ואת עמלינו - אלו הבנים. (דער סיסטעם)
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:00 am
פארט זיך א שיף געמיטלעך אונעם אטלאנטישן אקעאן. רוקט זיך פאמעליך אינעם מערב ריכטונג דורכשווימענדיג לייכטע כוואליעס וועלעכע שטעלן כמעט נישט קיין ווידערשטאנד,מיטן ציל צו דערגרייכן די רוישיגע ניו יארקער ברעגעס.
עס קען זיך דאכטן אז דאס איז א געווענדליכע פשוטע רייזע, א טיפערן באדייט ליגט אבער איינגעהילט ביי פילע רייזענדע אין דעם נסיעה. דאס איז ווי א אומגלויבליכן חלום, א פאנטאזירנדע רעטונגס ברעטל ארויס פון הערמאטיש פארשלאסענע טויט זיכערע גראטעס, וועלעכע נעמען ארום דעם טייוולאניש געפאנצערטן בלוטיגן פאלאץ פונעם מלאך המוות.
יעדע שעה וואס גייט פארביי, דערנענטערט זיך דער גליקליכער מינוט ווען די פלאטערדיגע זעגלען וועלן זיך איינשטילן, און דער שיף וועט אנקערן און א מזלדיג שעה אונטערן שאטן פון פרייהייט פארענט פון די אויסגעשטרעקטע ארעם מיטן פאקעל וועלעכע פונקט ווי די שטארקער און דערבארעמדיגן אדלער פארזיכערט זי דרייסטע שוץ, און איז מקבל פנים דעם ניי געשאנקענעם לעבן וועלכע מ'האט זיך דערלעבט ארויסצוגיין משעבוד לחירות.
אינעם שיף געפונען זיך א האנדפול געניטע פארמער וועלעכע מיט א געמיינזאמע פעלזן שטארקן אמביציע, פלאנירן זיי א גיגאנטישע מייסטער פראיעקט, טאקע אויפן גרונט פון די פאראייניגטע שטאטן.
מאנגלט דען אמעריקע אגריקולטור עקספערטן?
בכלל נישט. און אז איך זעה איר פארשטייט נישט, וועל איך אייך אויפן שפיץ פינגער אנטפלעקן וואס ס'גייט דא פאר. הערט אבער מיט א שטארקן מאס אויפמערקזאמקייט.
ס'האנדעלט זיך פון א שטארק עפעקטירבארן אבער סענסעטיווער קערנדל, וועלעכע פארמאגט א ספעציעל אפגעהיטן סוד, א גראנדיעזן אלטן סוד וועלעכע ווערט כסדר דעטאלירט געליפערט פון איין דור צום צווייטן.
און טראץ איר גאר קליינע צאל, האבן אירע אויסנאם נארהאפטיגע רייפע פירות און פרישע בלעטער שטענדיג געטוהן זעטיגן דעם גארער וועלט, און בארימט געוועזן מיט איר איינציגקייט אין יעדן ווינקל.
דאס האט ווי פארשטענדליך שטענדיג געקרענקט אלגעמיינע פארמער, וועלעכע האבן נאכאנאנד אבער הילפסלאז, פרובירט צו דערגיין דער ווינדער סוד פון דעם קערנדל.
די קלוגערע פארמער האבן שטענדיג זיך גע'חנפ'ט צו די אנזייער פון די פירות, געהאלפן היטן דערויף, און דערביי אויסגענוצט די געלעגענהייט צו געניסן פון דעם רייכען ווינדערליכן פראדוקט. טיפישע פארמער אבער, פלעגן נישט קענען סובל זיין די אויסערגעווענדליכע מוצלח'דיגע פירות, און פאר ווייטאגליכע קנאה אין יעדן געלעגנהייט געטוהן פארניכטן ריזיגע שטחים פון די זיסע פירות, אלץ מיט אנדערע לעכערליכע אויסריידן פארוואס עס טוהט חרוב מאכן דעם ענווייראמענט, און איז א דירעקטע שטער פאר אלוועלטליכע פרודאקציע.
די אומשולדיגע קליינע צאל פרוכטליך זענען ווי פארשטענדליך געוועזן מאכטלאז קעגן די רוצח'ישע צונגען פייער וועלכע האבן געשווינד אפגעמעקט גאנצעטע פעלדער מיט דאס גרעסטע מאס ברוטאליטעט, און פארוויסט יארן פלאג און הארעוואניע.
דאס האט זיך אבער שטענדיג ארויסגעשטעלט צו זיין א צייטווייליגע נחמה פאר די אויפגעברויזטע פארמער.
און דאס איז ווי פריער דערמאנט, צוליב אן אומברעכבארן סוד וועלעכע האט אין קיין שום פאל נישט געקענט עלעמינירט ווערן. און שטענדיג געפירט צו סורפרייזישע ווידער אופבליה.
וויסנשאפטליכער האבן זיך געפלאגט צו דערווישן דער סוד וואס ליגט אנטער דעם אויסערגעווענדליכן סוקסעס, נעמענדיג אין באטראכט אז אינדרויסן ענדעלט דאס מער ווייניגער צו אלוועלטליכע קערנדלעך, און פאר אפאר גראשן קען מען זיך איינהאנדלן די נוטיגע געצייג, און פארוואנדלען אלע פירות פון דער וועלט גענוי אינעם זעלבן פארעם ווי אט די וואונדערליכן פרי.
דאס האט טאקע געפירט גריכישע וויסענשאפטלער מיט עטוואס מער ווי צוויי טויזענט יאר צוריק, צו אנטדעקן אז דער גאנצע סוד ליגט טיף אונעם שטאם, און האט קנאפ מיט די חיצוניות.
די גריכישע קעניגרייך האט דאן אונטער גענומען א אומדערפאלגרייכער מיסיע, צו פאר'סמ'ען די סאמע פנימיות פונעם פרוכט. דאס "פינטעלע" ווי געוויסע האבן דאס דאן באצייכנט. הקיצור. דאס איז בעצם א באזונדערע שטיקל היסטאריע, וועלעכע ווערט אגב געפייערט נאך היינט, אין אסאך איז שוין געשריבן געווארן דערויף.
טראץ דעם וואס דער עיקר הצלחה איז צוליב דעם טראדיצינאלן אומאפנייגונג, און בכדי נישט צו פארלירן דעם אויטענטישקייט ווערט מען באפוילן נישט צו משנה זיין קיין זיז כל שהוא, פארשטיין אבער די קלוגע לייט וועלכע שטייען אין שפיץ פון די הייפעלע זעלטן געלונגענע פארמער, אז די פירות קענען צומאל אויסשטיין פילע טעכנישע פראבלעמען וועלעכע קען זיך אנטוויקלען פון שווערע סעזאנאלישע וועטער, אדער פארשידענע געשעענישן וועלכע קען זיך נאטורליך ערווארבן, און שטעלן די ביימער אין עקזיסטענצישע געפאהר.
די רעדע איז פון שוועריקייטן וואס אנזייער אין פריעדיגע דורות, טראץ זייער אויסערגעווענדליכע חכמה און סוקסעס, האבן פשוט קיינמאל בייגעוואוינט אזעלעכע פיינפולע קאנפראנטאציעס. און אויב זאל מען איגנארירן דעם דראענדע געפאהר, מיטן טענה אז מיר טוהן בלויז רעאגירן ווי די טעמפעראטורן פון יארן צוריק, קען זיך דער מצב עווענטועל דערקייקלען צו גאר נידריגע שטאפלן, און זאגאר פירן צו א פולקאמער ליקווידאציע.
כדי עס זאל פארזעצן צו וואקסן דורך דעם געהיימען סוד, אויפן סאמע זעלבן פענאמינאשן סטרוקטור. מוז מען כסדר שטיין על המשמר, און אונטערנעמען ברייטע רעטונג אקציעס. האלטן א וואכזאם אויג אויף די וועטער, און ווען ס'באשעוועט בייזע שטורימישע ווינטן, כאטש די געצייטיגטע פירות קענען דאס מעגליך אדורכשוויצן, קען דאס איינס צוויי פארטיליגן די יונגע צווייגן וועלעכע האבן קוים גענומען שפראצן נאך איבערמידליכע הארעוואניע.
