תבשרינו, איז דאס טאקע די עצה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

תבשרינו, איז דאס טאקע די עצה?

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דעם שבת זענען מיר אלע נתבשר געווארן איבער א בשורה טובה מיט דער גרינדונג פון א נייע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען תבשרינו.
תבשרינו איז געצילט צו לינדערן די שדכנים מאנגל אין די היימישע קרייזן.
זייער עצה איז אז יעדער זאל מקדיש זיין איין שעה א וואך צו רעדן שידוכים.
מיר וואונטשן זיי אלע הצלחה, אבער איך קען נישט די סארט מענטשן וואס וועלן זיך יעצט זעצן אנטראגן שידוכים ווייל אזוי שטייט אויף עפעס א פלאקאט.
די ארגאניזאציע האט נישט גארנישט לעת עתה מער ווי א גימעיל אקאונט, נישט קיין נעמען פון עסקנים, רבנים, גארנישט, אנאנים!
איך האב עטליכע שאלות: אז איך האב מיך געזעצט מיט מיין פרוי די וואך מוצאי שבת אנטראגן שידוכים פאר א שעה, פון ווי זאלט איר דאס וויסן? און וויאזוי קענט איר דאס באגלייטן? פארוואס זאל איינער זיך אנשליסן דערין? און אז איך וויל נאר א האלבע שעה איז אויס?
קצרן של דברים, איך זע נישט וויאזוי אזא סארט קאמפיין האט בכלל די מינדעסטע טשאנס זיך אויסצוארבעטן.
אפשר אויב מ'גיט א ריווארד פאר אלע וואס זענען אנגעשלאסן דערין און פירן טאקע אויס א שידוך, וועט עס טראגן עפעס א ממשות. סתם וויאזוי ס'זעט יעצט אויס איז עס א פורים.
אן ארגאניזאציע קומט נישט צושטאנד פון א פליגבלעטל. א פליגבלעטל טראגט דעם זעלבן ווערד ווי א טאוול אין ביהמ"ד "אסור לדבר בשעת התפלה וקריאת התורה", וואס השומע יונעם ותבוא עליו ברכה, אבער עס איז ווייט נישט קיין סולוציע פאר א פראבלעם, און אודאי נישט צו שאפן א רעוואלוציע אין אן אלט איינגעגעסענם סיסטעם.
און מיט דעם שליסט זיך די אומזיסטע ראט פון מאראנצןזאפט.
זעלבסטצייטיג וויל איך באגריסן די אלע פרישע ניקס וואס וועלן יעצט צוקומען צו פארגלאנצן און פארגלעטן די נייע ארגאניזאציע, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן הקאווע שטיבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר