פאלעסטינערס רעכטן איבער ארץ ישראל
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 11:07 pm
בס״ד
ווען מיר פראבירן צו פארשטיין די פראבלעם אין ארץ ישראל צווישן די אידן און פאלעסטינער, דארפן מיר פארשטיין אז מיר דארפן קודם ארויס האבן די היסטאריע פונעם מיטל מזרח כדי צו קענען פארשטיין די מלחמה.
דער חלק פון היסטאריע איז איינגעטיילט אין צוויי, די רעליגיע חלק, און דער פאליטישער חלק.
צו נעמען למשל א דוגמה, די היסטאריע פון אמעריקא ציעט זיך צוויי הונדערט אין עטליכע יאר, די רעליגיע פון אמעריקא איז וואס עס שטייט אויף יעדן דאלער- "מיר גלייבן אין גאט". לכאורה האט אמעריקא נישט קיין אפיציעלע רעליגיע, און רעליגיע טאר נישט שפילן קיין ראלע אין די פאליטיק. אודאי טוט עס יא אונטערן טיש דא און דארט, אבער נישט אפיציעל. די ליבעראלע טאטעס וועלכע האבן אויפגעשטעלט אמעריקא האבן געגלייבט אז רעליגיע איז נישט קיין פאקטאר וועלכע דארף אנגיין פאר דער רעגירונג. עס איז בינו לבין קונו, און קיינער דארף עס נישט וויסן, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דעם.
פון דער אנדערער זייט, אינעם מיטל מזרח איז די בילד אינגאנצן אנדערש. רעליגיע איז איינע פון די הויפט פאקטארן און ראלעס איבער כמעט אלע נושאים. פון רעכטן ביז פליכטן, פון ווער דו ביסט ביז וואס דו ביסט.
דאס איז די איינע פון די הויפט סיבות פארוואס איינער פון אמעריקא אדער פון סיי וואו נאר פון דער מערב זייט וועלט, וועט קיינמאל נישט קענען געהעריג פארשטיין די מלחמות דארט. זיינע שלום פלענער זענען נישט קיין פלענער, זיינע טאקטיקן זענען ווערד כקליפת השום, און זיין השגה איז אונטער נול. ווייל זיי קוקן אן די מיטל מזרח אנגעלעגענהייטן בכלליות און מדינת ישראל-פאלעסטינער מלחמה בפרט, מיט זייערע גלעזער.
פארדעם צום ביישפיל קומען זיי אויף מיט די גאונות'דיגע שלום פלענער: גיב זיי ארבעט, גיב זיי שיינע הייזער מיט שווים באסיינען, מיט שיינע קארס און שיינע שטעט, גיב זיי שטחים. אלעס גייט זיין מסודר, און יעדער גייט זיצן ביינאכט אינאיינעם ביים פייערל און זינגען אלד מעקדאלענד העד א פארעם, וגר כבש עם זב יחדיו והכל על מקומו יבוא בשלום.
אין איין סטעיטמענט: די אמעריקאנער מיינען, די אמעריקאנער באטראכטן, די אמעריקאנער שטעלן זיך פאר די סכסוך צווישן מדינת ישראל און די אראבער מיט זייער פוינט אויף וויאו, מיט זייערע גלעזער, און וויאזוי זיי מעסטן זאכן אין לעבן. זיי רעדן זיך איין אז יעדער איז די זעלבע און יעדער וויל די זעלבע, און דאס איז דער גורם און שורש פון די דורכגעפאלענע שלום פלענער. דאס איז נישט נאר אין ישראל, די זעלבע איז אין איראק, אפגאניסטאן, איראן, וכדומה וכדומה.
בנוגע די רעליגיע היסטאריע האבן מיר שוין געשריבן אין דער פאריגער אשכול, יעצט וועלן מיר זיך נעמען אויפ'ן היסטארישן חלק. אפילו די הקדמה הייבט זיך אן די זעלבע.
