נושרים, איז עס ערגער היינט ווי אמאל?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

נושרים, איז עס ערגער היינט ווי אמאל?

שליחה דורך בדחן »

מען האט שוין דא זייער אסאך געשריבען געוויינט און געקלאגט איבער דעם שפלות הדור, זעלטען צו זען אינאיינעם אזא גרויסע קבוצה מיט אינגעלייט וואס זאל זיי אזוי וויי טיען צער השכינה וואס קלאגט איבער אירע קינדער וואס בלאנדשענען נעבעך און פירען זיך נישט אויף ערליך רח״ל,

נישט וויסענדיג בשל מי הרע הזאת האט מען שוין - כ״א לפי דרגה דילה - יעדעם איינעם באשולדיגט, ובתוכם עסקנים/רבנים/דיינים/ת״ח/פאליטישענעס/דירות/טיטשערס/חתן מדריכים/כלה מדריכות/ליידגייערעס/הויכע לעבען סטאנדערט/בעלי בתים/גראסעריס/ אלל אף די אבאוו, מען האט שוין געשריבען דערויף אשכולות אויף אלע ערליי אופנים, מיט משלים אן משלים, מיט גראמען אן גראמען, לאנגע פארזעצענוגען קורצע תגובות, כמעט יעדען טאג איז דא א נייע אשכול דערויף,

אבער איין מינוט: איז די מצב טאקע אזוי שלעכט? איז די מצב פערצענטואל ערגער היינט ווי אמאל?

לפי קט שכלי איז רעכט צו זאגען אז מיר שטייען גארנישט ערגער ווי די לעצטע הינדערטער יאר בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה,
עס איז אמת אז דער אלגעמיינער ערליכער בעה״ב/ת״ח/רב/רבי איז היינט אויף א שוואכערע דרגה ווי אמאל, אבער דאס האט שוין משה רבינו פאראויסגעזען ווען השי״ת האט אים געוויזען דור דור ודרשיוו, עס איז בטבע אז יעדע דור איז שוואכער ווי די פאריגע דור.
אבער נושרים זענענן דעמלאטס געווען פערצענטואל אסאך אסאך מער, נאר די פראבלעם היינט צוטאגס איז אז די ארויסגעפאלענע האבן נישט די קוראזש צו גיין ביזען סוף זיי דרייען זיך מיטען אפענעם סעלפאון און טאש 24 שעה כסדר לפתח חטאת רובץ און זיי קלאגען אויפן סיסטעם, אמאל וואלט שוין אזא איינער לאנג ארויס געימען אפן און געזאגט אז ער איז א שגץ און אפגעלאכט פון תורת משה רח״ל, היינט אבער איז א שוואכע דור מען האט מורא פון א טויש און מען האט שוין אנגעמיירעט צוויי דריי קינדער, בלייבט מען אינעווייניג און מען שרייט פון אינסייט אז די מצב טויג נישט.

העי, די מצב איז כמעשה, עס איז דא הערליכע ת״ת און ישיבות און פיינע אינגעלייט, אמת אז איז אמעריקא 2013 און אלעס איז שוואכער און שווערער אבער לפי הזמן והמקום איז אידשקייט שענער ווי סיי ווען, עס איז די נושרים וואס האבן נישט קיין קוראזש צו גיין אפן שרייען זיי אז יעדער איז ווי זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר