בלאט 1 פון 2

וויי-פיי עקסטענדער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:47 pm
דורך אבי גערעדט
איך זיך א דעווייס וואס זאל עקסטענדען די ווייפיי מיט א גוטע הונדערט פוס, ווייסט איינער פון עפעס א פראקטישע גוטע דעווייס פאר א צוגענגליכע פרייז?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:49 am
דורך געפילטע פיש
ס'דא אסאך ווייפיי עקסטענדערס אויפן מארקעט פאר אונטער הונדערט דאלער, האסט שוין עפעס אויספראבירט? און דו זוכסט א אמני-דיירעקשאנאל, אדער מאלטי-דיירעקשאנאל?
אויב ווילסטו פאר עכט ביליג קענסטיך ארומשפילן מיט א קענטענא.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:00 am
דורך שמעקעדיג
אזוינס קען זיין אינטרעסאנט? (ס'האט גראדע נישט די בעסטע רעיטינגס)

http://www.amazon.com/Netgear-Universal ... roduct_top

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:06 am
דורך אברמי פון בארא פארק
איך האב לעצטע וואך געקויפט אזא ששטיקל, און סארבעט א מחיה.
איך קען יעצט כאפן WIFI פון א OPTIMUM האט ספאט ארום 300 פיס אוועק פון מיין הויז.
אויך כאפט עס פיל מי נעטווארקס פון מיינע שכנים, אבער רוב זענען פארשפארט. סאיז זייער ביליג נאר ארום $20 דאללער.
דא איז דער לינק.
http://www.amazon.com/Etekcity-Wireless ... G+300M+USB

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 1:11 am
דורך שמעקעדיג
א דאנק פארן ברענגען אברמי,
אפשר ביסטו מסביר וואו דו האסט עס געשטעלט? ביי דיר אינדערהיים? ווי ווייט פון דיין קאמפיוטער/דעווייס?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 9:15 am
דורך אבי גערעדט
דאס ארבעט נאר פארן קאמפיוטער ווי איך פארשטיי, נישט קיין סעלושען פאר מיר

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 4:21 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק פארן ברענגען אברמי,
אפשר ביסטו מסביר וואו דו האסט עס געשטעלט? ביי דיר אינדערהיים? ווי ווייט פון דיין קאמפיוטער/דעווייס?


איך קאנעקט עס צו מיין לעפּטאַפּ דורך די USB פּאָרט, און איך האַלט עס אין מיין הויז קאנעקטעד צו מיין לעפּטאַפּ.
עס כאפט WIFI נעטוואָרקס פון מסתמא 1000 פֿיס אַרום מיין הויז.

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 4:37 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
אבי גערעדט האט געשריבן:דאס ארבעט נאר פארן קאמפיוטער ווי איך פארשטיי, נישט קיין סעלושען פאר מיר

וואָס דארפסטו עס פֿאַר? איך האב אַמאָל געזוכט אזא זאך צו שטערקער מאכן די WIFI סיגנאַל פון מיין IPOD TOUCH
און איך האב נישט געקענט געפינען, מומחים האבן מיר געזאגט אַז סנישטא אַזא זאַך.
יעדע WIFI אנטענא וואָס איז דא אויף אַמאַזאָן און ערגעץ אנדערש דארף מען קאנעקטן צו עפעס.
דער איינציגסטער לייזונג איז צו מאַכן איינס אליינס ווי עמעצער האט שוין אַרייַנגעשיקט . זעה-
http://www.youtube.com/watch?v=HnV9D7p4Fyo
http://www.youtube.com/watch?v=RMQfl20giM4
ועוד ועוד

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 5:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
די בארא פארקער טויגן, דער אברמי איז פיין מסודר, און זאג מיר נישט אז דו ביזט דער שכן וואס פארשטאטערט מיין אינטערנעט.
וועלקאם עבאורד ענד פעסטן יאר סיט בעלטס פליז.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:06 am
דורך אברמי פון בארא פארק
מאראנצןזאפט האט געשריבן:די בארא פארקער טויגן, דער אברמי איז פיין מסודר, און זאג מיר נישט אז דו ביזט דער שכן וואס פארשטאטערט מיין אינטערנעט.
וועלקאם עבאורד ענד פעסטן יאר סיט בעלטס פליז.