נאך 1900 יאר פון זיין אוועקגעטריבן פון אונזער הייליג לאנד דורך די רוימישע רעגירונג, האבן זיך די אידן צוריקגעקערט צו זייער לאנד צו וועלכע זיי האבן זיך אזוי געבענקט אפילו די 1900 יאר אין גלות. מיר האבן קיינמאל נישט פארגעסן פון איר, און מיר האבן אייביג גערעדט פון איר. סיי ביים דאווענען, סיי ביים לערנען, סיי ביים בענטשן, און ווען נישט? אם לא יעלה את ירושלים. אין אסאך אידישע הייזער איז דא שטיקל וואנט וועלכער איז א זכר לחורבן, יעדעס יאר קלאגן מיר אויפ'ן חורבן עטליכע מאל א יאר. ביי יעדע שמחה דערמאנט מען ירושלים-ציון, אפילו ביי אן אבל ה"י דערמאנט מען ציון. אידן האבן אלע יארן געשטרעבט "צוריק" צו קומען צו זייער לאנד- ארץ "ישראל". מיר האבן געהאט די נביאים אין ארץ ישראל, בתי מקדשות, די פירער און קעניגן פון אונזער פאלק.
די גרויסקייט פונעם לאנד אין יענע צייטן איז נישט געווען אלעמאל אייניג. טייל מאל געווען גרעסער (שלמה המלך, דוד המלך צייטן), און מיט די יארן קלענער און קלענער. די הויפטשטאט איז אייביג געווען ירושלים עיר הקודש והמקודש. און פון דעם זענען מיר אזוי מיאוס פארטריבן געווארן מיט רציחה און פיין, און די ביטערע גלות האט זיך אנגעפאנגען און מיר ווארטן שוין בכליון עיניים כמעט צוויי טויזנט יאר אז דער הייליגער אב הרחמן זאל אונז שוין קומען אויסלייזן נאך אלס אידן.
אפילו אין די גלות יארן איז ארץ ישראל און ירושלים געווען אין אונזער קאפ. טייל אידן זענען געבליבן וואוינען אין ארץ ישראל נאך נאכ'ן חורבן, טייל זענען שפעטער געקומען מיט די יארן, טייל האבן אפילו איבערגעדרייט א וועלט אז זיי זאלן פשוט אפילו נאר באערדיגט ווערן אין ארץ ישראל, אפילו לכל הפחות מיט אביסעלע זאמד פון ארץ ישראל אונטער'ן קאפ.
שפעטער מיט די יארן, ביי די תלמידי הגר"א'ס און תלמידי בעל שם'ס צייטן איז די אשכנזים חלק געווארן גרעסער אין ארץ ישראל (דאן טבריה-שפעטער ירושלים, זיי זענען נישט געקומען קודם קיין ירושלים צוליב די רדיפות פון די ספרדים). און די ווינט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל איז געווארן שטערקער און שטערקער, ביז די שיבת ציון צייטן וואס די אידן זענען צוריק ארויף אין די מאסן, און דער גרעסטער חלק זענען געקומען נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.
די ערשטע שטעטלעך וואס זענען געבויעט געווארן זענען געווען, פתח תקווה אין 1882, שפעטער ראש פינה, נס ציונה, א.א.וו. און פון דאן וואקסן די אידישע שטעטלעך און שטעט ווי אויף הייוון.
ווען מיר הייבן אן צו קוקן אויף דער אנדערער זייט, ביי די פאלעסטינער. זעט מען אינגאנצן אן אנדערער בילד.
אדרבה, פרעגט סיי וועלכער אמעריקאנער אדער אייראפעאישער: ווען איז די אנפאנג פונעם פאלעסטינער פאלק אדער רעגירונג? ווער זענען געווען זייערע ערשטע פירער? וואס איז געווען זייער מטבע פון שקל און לירא? וועלכע שפראך האבן זיי גערעדט? וואו איז געווען זייער הויפטשטאט? קיינער וועט נישט קענען וויסן דער תירוץ אויף קיין איינע פון די פראגעס.
אונז גייען אנפאנגען מיט וואו ווערן זיי אויסגערעכנט צום ערשטן מאל, און ווען?
