בלאט 1 פון 1

א כולל (מסגרת) פאר פארבאלדזשענטע נשמות

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 3:58 pm
דורך town1
נאך די לעצטע אשכול פון קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט וועל איך דא ביישרייבן די כולל (מסגרת) פאר פארבאלדזשענטע נשמות, ווי מען זינגט מיט זיי ווארעמע ניגונים, מען איז זיי מקרב,

אין קרית יואל ווערט עס אנגעפירט דורך הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א

אין וויליאסבורג ווערט עס אנגעפירט דורך הר"ר חיים מענדיל רוטנער שליט"א

דא זעט מען א קליפ ווי מען רעדט און מען זינגט מיט זיי ערב יום הקדוש תשע"א
https://www.youtube.com/watch?v=Wteq-H5umS0

אין בארא פארק ווערט עס אנגעפירט דורך הר"ר מרדכי יונגרייז שליט"א אדמו"ר מניקלשבורג וואס האט די ביהמ"ד אין וואדבערין במשך די זומער חדשים,

דא זעט מען א קליפ ווי מען ציילט ספירא מיט זיי די פארגאנגענע פסח
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rdcccwfsaiU[/youtube]

נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 6:31 pm
דורך נולד מאוחר
ער האט זיך אויסגעדריקט '' מ'האט זיך אביסעל צי שפעט דערמאנט צי זינגען''
כמיין ער האט געמיינט צי זאגן אז אלע יארן יום כיפור האט מען זיי געפייניגט, יעצט דערמאנט מען זיך צי זינגען. ס'איז אביסעל צי שפעט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2013 9:46 pm
דורך ידען
נולד מאוחר האט געשריבן:ער האט זיך אויסגעדריקט '' מ'האט זיך אביסעל צי שפעט דערמאנט צי זינגען''
כמיין ער האט געמיינט צי זאגן אז אלע יארן יום כיפור האט מען זיי געפייניגט, יעצט דערמאנט מען זיך צי זינגען. ס'איז אביסעל צי שפעט.

סע איז קיינמאל נישט שפעט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2013 9:50 pm
דורך ברעט מענינג
ר' יחזקאל יואל סאמעט איז א קרית יואל איינוואוינער?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 4:05 pm
דורך ממרום שלח אש
נישט געוויסט אז ניקולשבורגער רבי זינגט ספעציעל פאר די נושרים...

כ'גמיינט אז זינגען זינגט איר מכל מקום, אז נושרים הערן איז אויך גוט, אז אידן מיט ווייסע בערד עלען קומען איז אוודאי גוט.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
ממרום שלח אש האט געשריבן:נישט געוויסט אז ניקולשבורגער רבי זינגט ספעציעל פאר די נושרים...

כ'גמיינט אז זינגען זינגט איר מכל מקום, אז נושרים הערן איז אויך גוט, אז אידן מיט ווייסע בערד עלען קומען איז אוודאי גוט.

די ניקלשבורשגער רבי'ס (ביידע, סיי יונגרייז און אויך ר' מעכל לעבאוויטש שליט"א) און די אנדערע מזכי הרבים זענען פון די צדיקי הדור. אט דאס איז דער דרך הבעשטה"ק. נישט רעגענען אש וגפרית, און אלץ הערן וואס מ'טוט נישט גוט. (כדרכם פון געוויסע פאלשע מנהיגים וואס זוכן אייביג נאר וואס איז נעגאטיוו ביי כלל ישראל.(. ישראל קדושים הם. און מיט א ביסעלע חיזוק קען מען זייער א סאך אויפטון,בעז"ה.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 7:54 pm
דורך smart
דער ניקולשבורגער פון בארא פארק טוט אויף א געוואלד!און די לעצטע פאר יאר האט ער אויך אויפגעטוהן אין די זומער סעזאן פאר די עמך אידען א געשמאקע בית המדרש ועוד ועוד

זאל אים דער אייבערשטער געבן אסאך כח און געדולט אנצוגיין ווייטער מיט זיין עבודת הקודש!

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
smart האט געשריבן:דער ניקולשבורגער פון בארא פארק טוט אויף א געוואלד!און די לעצטע פאר יאר האט ער אויך אויפגעטוהן אין די זומער סעזאן פאר די עמך אידען א געשמאקע בית המדרש ועוד ועוד

זאל אים דער אייבערשטער געבן אסאך כח און געדולט אנצוגיין ווייטער מיט זיין עבודת הקודש!

אמן. כן יהי רצון.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:33 pm
דורך town1
הר"ר מרדכי יונגרייז שליט"א קאכט טשולענט אין זיין וואדבורין שול פארגאנגענע זומער

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DHMFaJt6LB4[/youtube]