ווען ס'אנטוויקלט זיך ווילדע צונאמישע כוואליעס און איז ביכולת צו פארפלייצן אלצדינג, שטעלט דאס די רייכפולע קערענדלעך מיט אירע דעליקאטע ווארצלן, און א לעבנס געפאהר. און אזעלכע געצווינגענע האקעלע פעלער, איז מען דן ברוב חכמה ובישוב הדעת, וויאזוי מ'קען כאפן די נאכנישט געצייטיגטע פירות און זיי אויסשטאפירן מיט די ריכטיגע פאנצערס. זיי צו שטעלן אקסיזדשן צו אטעמען, און זיי מאכן גרייט צו קענען אדורכשוויצן די סכנה און טרעפן דעם וועג צו געצייטיגט ווערן אונטער די זון שטראלן, ווערן רייף, און גרייט צו ריפראדוצירן דעם נארהאפטיגן פרוכט.
איי, אז מ'באבערט אינמיטן וואקסן, קען דאס פארלירן דעם שיינעם פארעם מיטן אינדרויסענדיגן פראכט?
האט דער פראקטישער אגריקולטור עקספערט זיך געאייסערט.
אמת.האט דער חכם וועלעכע האט שטודירט דעם דראענדע געפאהר מודה געווען.
און קען טאקע זיין אז מיטן מאדעפיצירן אדער רעפארמירן זאכן וואס אנבלאנגט נישט דער שטאם לצורך השעה, וועט דער פרי אין קעגנזאץ צו פריעדיגע פירות, זיין עטוואס קלענער און נישט אזוי גלאנציג.
"אבער"! האט דער חכם געפאכעט מיט די האנט, און מיט א אויפמערקזאמער טאן געדונערט. דער צוקונפט פאר ווידערבליה איז דער שטאם. וואס אויב פארלירן מיר דאס, האט זיך א זעלטענעם כליפע ארויסגעכאפט פונעם חכם, און נאכאמאל איבערגעזאגט קלאפענדיג אויפן שטענדער."אויב פארלירן מיר דאס" קען מען גיין בארן קלאפן מיטן שטאלצן סוד און יסוד, און דערלאנגען די קנאה'דיגע פארמער א טראומפירענע זיג.
איי וואס וועט זיין מיט בטחון? האט א פוילער פארמער חוצפה'דיג איבערגעריסן דעם אנגעצויגענע שטילקייט.
יא יא, אבער שטיין מיט פארלייגטע הענט, האט דער חכם ערקלערט מיט א לפנים משורת הדין'יגע סבלנות. איז א שטארקע פארלעצונג צו די פארשריפטן פון דעם סודות'פולען רעצעפט. ווייל מיר דארפן טוהן די מאקסימום השתדלות וואס מ'ערווארט פון אונז, און דאן הייבן די הענט צום באשעפער און זאגן ריבונו של עולם, עשינו מה שגזרת עלינו, אף אתה עשה מה שהבטחתנו, השקיפה ממעון קדשך וכו',
אלזא לאמיר הערן דעם וויי געשריי פון די וויינעדיגע אומבאהאלפענע צווייגלעך, און לאמיר זיי פארזיכערן אז מיר וועלן זיי נישט פאראכטן מיטן גלארייכען ירושה. לאמיר זיי זאגן אז מיר וויינען מיט זיי, און זיי פאשפרעכן אז עס וועט נאך קומען דער טאג, ווען ס'וועט זיין נישט קיין כוואליעס, נישט קיין ווינטן, נאר בלויז די ליכטיגע זון שטראלן. און דאן וועלן זיי וואקסן אומגעשטערט אינעם שענסטן פארעם, מיטן בעסטן שמעק, מיטן רייכסטן גלאנץ, און בליען אויף אייביג.
אצינד איז נישט קיין וואונדער פארוואס די דאזיגע פארמער אונעם שיף טראגן אזא חשיבות. זיי זענען יעצט א קייטעלע מיט א געוואגטן סענסעטיווע אופגאבע צו פארבינדן זייערע פרודוקטן צו די אויסגעהארעוועטע אומברעכבארן שטאלצן שטאם, וועלעכער בליהט שוין ווינדערליך איבער 3000 יאר.