אונז קענען אריינקוקען אין אלע היסטארישע ביכער פון אלע דורות, קיינער דערמאנט זיי נישט, קיינער קען זיי נישט, קיינער ווייסט נישט צו זאגן פון זיי. אפילו דער קוראן דערמאנט נאר אידן אדער בני ישראל, אפילו ער ווייסט נישט צו זאגן פון אזא פאלק פאלעסטינער. דאס מיינט אין 700 למספרם זענען די פאלעסטינער נישט געווען גענוג וויכטיג אפילו פאר'ן קוראן זיי צו דערמאנען.
דאס ערשטע מאל וואס זיי ווערן דערמאנט איז אין 1900 יארן. ביז דעמאלט איז נעמא, נעיט, נישטא, איננו, נישט דא!!!! פארוואס טאקע?
דאס צו קענען פארשטיין דארפן מיר צוריקגיין עטליכע יאר. זייט די אויפגאנג פון איסלאם איז א גרויס טייל פונעם מיטל מזרח פאררעכענט געווארן ווי איין גרויסע לאנד. דער נאמען פון דאס לאנד איז געווען שאם. אז מיר קוקן אין די אמאליגע קעגן די היינטיגע מאפעס וועלן מיר זען, אז די אלע שטחים פון סיריע, ירדן, לבנון, ארץ ישראל, די גאנצע געגענט איז אמאל גערופן געווארן שאם, און דאס איז געווען איין גרויסע לאנד. די האנדל איז געווען אפן, עס איז נישט געווען די אלע גרעניצן וועלכע מיר זען היינט אויף די מאפעס.
די אלע גרעניצן וועלכע מיר זען היינט, איז א תוצאה פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די בריטישע און פראנצויזן האבן איינגענומען די לענדער פון די אוטמענער, און זיי האבן דאס איינגעטיילט אין לענדער, סיריע, לבנון און ירדן זענען געווארן זעלבסטשטענדיג, און די בריטישע האבן געלייגט א מאנדאט אויף ארץ ישראל וועלכע זיי האבן גערופן פאלעסטינע. זייט דעמאלט האט מען אנגעהויבן צו הערן פון די ירדנ'ישע מענטשן, סירישע מענטשן, און פאלעסטינער. מען זעהט נישט אין ערגעץ פאר 1930 אז מ'זאל רופן איינעם צו א לעבאנעזער, א סיריער, א ירדנ'ער, אדער פאלעסטינער. די גאנצע זאך איז אן אויסטרעף פון די קאלאניעזים וועלכע האט געהאט געהערשט אויף דער געגענט און זיי האבן דאס איינגעטיילט.
אפילו ביז היינט, ווען עס קומט צו ערנסטע פאלעסטינע פארשוינען, ווי למשל עזמי בשארה וועלכעא איז געווען א גרויסער פאלעסטינער און שפעטער אן אראבישער חבר כנסת מטעם די אראבער, אבער צום סוף איז ער אנטלאפן פון ארץ ישראל צוליב דעם וואס ער איז געווען א שפיאן פאר חיזבאללא. ער אליינס זאגט אין אן אונטערוויאו אן אינטערסאנטע זאך וועלכע מ'דארף זען מיט די אייגענע אויגן, קוקט וויאזוי די לינקע רעפארטער קוקן אים אן ווי פון דער לבנה אראפגעפאלן. דאעזמי בשארה ווי יעדער ווייסט איז זייער א קליינער ציוני, און איז א גוטע חבר מיטן נאסראללה און אסאד, היינט איז ער א טעראר לערער פאר די חיזבאללה. און דא זאגט ער מיט זיין אייגענעם מויל און ער שעמט זיך נישט מיט'ן זאגן אזא זאך אז עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א פאלעסטינער פאלק, עס איז פשוט אן אויסטרעף ווי אזוי צו לייגן דרוק אויף די ישראלים.
אלזא, אלס א תוצאה פונעם ערשטן וועלט מלחמה איז געווארן אזא מין באשעפעניש מיט'ן נאמען פאלעסטינער פאלק, מזל טוב. און פון יעצט הייבט זיך אן די היסטאריע פונעם פאלעסטינער פאלק, ויקם מלך חדש, מ'הייבט אן פון פריש.
