בלאט 1 פון 1

מיינט עס א פרומער ערנסט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:17 pm
דורך town1
עס איז באקאנט די ווערטל וואס מען זאגט נאך פונעם הייליגן בעל דברי יהזקאל פון שיניווא זצ"ל אז פרום איז ראשי תיבות פיל רישות ווייניג מצות אין צווישן אונזער היימישן עולם געפינט זיך אינגעלייט וואס מען קען זיי אנרופען פארפרומטע אינגעלייט, פארחאניאקט אינגעלייט, צוריקגעבליבענע אינגעלייט, וואס זיי

דאווענען הויעך,
דאווענען ווארט ביי ווארט,
שאקלען זיך ווי א לולב ביים דאווענען,
געבן אכטונג אויף א יעדע מאכל וואס קומט אריין ביי זיי אין שטוב זאל האבן די בעסטע השגחה.
עסן נאר פון איין געוויסע שחיטה.
לאזן נישט אריין אינדרערהיים קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען, נאר מעלות, די אידישע ליכט, א.ד.ג.,

נו רבותי, מיינט עס א פרומער ערנסט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:20 pm
דורך זר זהב
ווייניג מצות? מיינסט זיכער אריזאנע מצות. פונעם הייליגן קדושת גרשון זאגט מען אז פרום איז ר"ת פיינע רבי'שע וואוילע מענטשן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:22 pm
דורך לעמיל
נישט קיין שאלה עס איז זיכער דא וואס מיינען עס ערנסט און עס איז דא וואס נישט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:23 pm
דורך שעפטל
כללו של דבר, א איד וואס איז פרום פאר זיך אבער ס'קומט א טובה צו טאן און ארויסצוהעלפן א צווייטן וועט ער זיך צורייסן און טוהן אלעס אינדערוועלט, איז א ערליכע פרומער וואס מיינט עס ערענסט. אויב איז ער אבער מער פרומער אויף יענעם'ס חשבון דארף איך שוין נישט אויספירן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:15 pm
דורך נולד מאוחר
מיינט עס א באם נישט ערענסט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:22 pm
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:מיינט עס א באם נישט ערענסט?

אודאי נישט, ער איז א באם ווייל דאס איז דער באקוועמסטער לייף סטייל פאר אים, נישט ווייל ער איז געקומען צו די פילאזאפישע מסקנא אז א בלויע העמד איז מער ריכטיג ווי א ווייסע. והוא הדין מיט א פרומער - ע"פ רוב.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:00 pm
דורך איחוד פעלד
לדעתי לדעתי וואלט איך געזאגט אז עס נישט דא א זאך ווי מיינען יא ערענסט אדער נישט. אלעס איז די זעלבע גמויזעככטס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:12 pm
דורך לעיקוואד
פאלט מיר איין אפשר דארף מען מאכען אזא כלל. א זאך וואס אויב מיינט מען עס נישט ערנסט איז עס נישט ריכטיג צו טוהן זאל מען עס קיינמאל נישט טוהן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען "פרומע" יונגעלייט וואס לאזן נישט אריין א צייטונג (מעג זיין די הייליגסטע) אדער מאגאזין אין זייער הויז. אבער זיי וועלן זיך אייביג אפשטעלן ביי דעם ניוססטענד (אפילו שבת אינדערפריה אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד) אדער זיך אריינשטופן די נאז ווען עמיצער ליינט א צייטונג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מיינט עס א באם נישט ערענסט?

אודאי נישט, ער איז א באם ווייל דאס איז דער באקוועמסטער לייף סטייל פאר אים, נישט ווייל ער איז געקומען צו די פילאזאפישע מסקנא אז א בלויע העמד איז מער ריכטיג ווי א ווייסע. והוא הדין מיט א פרומער - ע"פ רוב.

ס'איז נישט אייביג דער כלל. א בריסקער, למשל, עסט פארברענטע מצות ווייל ר'איז חושש אז ס'איז נישט גענוג אדורכגעבאקן און ס'קען זיין אינעווייניג איז (ח"ו) דא א משהו חמץ, ר"ל.מ'זאגט נאך אז ס'איז געווען א בריסקער וואס האט זיך אראפגעווארפן פון שטאק ווייל ר'האט חושש געווען אפשר שטאמט ער מזרע עמלק.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:22 pm
דורך ברוין
וויאזוי איך קוק עס אן יעדע סארט מענטש קען זיין צופרידן און נישט צופרידן. דער פרומער ווייסט נישט פון מער ער איז צופרידן מיט זיין חלק און דאס זעט ער און ער איז זיך משמח דאס זעלבע איז מיט יעדע מענטש ווי לאנג ער ווייסט נישט פון בעסערס וועט ער באמת זיין פריילאך מיט זיינע פיר ווענט
די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען בלאפט און מלעבט אין א קעסטל וואס מ'וויל זיך ארויסזען דעמאלטס איז עס א ליווינג העלל און דאס איז די זעלבע ביי אפילו איינער וואס איז נישט פרום נאר פשוט נישט צופרידן מיט זיין סביבה

דאס איז מיין אבזערוואציע בערך

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:55 pm
דורך יואליש
כ'גלייב אז רובא דרובא מיינע עס זייער ערענסט. זעירין אינון וואס מיינען עס נישט ערעסט און מ'קען זיי טאקע גרינג דערקענען. בלאפן איז נישט גרינג פארן פראקטיצירער און זיכער נישט גרינג צו באהאלטן עס פון אנדערע. אז איינער איז צומאל א היפאקריט מיינט נאכנישט אז ער מיינט נישט זיין פרומקייט ערענסט. א היפאקריט ווייסט נישט אז ער איז א היפאקריט. אין זיין מוח האט ער א טוץ מיט בארעכטיגונגן און חילוקים פארוואס הא לן והא להו. ס'איז אויף א מידות פראבלעם.

