בלאט 1 פון 2
די רייכסטע אידן אויף די וועלט
נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 4:19 pm
דורך קול גדול
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:17 pm
דורך דעמאקראטיע
די בארימטע פארבס מאגאזין האט ארויסגעגבן ווער עס זענען די רייכסטע רעבעס אין א''י. אין דעם איז אריינגערעכנט די פראפערטיס פון זייערער מוסדות
נומער איינס איז דער זוהן וממלא מקום פונעם ערמארדעטן רב אבוחצירא זצ''ל מיט א פארמעגן געשאצט אויף 1.3 ביליאן שקלים אדער 335 מיליאן דאלער
נומער 2 איז האדמו''ר מגור מיט א פארמעגן פון 350 מילאן שקלים אדער 90 מיליאן דאלער
נומער 3 איז האדמו''ר מבעלז מיט א פארמעגן פון 180 מיליאן שקלים אדער 46 מיליאן דאלער
http://www.vosizneias.com/107658/2012/0 ... est-rabbis
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
ס׳איז אזוי פאני ווי די רבי׳ס זענען אפיציעל ממלא מקום רבי׳ס פון פריערדיגע דורות וואס האבן נישט געהאט קיין פעני פאר זייער נאמען, און וואס יא האבען אלעס אוועק געגעבן מאר צדקה......
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:55 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:ס׳איז אזוי פאני ווי די רבי׳ס זענען אפיציעל ממלא מקום רבי׳ס פון פריערדיגע דורות וואס האבן נישט געהאט קיין פעני פאר זייער נאמען, און וואס יא האבען אלעס אוועק געגעבן מאר צדקה......
ביי גור אין בעלז שטעל איך מיר פאר אז ס'רוב פון די געלט איז די ווערט פון די בנינים וואס זייער חסידות פארמאגט, אבער זיי דארפן נישט די הערליכע פאלאצן פאר זיך, ס'נאר כבוד בית בעלזא\גור, נישט די אייגענע כבוד ח"ו.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 6:23 pm
דורך איך אויך
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, זעה קאמענט נומער 15 דארט מילא גערער רבי איז נישט קיין סוד ער איז א גביר אדיר (ווי אזוי די גערער רביס האבן זיך איינגעהאנדלט זייער רייכטום איז נישט דא דער פלאץ אויסצושמיסן), די באבאס זענן אויך שיינע גבירים אבער בעלזר רב? מען גייט נאך געלט יערליך אויף מעמדות און ער איז נאך שולדיג א שיינע פאר מעלאנעס חובות פון בויען זיין ביהמ"ד הגדול (לעצטענס געהערט א מורא'דיגע מעשה בנוגע די ירושה פון ר אליעזר ראזן ע"ה מדענווער) ניטאמאל אין זיין זיסטן חלום האט ער עניווער נאנט צו 180 מיליאן.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 6:53 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אפשר פארציילסטו די מעשה מיט די ירושה?
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:00 pm
דורך שמיטה
גם אני הקטן מצטרף בבקשה, ביטע דערציילן מעשה פון ר' אליעזר ראזען'ס ירושה....
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:08 pm
דורך ניו יארק
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכען אזא רשימה פון די אמעריקאנע רביס
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:17 pm
דורך געפילטע פיש
נוי יארק האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכען אזא רשימה פון די אמעריקאנע רביס
איך געדענק אז אמאל האט זאב ברענער געהאט א דיבאטע ציווישן די ארוינים און זלוינים, איינער פון די צדדים האט צוגעשטעלט א לויער זיי צו פארטרעטן, האט זאב געפרעגט דעם לויער פון וויפול נכסים מ'רעדט דא, האט ער געענטפערט אז ציווישן די צוויי זייטען איז דא 250 מילוין דאלער ווערט פון פראפערטי.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:33 pm
דורך ניו יארק
ס'איז נאך דא א פלאץ פאר נאך א סאטמערע רבי?
איך מיין אז איך גיי אריין אין די ליין....
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 8:34 pm
דורך איך אויך
שמיטה האט געשריבן:גם אני הקטן מצטרף בבקשה, ביטע דערציילן מעשה פון ר' אליעזר ראזען'ס ירושה....
איך האב נישט בודק געווען צו די מעשה איז אמת אבער מסתבר אז יא (איך האב עס געהערט פון איינער וואס איז דייקא נישט קיין בעלזר חסיד וואס האט עס געהערט פון איינע פון די מנהלים אין דענווער.)
ווייל איך ווייס אז בעלזר רב'ס גבאי און געלט מענטש ר' ש.ו.ק. וואס האט זיך געשארפט די ציין עטליכע יאר צו באקומען די ירושה איז געווען היבש אנגעבלאזן.
ר' אליעזר ע"ה איז כידוע געווען א תלמיד פון פרוביזנע רב מגדולי חסידי בעלז און ער פלעגט פארען פאר לאנגע יארן קיין בעלז איז נישט געווען מער ווי נאטירלך היות ער איז ליידער אוועק בלי זש"ק זאל ער לאזן צוואה אז רוב פון זיין ירושה גיין קיין בעלז, און ש.ו. האט געפלאנט צו אפצאלן די חובות מיט די געלט.
