[אומצענזורירט] הנודע ביהודה ז"ל על: הזוהר, מקובלים, וחסידים
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

א דרשה פון דעם בעל נודע ביהודה זצ"ל. צענזורירט אין די געדרוקטע דרשות אהבת ציון. דא אויף צו דאונלאודן. און דא אן אפהאנדלונג אין פארום "אוצר החכמה".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
און אין צוגאב צו וואס איך האב שוין געשריבן, מיר האבן מורא צו עפענען דאס מויל איך אין די נושאים.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
די פחד וואס דו באוויינסט, איז דאס וואס גיבט א חשיבות פאר'ן נודע ביהודא צו זאגן מיינונגן אין א זאך וואס איז נישט זיין תחום. און גיבט אים דעם כח צו זאגן זאכן אהן ברענגן ראיות לדבריו. סך הכל זאגט ער אז אלע כוונות געשעהט מאליו און מען דארף נישט אינזין האבן. פון ווי נעמט ער דאס? איז דאס דען נישט מהיפך להיפך ווי דאס וואס דער בעל הזוהר און די מקובלים זאגן? איז דען דאס נישט היפך שכל הפשוט?
אדער אקצעפטירסטו מסורת התורה בכל פרטיה, און דאס געבט די רעכט פאר א תלמיד חכם וגאון צו זאגן מיינונגען אויף כל התחומים. אבער צוזאמן דערמיט איז אין דעם נכלל די אמיתות הזוהר והמקובלים, נישט בדרך הנודע ביהודא. אדער גייסטו מיט דיין אייגענע שכל וואס דאן זעה איך נישט פארוואס די ווערטער פין די נודע ביהודא, וואס איז נישט געווען קיין מקובל, פארנעמט ביי דיר א מקום. you can't have the cake and eat it.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:די פחד וואס דו באוויינסט, איז דאס וואס גיבט א חשיבות פאר'ן נודע ביהודא צו זאגן מיינונגן אין א זאך וואס איז נישט זיין תחום. און גיבט אים דעם כח צו זאגן זאכן אהן ברענגן ראיות לדבריו. סך הכל זאגט ער אז אלע כוונות געשעהט מאליו און מען דארף נישט אינזין האבן. פון ווי נעמט ער דאס? איז דאס דען נישט מהיפך להיפך ווי דאס וואס דער בעל הזוהר און די מקובלים זאגן? איז דען דאס נישט היפך שכל הפשוט?
אדער אקצעפטירסטו מסורת התורה בכל פרטיה, און דאס געבט די רעכט פאר א תלמיד חכם וגאון צו זאגן מיינונגען אויף כל התחומים. אבער צוזאמן דערמיט איז אין דעם נכלל די אמיתות הזוהר והמקובלים, נישט בדרך הנודע ביהודא. אדער גייסטו מיט דיין אייגענע שכל וואס דאן זעה איך נישט פארוואס די ווערטער פין די נודע ביהודא, וואס איז נישט געווען קיין מקובל, פארנעמט ביי דיר א מקום. you can't have the cake and eat it.
דער נודע ביהודה זאגט אז "מסורת התורה בכל פרטיה" איז נישט כולל די ספרי הזוהר און נישט כתבי האריז"ל ושאר המקובלים.
בד"וו דער נודע ביהודה איז יא געווען א מקובל, ער האט געלערנט אין בראד'ער קלויז, און לייען איבער די דרשה וועסטו זעהן וואס ער זאגט אויף זיך אליינס.
ועוד, כדי צו זאגן א מיינונג מוז מען נישט זיין א מקובל. ער מוז נאר וויסן פון וואס ער רעדט און זיין א גדול בתורה וביראה. פון דא קומט דער כח פון דעם נודע ביהודה, און צוליב דעם וויל מען פארשווייגן זיין מיינונג און בעסער נאכגיין אלע מקובלים למיניהם.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
די ווערטער פין דעם נודע ביהודא זענען קילורין לעיניים, לעכטיגע ווערטער, אין לעניית דעתי ריכטיגע השקפת התורה,
אין למעשה רוב חסידים גייען היינט אויך אין דעם דרך, ס'נישטא היינט ביי רוב פין די וואס ריפען זיך חסידים צי דאווענען מיט כוונות אר"י, ס'דא יחידים, אבער יחידים איז דא ביי נישט חסידים אויך,
בקיצור אפילו די מנהיגי החסידות זענען צים סוף אנגעקומען אז דער נודע ביהודה איז גערעכט, זיכער מען זאגט נאך לשם יחוד אבער וויפעל פראצענט ווייסען בכלל וואס זיי זאגען,

איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
חזקיהו, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. ווייל די אמת'ע חסידים זענען געווארן ווייניג און רוב עולם ווייסט נישט וואס קבלה מיינט, מיינט דאס נאכנישט אז דער ציל פון די ערשטע מקובלים איז טאקע דאס געווען.
איך מיין אז ס'איז א דבר פשוט אז דער אר"י ז"ל ותלמידיו האבן יא געשריבן די כוונות כדי עס צו מכוון זיין ביים דאווענען, ווען נישט וואלטן נישט געווען אזויפיל סידורי אריז"ל, ס'איז מיר א חידוש פלא אויפ'ן נודע ביהודא אז ער זאגט אזא זאך נגד שכל הפשוט. איך האב א חשש אז ער זאגט נישט דא פשט אינ'ם אר"י, נאר ער זאגט אז ער איז מחולק מיט אים, ווי ער איז מרמז אביסל אין אנהויב.
א גרויסן יישר כח, ר' ליטוואק פאר'ן צושטעלן דעם אינטערעסאנטן דרשה.