קומט אויס, אז די מלחמה איז צווישן אן אור אלטער פאלק וועלכע ווערט שוין דערמאנט סיי אין דער תורה און אזוי אויך להבדיל אלף אלפי הבדלות אפילו אין זייער קוראן, וועלכע קומט צוריק צו זייער לאנד נאך אזוי סאך יארן ווארטן און בעטן. און פון דער אנדערער זייט א גרופע מענטשן וועלכע איז געווארן אנגערופן א פאלק אינגאנצן עטליכע יאר ווייניגער אפילו פון צעהן יאר.
דא איז אייגענטליך ווי היסטאריע קומט גוט צוניץ צו קענען פארשטיין די סיבות פאר פארשידענע אקטן. און גיבט צו פארשטיין ווער איז גערעכט אין דער מלחמה צו וועמען דאס לאנד געהערט. (די מלחמה איז נישט איבער די שלוש שבועות אדער על הגאולה) פון איין זייט א פריש אויסגעטראפענעם פאלק, און פון דער אנדערער אן אור אלטער פאלק וועלכע האט אלע יארן געהאט א שייכות מיט דעם לאנד אין אזא אדער אזי וועג.
אקעי, יעצט ווייסן מיר שוין וויאזוי די פאלעסטינער פאלק איז באשאפן געווארן, לאמיר זיך יעצט נעמען צו פארשטיין ווער זענען דאס פאלק וועלכע רופן זיך פאלעסטינער און טענה'ן בעלות אויפ'ן לאנד?
אז יעדער וועט עפענען א טעלעפאן ביכל פון עזה, יהודה ושומרון, מערב ברעג און אזוי ווייטער, אדער גייטס אפילו אויפזוכן אין פעיסבוק אדער טוויטער. אז ענק וועלן קוקן וועלן ענק זען זייער אן אינטערעסאנטע זאך. זייער אסאך פון זיי האבן אזעלכע לעצטע נעמען ווי למשל:
על איראקי- דאס מיינט אז ער איז געקומען פון איראק.
על מאסרי- דאס מיינט אז ער איז געקומען פון מצרים. (איינע פון די גרעסטע און שטערקסטע משפחות אין שכם היינטיגע צייטן זענען די על מאסרי משפחה)
על מאסאווא- דאס איז אן אנדערער חלק פון מצרים
על חוראני- דאס איז פון חרן אין סוריע. די מענטשן וועלכע קומען פון חרן זענען געברענגט געווארן דורך די ענגלענדער וועלכע האבן געזוכט ביליגע ארבעטער אין דער חיפה פארט, האבן זיי געברענגט די מענטשן פון חרן אז זיי זאלן קומען ארבעטן אין ארץ ישראל פאר ביליגער.
אסוראני- דאס איז פון צור אין לבנון.
סידאווי- דאס איז פון צידון אין לבנון.
טאראבולסי- דאס איז פון טריפאלי אין לבנון. (נישט פון ליביע)
זארקאווי- פון זרקה אין ירדן.
און אזוי ווייטער און ווייטער קען מען זען זייערע נעמען אז זיי זענען געקומען פון אנדערע שטעט צו דער געגנט, און זיי זענען נישט אלט באזעצענע וועלכע וואוינען שוין דא הונדערטער יארן און די ציונים זענען געקומען און זיי פארטריבן.
זיי זענען פשוט געקומען אין 1900 יארן ווען די אידן האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, און זיי האבן איבערגענומען דאס לאנד און געמאכט דערפון פאר א מענטש. זיי האבן אנגעהויבן איינצוזייען און איינפלאנצן און אויפבויען דאס ערד. אזוי איז אויסגעקומען אז זיי האבן געדארפט פרישע און פרישע ארבעטערס צוליב וואס די ביזנעס איז געוואקסן שנעלער און שנעלער. און אין די אלע אראבישע שטעט איז נישט געווען וואס צו עסן און נישט וואו צו ארבעטן, זענען געקומען פשוט ארבעטן פאר די אידן אין ארץ ישראל זיי צו העלפן (און דערקוטשענען די יארן אזוי איבערצונעמען דאס לאנד וועלכע האט אנגעהויבן פלוצלינג צו בליען).