למעשה האט בעלזר רב געהייסן אז היות ר' אליעזר האט כל ימיו באמעריקא געוואוינט אין דענווער ווי ער איז געווען נאנט צום דארטיגע ישיבה זאל רוב רובו פון די מיליאנען גיין אהין און פאר בעלז האט ער נאר גענומען א שיבוש יוצא צו זיין. וויפיל ש.ו. האט פראבירט צו טוישן די החלטה איז עס געבליבן ביי דעם.
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 8:59 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שווער צו גלויבן.
פארוואס אין סאראטאגע האט ער אנדערש געהייסן טוהן?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:20 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:שמיטה האט געשריבן:גם אני הקטן מצטרף בבקשה, ביטע דערציילן מעשה פון ר' אליעזר ראזען'ס ירושה....
איך האב נישט בודק געווען צו די מעשה איז אמת אבער מסתבר אז יא (איך האב עס געהערט פון איינער וואס איז דייקא נישט קיין בעלזר חסיד וואס האט עס געהערט פון איינע פון די מנהלים אין דענווער.)
ווייל איך ווייס אז בעלזר רב'ס גבאי און געלט מענטש ר' ש.ו.ק. וואס האט זיך געשארפט די ציין עטליכע יאר צו באקומען די ירושה איז געווען היבש אנגעבלאזן.
ר' אליעזר ע"ה איז כידוע געווען א תלמיד פון פרוביזנע רב מגדולי חסידי בעלז און ער פלעגט פארען פאר לאנגע יארן קיין בעלז איז נישט געווען מער ווי נאטירלך היות ער איז ליידער אוועק בלי זש"ק זאל ער לאזן צוואה אז רוב פון זיין ירושה גיין קיין בעלז, און ש.ו. האט געפלאנט צו אפצאלן די חובות מיט די געלט.
למעשה האט בעלזר רב געהייסן אז היות ר' אליעזר האט כל ימיו באמעריקא געוואוינט אין דענווער ווי ער איז געווען נאנט צום דארטיגע ישיבה זאל רוב רובו פון די מיליאנען גיין אהין און פאר בעלז האט ער נאר גענומען א שיבוש יוצא צו זיין. וויפיל ש.ו. האט פראבירט צו טוישן די החלטה איז עס געבליבן ביי דעם.
היות ס'לעצטע מאל וואס איך האב בודק געווען, איז די הלכה נישט געווען אז אויב מען גלייבט נישט די מעשה היייסט מען אן אפיקורס, ממילא גלייב איך עס טאקע נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:22 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:ס׳איז אזוי פאני ווי די רבי׳ס זענען אפיציעל ממלא מקום רבי׳ס פון פריערדיגע דורות וואס האבן נישט געהאט קיין פעני פאר זייער נאמען, און וואס יא האבען אלעס אוועק געגעבן מאר צדקה......
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דאס, דער גור'ער רבי האט רוב פון זיין פארמעגן גע'ירש'נט פון זיין טאטן, אבוחצירא האט גע'ירש'נט זיין טאטן, און ר' דוד איז דאכצעכמיר א קאמפאני פאר זיך. הרב פינטאו'ס טאטע מיין איך לעבט נאך.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:23 am
דורך הדד בן בדד
געפילטע פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:ס׳איז אזוי פאני ווי די רבי׳ס זענען אפיציעל ממלא מקום רבי׳ס פון פריערדיגע דורות וואס האבן נישט געהאט קיין פעני פאר זייער נאמען, און וואס יא האבען אלעס אוועק געגעבן מאר צדקה......
ביי גור אין בעלז שטעל איך מיר פאר אז ס'רוב פון די געלט איז די ווערט פון די בנינים וואס זייער חסידות פארמאגט, אבער זיי דארפן נישט די הערליכע פאלאצן פאר זיך, ס'נאר כבוד בית בעלזא\גור, נישט די אייגענע כבוד ח"ו.
איך ווייס נישט ווי אזוי זיי רעכענען דאס, אויב רעכנט מען אריין די ווערט פון די מוסדות וואלט דעמאלס גור געדארפט זיין פיל פיל מער. עפעס מאכט נישט דא סענס.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:26 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, זעה קאמענט נומער 15 דארט מילא גערער רבי איז נישט קיין סוד ער איז א גביר אדיר (ווי אזוי די גערער רביס האבן זיך איינגעהאנדלט זייער רייכטום איז נישט דא דער פלאץ אויסצושמיסן), די באבאס זענן אויך שיינע גבירים אבער בעלזר רב? מען גייט נאך געלט יערליך אויף מעמדות און ער איז נאך שולדיג א שיינע פאר מעלאנעס חובות פון בויען זיין ביהמ"ד הגדול (לעצטענס געהערט א מורא'דיגע מעשה בנוגע די ירושה פון ר אליעזר ראזן ע"ה מדענווער) ניטאמאל אין זיין זיסטן חלום האט ער עניווער נאנט צו 180 מיליאן.