זיי זענען טאקע זייער קליין און ווינציג. ווייניג אין צאל, קליין אין השגה. און דער אמת איז, וואס קען מען שוין פארלאנגען פון א צוקלאפטן בלוט איינגעזאפטער קערנדל. מיט נסים זיך ארויסגעראטעוועט פון די גרויזאמע ארעמעס און בלוטיגע נעגל פון די קנאה'דיגע פארמער, וועלכע האבן מיט א היסטארישע אכזריות דערקלערט אז דאס מאל וועלן זיי שוין מאכן אן ענדגילטיגע ליקווידאציע, אפווישן אויף אייביג, און מער וועט דער ווינדער פרוכט נישט עקזיסטירן. געזעהן האבן זיי מיט די אייגענע אויגן ווי ביימער פלאקערן, צווייגן ווערן צודריקט, פרוכט ווערן פארשטיינערט, ווארצלען ווערן אויסגעריסן, צו די שפאטישע זיגרייכע געלעכטער פון די טייוולאנישע קנאה'דיגע פארמער, וועלעכע האבן געמיינט אז דאנס מאל איז עס זיי געלונגען.
די חברה האבן אנגעהויבן צו אקערן. מ'האט זיך אנגעשטויסן אין שווערע ערד, שווערע וועטער. מאנכע האבן פארגעשלאגן אז מעגליך זאל מען ערזעצן די פארזשאוועטע אייראפעישע העק, מיט נייע אמעריקאנע שאוועל. דאס איז אבער אנידערגעשטימט געווארן דורך א מערהייט מיטן טענה אז דאס שמעקט מיט אויפגעקלערטקייט.
עס האט נישט געהאלפן די טענה פון געוויסע.אז מעגליך די יעניגע עקספערטן פון אייראפעישע ערד, טאקע חשובע פלאנצער. זענען נישט ממש געאייגענט פאר אמעריקאנע ערד, און די סוקסעספול אייראפעישע פלאנצער זענען בכלל נישט אינפארמירט ווי אזוי צו האנדלען מיט די אמעריקאנע טעמפעראטורן, וועלעכע ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען פילפאכיג קאמפליצירטערע פון אייראפעישע, און ס'פאדערט זיך באזונדערע כוחות. און אין אזא פאל אויב שטודירט מען נישט קודם דער ערד קוואליטעט עס זאל זיין פעהיג צו אויסהאלטן שווערע וועטער, קען עס רואנירן דעם אינעווייניגסטן חלק, און חרוב לייגן פילע קערנדלעך, וועלעכע קענען פראדעצירן ביימער, און דערנאך פעלדער.
אבער די זענען פארשריגן געווארן אלס אויפגעקלערטע. און ווער וועט האבן חוצפה צו אויסלערנען וועטראן פלאנצער, וויאזוי זיך אומצוגיין מיט ערד.
די אייראפעאישע עקספערטן האבן באשלאסן, אז א שאד זיך קאנצעטרירן אויף די אינעווייניגסטן חלק.
די מאטעמטיק איז פשוט. צו וואס זיך שפילן מיט דעם סענסעטיווען הארץ. היינט איז שוין סיי ווי דער שטאם פעלזן שטארק, און גיי ווייס וואס עס פעלט אפילו אויס. אז מ'וועט פארשענערן דעם אינדרויסן, מ'וועט דאס זאגאר מאכן אסאך שענער ווי די ערשטע פלאנצער האבן אפילו גע'חלומ'ט,
"זיי וועלן אונז אפילו נישט דערקענען" האט זיך איינער געוויצלט צו די סאטיספאקציע פון די איבריגע איינגעשפאנטע פלאנצער. און מיט אזא מאסיווער אויפוואכונג פון אינדרויסן, וועט דער אינעווייניגסטע אויטאמאטיש מיט גיין, און אזוי וועט מען נישט פארראטן די זיידע פלאנצער.
איי דער דרשה פון אותו חכם? האט איינער געוואלט זיכער מאכן מ'האט דאס אין אכט גענומען.
נו, האט ער געזאגט. האט זיך געהערט ווי אין א כאאר דעם פריער אפגעשמועסטן ענטפער. אנדערע צייטן געוועזן, מ'האט מורא געהאט פון די שכנים, אבער אין אמעריקע? א פריי לאנד.