האהא, אגב איך האף אז דו פארשפארסט יא דיין אינטערנעט, עס איז זייער
נישט מומלץ עס צו לאזן אפן. זעה די צוויי לינקס וואס סקען געשען.
http://www.huffingtonpost.com/2011/04/2 ... 52996.html

http://kschang.hubpages.com/hub/6-Reaso ... Fi-Network

אגב איך האב אייגענע אינטערנעט, איך ניץ נאר דער שטיקל ווען איך דארף היי ספיד אינטערנעט
פון דער אפטימום האט ספאט, מיין פלען געט מיך נאר ארום 3 MBPS וואס איז צו שטייט פאר דאונלאדס וכדו'.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:09 am
דורך מאראנצןזאפט
קען איך נוצן אן אפטימום האטספאט אפילו איך בין נישט זייער קאסטומער?

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:18 am
דורך געפילטע פיש
אויב דו קענסט איינעם וואס איז יא א קאסטומער און ער געבט דיך זיין לאג-אין, אדער לייגט ער עס אריין פאר דיר אין דיין קאמפיוטער\פאון, מ'קען סעיווען די דיווייס צו די אקונט, יעדע אקאונט קען האבן אפ טו 4 דיווייסעס.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:01 am
דורך אברמי פון בארא פארק
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קען איך נוצן אן אפטימום האטספאט אפילו איך בין נישט זייער קאסטומער?

אפיציעל נישט, אבער עס איז זייער גרינג צו באקומען א קאוד פון א חבר.
איך אליין קען 4 קאודס.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:02 am
דורך מאראנצןזאפט
שיק מיר א קאוד אין אישי ביטע, ולמצוה גדולה יחשב בזה ובבא.
כ'האב איין חבר אן אפטימום סובסקרייבער, אבער ער וויל נישט געבן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:24 am
דורך געפילטע פיש
איך וואלט דיר גערן געשיקט, ווען נישט וואס מיין יוזער נעים איז מיין נאמען, (נישט געפילטע), און גלייב מיר דו האסט מער ווי איין חבר וואס האט אפטימום.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:31 am
דורך אברמי פון בארא פארק
מאראנצןזאפט האט געשריבן:שיק מיר א קאוד אין אישי ביטע, ולמצוה גדולה יחשב בזה ובבא.
כ'האב איין חבר אן אפטימום סובסקרייבער, אבער ער וויל נישט געבן.

ווען סאיז מיינס וואלט איך דיר גערן געשיקט, אבער אלע וואס איך קען האט מיך א חבר געטראסט מיט.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 7:19 pm
דורך מ גפני
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קען איך נוצן אן אפטימום האטספאט אפילו איך בין נישט זייער קאסטומער?

קען מיר איינער ביטע שיקן א אפטימום קאוד אין אישי?

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:53 pm
דורך פארוואס?
וואס איז די טעכנאלאגיע דערפון? 
עס האט א סענסיטיוו וויי-פיי סענסער וואס קען כאפן פון דערווייטנס, אדער מ׳דארף פשוט לייגן די דיווייס פון דערווייטנס און קאנעקטן צום קאמפיוטער?

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:12 am
דורך געפילטע פיש
ס'איז דא וואס האבן פשוט א גרעסערע בית קיבול, און ס'דא וואס זענען בבחינת עירובי תחומין.

אפטימום קאוד

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 3:35 pm
דורך קאמפאטער קאפ
קען מיר איינער ביטע שיקן א אפטימום קאוד אין אישי?

נשלח: פרייטאג מערץ 11, 2016 4:49 pm
דורך פאדעם
קאמפאטער קאפ האט געשריבן:קען מיר איינער ביטע שיקן א אפטימום קאוד אין אישי?

און פאר מיר אויך , אויב מעגליך .א דאנק

טובה

נשלח: מוצ"ש מערץ 12, 2016 8:14 pm
דורך קאמפאטער קאפ
אנא!!!
א טובה פאר א איד איז גארנישט! !!

Re: וויי-פיי עקסטענדער

נשלח: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:46 pm
דורך קול הלשון
אויך פאר מיר