ר' איך, איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט. איך בין א בעל חוב, און קום נאר גיב א קוק אויף מיין דירה, וועסטו זעהן וויאזוי עס זעהט אויס די דירה פון א בעל חוב, דאס הייסט נישט קיין בעל חוב, א מענטש וועלכער לעבט פאקטיש ווי א מיליאנער, און האט זיך געלאזט בויען א ריזן פאלאץ שוין נאכן אויסגעבן דעם איינעם קינד וואס ער האט געהאט. פשי ברענגסט מיר א ראי' אז מען גייט פאר מעמדות. טאקע א שטארקע ראי'. איך ווייס נישט וויפיל קעש ער האט אין די באנק, אבער פון דא ביז אים צו רופן א בעל חוב...
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:27 am
דורך הדד בן בדד
נוי יארק האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכען אזא רשימה פון די אמעריקאנע רביס
מסכים, עס וואלט טאקע געווען זייער אינטערעסאנט. אבער נישט פון די בניינים פון די קהילה מיט די מוסדות, דאס איז נישט אזוי שווער און יעדער קען זיך דאס אלייינס מאכן. איך וויל וויסן לויט זייערע טעקס רעקארדס, וויפיל זיי פארמאגן פערזענליך.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:28 am
דורך הדד בן בדד
נוי יארק האט געשריבן:ס'איז נאך דא א פלאץ פאר נאך א סאטמערע רבי?
איך מיין אז איך גיי אריין אין די ליין....
קוקט מיר אויס אז יא, ווייל פארגאנגענע וואך סוף וואך איז כלל ישראל באשאנקען געווארן מיט נאך א סאטמאר'ער רבין
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 7:28 am
דורך איך אויך
ר' הדד זייט מיר מוחל איך האב וויכטיגערס אויף וואס זיך צו טענהן, די זעהסט מיר אויס צו זיין פונעם דור וואס איז אויפגעוואקסן אז עס איז א מצוה צו זאגן יעדן טאג בער.... סאו גלייב וואס דו ווילסט און גלייב נישט וואס דו ווילסט נישט. (אז די וויסלט דווקא קען מען דיסקוסירן די ח"י שלמים וואס איז באקאנט דער ברך משה האט געהאט אין די שווייצר באנק.)
נ.ב. אז די ביסט שוין עוסק במצוות פליז טוה נאך איין מצוה און שיק מודיע זיין פארען בעלזר רב ווי די 180 מיליאן ליגן ער וועט דיר מכיר טובה זיין.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 7:58 am
דורך שמואל הלוי
נוי יארק האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכען אזא רשימה פון די אמעריקאנע רביס
אין אמעריקא אויב האב איך נישט קיין טעות איז ר' מאטעלע מוויזניץ די רייכסטע רבי (איך רעד פון פרייוואטע רכוש, נישט קהל'ישע).
Re: די רייכסטע אידן אויף די וועלט
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:39 am
דורך איחוד פעלד
עס הייסט ער האט שוין אלעס צוטיילט פאר זיינע קינדער.
דער קלויזענבורגער האט אסאך געלט און קרקעות. ווי אויך דער מונקאטשער האט אסאך קרקעות אויף זיין גבאי'ס נאמען.
אנדערע רביס רבנים זענען אלע רייכער פין דער געווענליכע עמך איד וואס גייט ארויס אויף פרנסה טאג טעגליך.
ווען מען זאל מאכען א ליסטע פין ארימע רבנים וואלט עס געווען מער א חידוש.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 11:17 am
דורך chasid
הדד בן בדד האט געשריבן:נוי יארק האט געשריבן:ס'איז נאך דא א פלאץ פאר נאך א סאטמערע רבי?
איך מיין אז איך גיי אריין אין די ליין....
קוקט מיר אויס אז יא, ווייל פארגאנגענע וואך סוף וואך איז כלל ישראל באשאנקען געווארן מיט נאך א סאטמאר'ער רבין
וואס הייסט??
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 1:23 pm
דורך איינער
איך אויך האט געשריבן:ר' הדד זייט מיר מוחל איך האב וויכטיגערס אויף וואס זיך צו טענהן, די זעהסט מיר אויס צו זיין פונעם דור וואס איז אויפגעוואקסן אז עס איז א מצוה צו זאגן יעדן טאג בער.... סאו גלייב וואס דו ווילסט און גלייב נישט וואס דו ווילסט נישט. (אז די וויסלט דווקא קען מען דיסקוסירן די ח"י שלמים וואס איז באקאנט דער ברך משה האט געהאט אין די שווייצר באנק.)
נ.ב. אז די ביסט שוין עוסק במצוות פליז טוה נאך איין מצוה און שיק מודיע זיין פארען בעלזר רב ווי די 180 מיליאן ליגן ער וועט דיר מכיר טובה זיין.
דער ברך משה האט געהאט ח"י און בעלזער רב האט 10X ח"י, נישט דא פארוואס צו ווערן גערעגט.
איך פארשטיי עס פילט זיך שלעכט ווען דער חסיד וואס האט נישט אויף שבת צו מאכן, געבט מעמדות און שפעטער ווערט ער געוואר אז זיין רבי באד זיך אין געלט. די ערשטע רעאקציע איז צו לייקענען.