בלאט 1 פון 1

אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:27 am
דורך זר זהב
אויסטראליען ריסוירטשערס האבן זייער שלעכטע געפינסען פאר אונדז מענער :cry: ... מיר לעבן אויף געבארגטע צייט. אין א 5 מיליאן יאר ארום וועלן מיר מענער ארויסגיין פון עקזיסטענס טענה'ט דער הויפט סייענטיסט אין אויסטראליע.

איך קען נישט באריכטן ווייטער, כעל לאזן פאר יידל צו באריכטן די סייענטיפישע גזירת כליה היה לא תהיה.

פאר מער ליינט דא, און אויך פאר די גוטע האפענטליך בעסערע אוטקאם.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:09 am
דורך סוף טוב הכל טוב
רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:17 am
דורך שמעון וואלף
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:09 am רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!
דערמאן מיך אין 4,000,000 יאר ארום. אישי איז אויך גוט.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:40 am
דורך קליגער
קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן בערך וואס זייער חשבון איז?

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:05 am
דורך אסטראלאג
מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:40 am
דורך תשפג
לויט זייער חשבון, וויפיל יאר שטייט שוין די וועלט?

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:13 am
דורך שמעון וואלף
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:05 am מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!
מינות וכפירה מילא, אבער פארוואס טיפשות?

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:00 am
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:05 am מינות וכפירה וטפשות. עפרא לפומיה!
אפשר קענמען טרעפן עפעס א קאנעקשן צו ציונות (ציונית. אזוי ווי הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל פלעגט עס שרייבן.). ערגעץ דא, כ'בין זיכער אז די פארשאלטענע ציונים די עמלקים שבכל דור ודור זענען שולדיג. און רבותינו הצדיקים הקדושים הרב משה הירש און הרב ישראל דויד ווייס זצוקללה"ה האבן געראטעוועט דאס אידישקייט.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:34 am
דורך זאקן
לויט AOC גייט די וועלט אינטערגיין אין פינעף יאר, סוי וואס גייט מיך אן וואס גייט זיין 5 מיליאן יאר ארום.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:47 am
דורך טיאטע
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:09 am רבותי, נאך 4,999,990 יאר געבליבן!!
אפשר קען מען צואיילן די פראסעס....

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:51 am
דורך אלפא
ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען :?:

?IVF, possibly

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:13 pm
דורך צומישט און צוחישט
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:51 am ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען :?:

?IVF, possibly
אויב וועט מען אנשוואנגערן די פרויען מיט אוועקגעלייגטע ספערם וועלן זיי לכאו' קענען געבוירן זכרים, ניין?.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
וואס עס גייט געשעהן, אז די נאטירליכע "שטערקערע" מענער גייען דאס סארווייוון, דהיינו מענער וועלכע קענען יא פארשוואנגערן וועלן איבערבלייבן. זיי זענען די פיטעסטס. כידוע ליודעי חן.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:11 pm
דורך זאקן
איך בין נייגעריג ווער עס גייט זיין די לעצטע מאן…

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:16 pm
דורך זאקן
ווען עס גייט שוין נישט זיין קיין מענער גייען די פרויען ווערן רבי׳ס?

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:26 pm
דורך קהל'ס נער
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:51 am ווילאנג נעמט איינמאל עס זענען נישטא קיין מענער ביז עס איז נישטא ווער ס'זאל מוליד זיין נאך פרויען :?:

?IVF, possibly
טאקע פאר דעים האט עוואולוציע אנגעהויבען טרענספארמירן א געוויסע פראצענט פון מענער צי פרויען מיט כח גברא, אזוי ווען ס׳וועט זיין די עפאקאליפס וואס וועט פארלענדן די מענער וועלן די טרעניס סארווייוון און זיי וועלן פארשוואנגערן די נשים

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:56 pm
דורך תניא בניחותא
מיינע פריינט, איר קענט אייך בארואיגן, קיינער פלאנט נישט צי אויסהארגענען אלע מענער אין פינף מיליון יאר פון יעצט, ס’איז אויך נישט אין פלאן אז ס’גייט זיין א מגיפת זכרים.
זייער חשבון/פאנטאזיע איז אז דער Y קראמאסאם וואס מאכט אז דער עיבור זאל זיין א זכר ווערט אלס שוואכער ביז ס’וועט קומען א צייט אז ס’וועלן נאר געבוירן נקיבות.
ס’איז לכאו’ נישט קיין מינות וכפירה, אפשר אימזינסטע דאגות, קודם לאמיר מסדר זיין די ישיבות קריזיס, די שידוכים קריזיס, דירות קריזיס וכו’ וכו’ גלייך דערנאך וועל איך בל”נ זיך נעמען צו דעם Y קראמאסאם קריזיס און מיטן כח הרבים מיט די הילף פון בוני עולם, עי טיים און ר’ משה מארגארעטן וועלן מיר מיטן אייבירשטן הילף אויפקומען מיט א לייזונג.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 6:57 pm
דורך טראלל
נו דאס איז דאך ממש פשט אין פסוק עפר אתה ואל עפר תשוב, מיר ווייסן דאך אז אין אנפאנג פלעגן נאר זיין נקיבות נאר שפעטער האט די מענערישע Y קראומאזאום עוואלווד, איז אזויווי מיר זענען געקומען אזוי וועלן מיר גיין און די וועלט וועט ווייטער אנגיין פונקט ווי ס'איז אנגעגאנגען פאר מיר מענער האבן זיך אנגערוקט.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:03 am
דורך ארכיטקט
אקעי, דערמאן מיך 5 מיליאן יאר ארום, ביי.

Re: אכטונג מענער! בלויז 5 מיליאן יאר איז אונז נאך פארבליבן!

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:02 am
דורך Nanach
שטותים ארויף שטותים אראפ
פאר דער וואס איז באמת אינטערסירט צו פארשטיין די טעאריע (אן אריין גיין צו עס האט האפט צו נישט) וויאזוי מענער קענען אינטערגיין און פרויען נישט איז דא אפאר מהלכים 1. אז מען וועט דעוועלאפן א יוניסעקעס (ווי סנעילס וכדומה) 2. אז מען וועט עס פערטילייזן ביי עני פיעס אף DNA (מען האלט שוין נישט אזוי ווייט פון דעם) 3. קלאונינג (די טעקנאלידזשי איז דא מען האלט זיך אפ צוליב עטיקס)