזאגט. קיין איין רב שפירט זיך נישט באקוועם צו זיין דעם צד שכנגד צו א פרומקייט, ממילא געווינט יעדע שגיון ביי דיפאלט. ס'איז כוח דאיסורא עדיף. צו זיין א שלעכטער עקסטרעמיסט ברויך מען נישט קענען קיין פסוק חומש. מ'ברויך בלויז ארומשפאצירן די גאסן פון וויליאמסבורג מיט אויבגעהויבענע אויגן און זעהן שמוץ און חרבנות אין יעדען ווינקעל. ווער וועט אים שטיל מאכן?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:איינגעמייערט סאיז דא הונדרעטער אידן וואס זענען נישט אזוי קליג ווי דיר און זייער לעבן ווערט היפש געפירט דורך רבנים.
דרך אגב ווי קויפסטי סאפיר ווען דע רבנים פארשפארן גריל אן לי?
דע וואס האבען נישט קיין שכל,טא בעד פאר זיי, וואס איז מיינע דאגות?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.