אייגענטליך נאך מער, איינע פון די ערשטע קאמפיינען פון די הסתדרות (אזוי ווי די יוניאן דא אין ניו יארק) איז געווען אין 1920 איז געווען מיט'ן נאמען עבודה עברית. דאס מיינט אז זיי האבן געבעטן די אידישע פארמערס און גערטערנס אז זיי זאלן נעמען אידישע (און אביסל טייערער) ארבעטערס ווי איידער אראבער וועלכע זענען געווען ביליגערע ארבעטערס. סך הכל האבן די אידן אויך געוואלט אביסל לעבן.
קומט אויס, אז אין בראשית פון דער מלחמה איז דאס געווען פון מענטשן וועלכע זענען געקומען צוריק צו זייער אור עלטערנס לאנד און אויפבויען דאס פארטריקענטע לאנד. פון דער אנדערער זייט זענען געווען מענטשן וועלכע זענען געקומען זוכן ארבעט און שפעטער באקומען חשק נאכ'ן זען ווי גוט דאס לאנד איז, אז זיי ווילן דאס איבערנעמען.
איך זאג נישט אז עס איז געווען אינגאנצן ליידיג פון אראבער, עס איז געווען שטעט אזוי ווי יפו, נצרת, טבריה און נאך שטעטלעך וואו די אראבער האבן געוואוינט. זיכער איז אויך געווען אראבער דא און דארט, אבער נישט די גרויסע נומערן וואס זיי ווילן פארקויפן אז עס איז דא געווען. די גרויסע נומערן פון אראבער היינט זענען פשוט פון ארבעט אימיגראנטן אזויווי די אראבער אימיגרירן היינט קיין אייראפע און אמעריקא.
שפעטער אין די דרייסיגער יארן, ספעציעל פון 1936 ביז 1939- די יארן וועלכע ווערן אנגערופן ווי די אראבישע רעוואלוציע. אין יענע יארן נאך געשלעגערייען צווישן די אראבער און די אידן אנגעהויבן פון 1920, האט זיך אנגעהויבן די אראבישע רעוואלוציע. די אראבער זענען אויפגעשטאנען קעגן די בריטישע און להבדיל די אידן וועלכע זענען געקומען אין גרויסע נומערן אין יענער תקופה. אין אנפאנג איז די רעוואלוציע געווען געצילט פשוט צו קענען פארכאפן די פרוכטבארע לאנד וואס די אידן האבן מצליח געווען אויפצובויען אין יענער קורצער תקופה. שפעטער האט דער מופתי פון ירושלים- על חוסיייני אנגעהויבן צו איבערדרייען די רעוואלוציע צו א הייליגער קריג און פאררופן די פאלעסטינער אלס א פאלק מיט א לאנד.
אין 1948 מלחמה- מלחמת יום השחרור, זענען אסאך אראבער אנטלאפן צו די שכינות'דיגע לענדער און דאס האט אנגעדרייט די פראבלעם וואס ווערט אנגערופן ביז היינט די פליטים פראבלעם. רוב פון די אראבער וועלכע זענען אנטלאפן האבן זיך פשוט צוריקגעקערט צו זייער היים לאנד פון וועלכע זיי זענען געקומען אפאר יאר צוריק. די פירער פון יענע אראבישע לענדער האבן צוריקגעהאלטן די אראבער זיך צוריקצוקערן צו זייער אייגענע דערפער, טאקע כדי צו קענען לייגן מער דרוק אויף דער יונגער מדינה אז זיי דארפן צוריקנעמען די אלע אראבער און אזוי וועלן זיי פארלירן דאס רוב אידן וואס זיי האבן אינעם לאנד. און פארדעם זיצן די אראבער אין פליטים לאגערן שוין כמעט 65 יאר, א זאך וואס איז נאך נישט געווען אזא זאך אין דער היסטאריע, און עס איז נישטא אזא פארגלייך אין דער גאנצער וועלט אז טויזנטער מענטשן זאלן זיין אין פליטים לאגערס 65 יאר. נישט דא א זאך מציאת אינעם כדור העולם, נאר דארט!
