בלאט 1 פון 3
כאצימאטידית
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 12:48 pm
דורך זר זהב
וואס האלט דער עולם דא, ס'קען עס מאכן? און בכלל וואלט דא איינער דאס פארטרויעט? וואס פארא טייפ איז דאס? זאל מען עס אננעמען ערענסט?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:25 pm
דורך לעמיל
וואס איז דאס?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:27 pm
דורך זר זהב
ס'עפעס א זאך וואס אטעמט, ס'לויפט, און ס'האט איינרעדענישן. געסט עס אפילו א טשאנס?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:45 pm
דורך משה געציל
פארוואס א פרישע אשכול? מען דעבאטירט דאך שוין דעם נושא
דא.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 1:47 pm
דורך זר זהב
LOL... וואס פאלטער ביי? בכלל נישט. האסט מיר אבער גוט דערשראקן, כאגעמיינט העסט לינקן צו אן אנדערן אשכול וואו מ'דעבאטירט שוין יא אפשר די נושא אביסעלע, אבער איך האלט דאך אז כאצימאטידית פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:42 pm
דורך זר זהב
דער עולם מאכט ליצנות. איך האב דאס פארגעזען, טאקע דערפאר האב איך עס געלייגט אין די פארום. ס'אבער - ווי יאנקל זאגט (אבער ליידער אויך אין א סארקאסטישן וועג) - גאר קיין וויץ נישט, באמת!
און איך ווארט צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן איבער כאצימאטידית, ביטע.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 3:47 pm
דורך יאיר
דוכט זיך אז דא אין אמעריקע שרייבט מען 'כאצימאטידיס'.
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:12 pm
דורך לעמיל
פאר א שווארץ יאר קען איינער זאגען וואס דעיס איז?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:07 pm
דורך זר זהב
איז דא עפעס אפדעיטס? עפעס אנאליזן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:24 pm
דורך הדד בן בדד
ס'ארא שגעון דא. וואט דע העק איז דאס?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:36 pm
דורך שעפטל
ברעיקינג! מ'האטעס גע'הרג'ט!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:15 pm
דורך הדד בן בדד
שקויעח שעפטל...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:17 pm
דורך זר זהב
ס'לעבט און לאכט. סארי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:33 pm
דורך שעפטל
זר טשעק איבער די פאקטן, עפעס א טוויטערל האט געשריבן ס'איז נישט קאנפירמט. קוק יעצט אלע נייעס וועבזייטלעך. כ'האבעס יעצט געהערט אויף קול מבשר
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:14 pm
דורך למדן
ומחה ה' דמעה ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:56 pm
דורך זר זהב
כאצימאטידית שרעקט זיך נישט פון סקאנדאלן
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:04 am
דורך זר זהב
ס'קאפערירט מיט געזעץ פארסירער
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:49 am
דורך שמעקעדיג
גאווערנער קאומא האט נארוואס קאנפירמד אז ס'איז אויס מיט די גאנצע זאך, וחסל.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:54 am
דורך זר זהב
סארי אבער קאומא האט נישט קיין ווארט דא, ס'א ריין לאקאלע אנגעלעגענהייט. און וואס א טאג מער ס'גייט אדורך הייבט עס אן אויסזעהן מער און מער א רעאליטעט.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 10:24 am
דורך נולד מאוחר
היינט אין מקוה שריי אריבער צי דעם אלץ ווייסער ' נא וואס טוט זיך מיט כאצימאטעדית'?
ער קוק מיר מיט צוויי גרויסע אויגן,וואס?
כהאב נישט געוויסט וואס עם צי ענטפערן. זאג איך עם סאיז אלל אווער די מידיע.
פרעגט ער וואס? כהאב נישט געוואלט זאגן אויך קאווע שטיבל רעדט מען דערפון, זיי וואלטן אריינגעווארפן מיינע אלע וועש אין בור.
כהאב אדאפטעד די פרומקייט פין נישט רעדן אין מקוה. כזאג נא נו אהא.
זר כזאג מער נישט נאך זיינע זאכן.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 10:38 am
דורך זר זהב
יענער איז ווייט פון אן 'אלץ-ווייסער'. דארפסט טוישן מקוה
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 12:05 pm
דורך זר זהב
איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה, ער האט געמאכט ריסוירטש און ער זאגט אז ס'נישט קין דזשאוקס, ס'האט אים גענומען אביסעלע צייט אבער ער ארויפגעקומען אויף די שפורן און ער טענהט אז כאצימאטידית איז ריעל, אמת, שטארק, און באוואפענט מיט די גרינע, ער זעהט נישט א וועג ארויס.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:45 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,
ווער האט רחמנות געהאט?