אין א זיגרייכע מאמענט פאר די אייראפעאישע וועטראן עקספערטן,האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ביימער בליען א מחיה. מ'האט געשניטן פרוכט אזש ס'געוועזן א נחת. גוט זאגער האבן נאך אפילו צוגעלייגט אז מ'זעהט דעם פסוק הזורעים בדמעה ברינה יקצורו אין פולען רעאליטעט, און אבי געהאקט אלץ די זעלבע פאר אויבער חכמים וואס פארשטייען בעסער. מ'האט זיך נישט געלאזט פון זיי דעמאלט און מ'וועט זיך נישט לאזן יעצט.
די שמחה איז אבער געוועזן העכסט פריצייטיג.
עס איז געקומען צו די רעפרודוקציע שטאפלן, אין צו קיין אנטוישונג צו די וועלעכע האבן זיך געבעטן פאר אמעריקאנע העק און עפעס וואס אן אגריקולטור דעגרי,האט דער ערד אנגעהויבן שלאגן פארפוילטע ווארצלען, הונקעדיגע צווייגלעך האבן אנגעהויבן צו שפראצן, און אויפגעבלאזענע פרוכט מיט א ביטערן טריקנעם טעם זענען געשניטן געווארן. שטורעמישע ווינטן האבן אנגעהויבן צו בלאזן, אזש עס האט אנגעהויבן צו ווינדשאוולען די ליידיגע קערענדלעך. כאאס און טומל האט זיך אראפגעלאזט אויף די איבערגעפילטע פעלדער, ווי פרעמדע בהמות האבן געפאשעט. א וואלקן פון אנגסט און דעריאגעניש האט אנגעהויבן שוועבן העכער די קעפ פון די נייע בהלה'דיגע פארמער, מאסן פארזאמלונגען זענען גערופען געווארן, און הצילו קאמפיינען זענען אריין אין פולען שוואונג.
וואס טוהט מען? איז געווען די געמיינזאמע זארג.
פון אלע וווינקלען האט זיך אנגעהויבן צו הערן פארשלאגן, אז מעגליך זאל מען טוהן כאותו חכם. מ'זאל קימערן ווייניגער אויף די שאלאכטס, אין קאנצעטרירן זיך אויף דער הארץ.
אבער ווי אין יעדן פאל, געווינען די עקסטרעמיסטן. האט מען באשלאסן אז ניין. מ'וועט לאזן דער שטאם אומגערירט, און מ'וועט אינפארסירן א זעלטענעם שטארקן פארעם. מ'וועט אויסשטאפירן דעם פעלד ארום און ארום, מיט ספעציעל ערצייגטע אנטי ווינטן מיטלען.
מ'וועט בייקומען די ווינטן, מ'וועט זיך נישט לאזן, מ'וועט אזוי שטארק מאכן דעם שאלאכטס, אז די ווינטן וועלן זיך נישט טרויען צו רירן א צווייג, האבן געוויסע דערקלערט מיט א פארריסענעם עזות דקדושה.
מ'האט געכאפט העק מיט גאלדענע דעמאנסטראטישע אותיות איינגעקריצט דערויף,"חדש אסור מן התורה". און דערקלערט קריג קעגן די ווינטן וועלעכע שניידן אן קיין רחמנות, און הייבן זיך נאכאנדיג בלויז צו פרישע היסטארישע שטארקייטן. יא דער אינעווייניג, נישט דער אינעווייניג. א פרוכט זאל דאס זיין, שיין און גרויס.
הצילו!!!
שטייט א נאקעטן איבער 3,000 יעריגן שטאם און זינקט דראסטיש טיף אין דער ערד. ס'איז שוין ביים שוועל פון ווערן באגראבן. זי וויינט מיט יאמערליכע טרערן, בעהט זיך מיט תחנונים, מ'זאל זיך אומקוקן אויף איר. זי שרייט פארוואס זיך אומקוקן אויף אלץ ארום, ווען אויב פארלירט איר מיר, דאן איז אלצדינג ארום, ווערטלאז צו יעדן אפטייטש.
אבער ס'נישטא ווער ס'זאל זיך דערבארמען. די וואס ווילן יא האבן קיין שאוועל.
"ס'וואקסן טויזענטער צווייגן, אבער פארטריקענט ווי שטיין".
"ס'וואקסן ריזיגע בלעטער, אבער שווארץ און פארפוילט".
"ס'וואקסן גיגאנטישע פרוכט, אבער ליידיג פון יעדן טעם."