נאך מער, אין די 1950 יארן איז דער מצב צווישן די בירגער אין לבנון געווען זייער אנגעצויגן און נערוועז, די בירגער קריג האט שוין געהאט אויסגעבראכן אין טייל פלעצער. די מענטשן אין לבנון האבן געוואוסט אז די יו. ען. טיילט עסן בחינם פאר אלע פאלעסטינע פליטים לאגערן, האבן זיי זיך פשוט דארט אריינגעזעצט צו קענען באקומען עסן בחינם, און היינט שרייען זיי אז זיי דארפן גיין קיין ארץ ישראל! דאס איז שוין חוץ פון דער חוצפה אז מ'רופט אן די פליטים וועלכע זענען אנטלאפן פונעם מלחמה צוריק צו "זייער היימלאנד" אלס פליטים, איז נאך צוגעקומען עטליכע צענדליגער טויזנטער אראבער וועלכע זענען אין ארץ ישראל אין זייער לעבן נישט געווען.
זייט דעמאלט זענען די פאלעסטינער צוטיילט אין 4 חלקים.
איין חלק וואוינט אין ארץ ישראל, 20 פראצענט פון מדינת ישראל בירגער רופן זיך אראבער אדער פאלעסטינער.
צווייטער חלק איז אין עזה, יהודה ושומרון, און אינעם מערב ברעג. וואס דארטן אליינס וואוינען זיי אין פליטים לאגערן.
דער דריטער חלק וואוינט אין פליטים לאגערן אין לבנון, סיריע, און ירדן,
און דער פערטער חלק וואוינען אין דער גאנצע וועלט, און זיי אלע שרייען אז זיי דארפן צוריקגיין צו "זייער" לאנד און ארץ ישראל געהערט צו זיי. רוב רובו פון זיי זענען אייניקלעך אדער קינדער פון מענטשן וועלכע האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל פאר עטליכע יאר כדי צו קענען ארבעטן דארט.
סך הכל:
די טענה פון די פאלעסטינער אז ארץ ישראל געהערט צו זיי פאליטיש איז פאלש און לעכערליך.
די טענה אז מדינת ישראל זענען אקופירער און מ'דארף זיי פארדאמען איז ליגענט ווי שקר. (סתם א קליינע פראגע, פון 1948 ביז 1967 האבן די ירדנ'ער אין מצרים געוועלטיגט אויף די אלע שטחים, פארוואס האבן די אראבער נישט געלאפן דאן צו דער וועלט שרייען אקופירער? און בדרך אגב די אראבער האבן זיך אסאך מער רשעות'דיג אויפגעפירט צו די פאלעסטינער ווי מדינת ישראל פירט זיך היינט אויף).
די טענה פון פליטים איז אויסגעזויגן פון די פינגער טאקע נאר צו קענען לייגן דרוק אויף מדינת ישראל.
אין אמת'ן אריין האט די ארטיקל געדארפט פארמאגן ארום 5000 ווערטער (אנשטאט די 2500 וועלכע עס האט יעצט), נאר אזוי ווי דער עולם דא האט שוין אזוי געפאדערט דעם צווייטן ארטיקל לייג איך עס יעצט אזוי ארויף כמו שהוא, און עס וועט נאכקומען א חלק ב' אויף דער נושא. אינעם צווייטן חלק וועלן מיר אי"ה ברענגן הוכחות ברורות וראיות חותכות איבער דער לעכערליכקייט פון די 3 טענות וועלכע מיר האבן יעצט גערעדט דערפון. מיר וועלן שטארק רעדן אי"ה בנוגע די היסטאריע במשך די צוויי טויזנט יאר וויאזוי ארץ ישראל האט אויסגעזען און וויפיל אראבער האבן דא געוואוינט.
מיר וועלן רעדן אי"ה איבער מלחמת תש"ח.
מיר וועלן אי"ה רעדן איבער די פליטים.
מעגליך אז מיר וועלן שוין אויך אנרירן אביסל די רציחה פון די אראבער איינער צום צווייטן, אבער די נושא לעצמה פארדינט א באזונדערע אשכול פאר זיך.
לויט ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר ארויסלייגן די קומענדיגע ארטיקל אי"ה אין טעג פון ה' אייר.
איך וויל ענדיגן מסביר זיין די לעכערליכקייט פון די אראבישע טענות און שפעטער וועלן מיר זיך נעמען צו דער אייגענטליכער היסטאריע פון ווען די מדינה איז שוין געשטאנען.