דרך אגב, מ'זאגט א איד איז אמאל געקומען צו א רבי זיך באקלאגן אז זיין איידעם פראוועט תעניתים און דאווענט פאר שעות אריכות, איז מאריך בביה"כ און איז מדניד שינה מעינו וכו'. זאגט דער רבי, איך טוה דאך דאס זעלביגע, וטא וואס איז דען די פראבלעם? ענטפערט דער שווער באזארגט, "דער רבי האט דאך פרנסה דערפין, מיין איידעם מיינט עס נעבעך ערענסט..."

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:28 pm
דורך אביגדור
דפח"ח.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:42 pm
דורך קינות גירושין
מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:18 am
דורך געפילטע פיש
די זעלבע סיבה פארוואס דער וואס רעדט ביי קדיש וועט שטיל מאכן יענעם ביי קריאת התורה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:29 am
דורך איחוד פעלד
קינות גירושין האט געשריבן:מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?



ווייל יענער איז נישט קיין צבוע, פארשטייסט?

למשל א פאלשער גרוש וועט פיינט האבען אן אמת'ע גרוש.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:47 am
דורך קינות גירושין
איחוד פעלד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?



ווייל יענער איז נישט קיין צבוע, פארשטייסט?

למשל א פאלשער גרוש וועט פיינט האבען אן אמת'ע גרוש.

וואס איז דער הבנה,ווייל ער איז עם מקנה, קומט אויס אז א האלבע שטאט איז מיך מקנה? Ok it feels god

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2015 8:12 pm
דורך [NAMELESS]
קינות גירושין האט געשריבן:מענין לענין מאותו ענין, סהאט מיר אייביג געבאדערט די גמ אין חגיגה, הילנה המלכה (איך מיין סאיז זי, עפעס א שלעכטע קעניגען) האט געזאגט פאר איר טויט צו איר זון זאלסט נישט מורא האבען פון די רשעים/שלעכטע מענטשען ווייל זיי זענען אונזער פריינט און אויך נישט נישט פון די צדיקים ווייל זיי וועלען אונז נישט שלעכט טון , נאר זאלסט חושש זיין צו די צבאים וואס מאכען זיך ערליך אבער און הארץ זענען זיי רשעים, מיין שאלה איז, פארוואס זאל א צבאי וועלן שלעכט טון פאר איינער וואס איז פונקט אזא רשע וואס ער איז?

די מעשה איז געווען מיט ינאי המלך, וואס האט גע'רודפ'ט די פרושים וויבאלד געוויסע פרושים האבן פוגע געווען אין אים. זיין ווייב איז געווען א פרומע, און א שוועסטער פונעם תורה ריז - רבי שמעון בן שטח. בעפאר ינאי איז געשטארבן האט ער איבערגעלאזט דעם צוואה, זאגנדיג אז דורך די צבועים וואס טוען מעשי זמרי און שטעלן זיך פאר ווי פנחס, איז ער געווארן א צדוקי.
אצינד, פארשטייסטו אז מ'רעדט פונעם סארט פרומער וואס דער ראפשיצער רב האט אויף זיי געזאגט דעם ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות. און ס'איז שוין אלעס פארענטפערט.

נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2015 3:28 pm
דורך ציבעלע-קיגל
town1 האט געשריבן:
דאווענען הויעך,
דאווענען ווארט ביי ווארט,
שאקלען זיך ווי א לולב ביים דאווענען,
געבן אכטונג אויף א יעדע מאכל וואס קומט אריין ביי זיי אין שטוב זאל האבן די בעסטע השגחה.
עסן נאר פון איין געוויסע שחיטה.
לאזן נישט אריין אינדרערהיים קיין שום צייטונגען אדער מאגאזינען, נאר מעלות, די אידישע ליכט, א.ד.ג.,

נו רבותי, מיינט עס א פרומער ערנסט?


עס ווענדט זיך וואס פרום מיינט ביי דיר.

די אלע זאכען וואס דו האסט דא אויסגערעכענט, אויב איינער טוט זיי מיינט נישט פרום, עס מיינט ערליך.

די "פרום"ע וואס דער שינאווער האט געמיינט איז א נייע ווארט וואס ער האט דאס שוין געזעהן. און דאס מיינט די היינטיגע פרום... ווי למשל...

שרייען פוי, שרייען שיגץ אויב איינער האלט נישט פונקט ווי דיר.
יענעם'ס רבי איז סתם א שיגץ אדער עם הארץ אדער א פעיקער און אויב דו האלטסט נישט פון דיין רבי, ביזטו א שיגץ.
איעדער וואס איז נאר אביסל אנדערש ווי דיר איז אוטומאטיש א שיגץ אדער באם.

אין קורץ די היינטיגע "קנאי". ספעציעל די וואס לויפען "מוחה" זיין אויף יענעם'ס עבירות.