האדם לא נברא אלא להתענג
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך האב פשוט אזוי פארשטאנען, אז ער איז מחולק מיטן אריז"ל בדרך כבוד (...אלקים הסתר דבר). זע אויך יענע שטיקל וואו ער זאגט "ואפילו הי' אמרן הר"י בפיו לא היינו רשאים לשמוע לו בזה..."
און אין אן אנדער שטיקל "אבל המכוין בברוך אתה או בהזכירה איזה שם למדה ידועה, הוא פוגם ונלכד בכפירה, וקוצץ בנטיעות ולא אשא פני איש ואל אדם לא אכנה, אם יהי' מי שיהי' קדמון או אחרון האמת אהוב מן הכל". וועמען מיינט ער?...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דעת תורה האט געשריבן:עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.
זעה דא
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דברים פשוטים לכל בר דעת?? ביטע זאג דאס איבער אין עני ישיבה אדער ביהמ"ד פון די חרד'ישע אידן...
(עצה טובה: אויב דו האסט נאך אומפארהייראטע קינדער, זאג נישט אויס דיין נאמען.)
עס איז אזוי. דא שטייט 2 חלקים, איינס דער פקפוק אין די מסורת דברי הזוהר, 2 דעת הנוב"י איבער מכוין זיין קבלה כוונות. די 2טע נקודה, איז א באקאנטע פון לאנג; שמעתתי' מבדרין בבי' מדרשא, סאיז דא די באקאנטע תשובה פון נודע ביהודה וועגן זאגן לשם יחוד, און יעדער ראצער ווייסט אז "דער הייליגער דברי חיים האט מוראדיג געהאלטן פונעם נודע ביהודה כאטש ער איז דאך געווען אזוי שטארק אין קבלה און ייחודים בעת דער נודע ביהודה האט אזוי שטארק נישט געהאלטן דערפון". בקיצור, נישט די 2טע נקודה איז די נושא. גיי אריין אין שול און דערצייל אז דער נודע ביהודה האט אזוי געהאלטן וועסטו זיין א ידען.
דער עיקר איז די ערשטע נקודה, אויף וואס די משכילים והנלוים אליהם זענען אזוי העפי. דהיינו אז ער שרייבט אז דער זוהר האט דברים שנשתרבבו בתוכו פון אנדערע ולאו מר בר רב אשי חתם עלה. (און גראדע אויף די נקודה האב איך זיך באצויגן אז סאיז דברים פשוטים "לכל בר דעת" דייקא, ווייל דאס איז שוין טאקע נישט אזא דבר מפורסם, אבער כמעט יעדער וואס קען אביסל דעם ענין פונדערנאנט, וועט דערויף מודה זיין. עס איז אפשר נישט קאממאן נאולעזש, און צווישן "עווערעדזש" אינגעלייט אדער בעלי בתים וועט עס זיין אפילו מאדנע און אויער גרילצנדיג, אבער דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויף אסאך אנדערע - תורהדיגע, אידישליכע - ידיעות וואס דער געווענליכער איש מן השורה וואס איז נישט קיין חובב היסטאריע ומדע וועט עס אנקוקן פרעמד.
די זעלבע דארף טאקע געזאגט ווערן אויף אסאך אנדערע נושאים. דא אין קאווע שטיבל איז דיין א.ד. פראז זייער א גוט גייענדיגער, סאיז אבער למעשה נישט אין פלאץ. דריי דיך מיט עטוואס קלוגערע אינגעלייט וואס ווייסן עפעס וואס טוט זיך מיט זיך וועסטו קענען זאגן א גרויס חלק פון דיינע מיינונגען אומגעשטערט. דו קענסט נישט מעסטן א הייקעלער ענין לויט די רעאקציע פון א עווערעזש רבי-ז"ל-נישט-משנה-זיין אינגערמאן. יהיב חכמתא לחכימין ומנדעא ליודעי בינה, ואטו כולי עלמא דינא גמירי?).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:עני פרוף / עווידענס אז דער נודע ביהודה האט טאקע געזאגט די דרשה? איז עס דען געווען געדרוקט אין א מהדורא קמא און שפעטער ארויסגענומען? נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, עס איז דברים די פשוטים לכל בר דעת.
זעה דא
יישר כח, אבער כבין נישט אין די גיסטע פון דורכקוקן דעם גאנצן פי די עף יעצט, וועלכע פעיזש איז עס?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).
דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.
האדם לא נברא אלא להתענג
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אויף מיין שאלה. קען זיין ער האט פארשטאנען אז מתקן זיין מיינט נישט ווי איך האב מיט מיין קינדישע מוח אפגעלערנט, נאר דאס אזוי ווי ווען די מקובלים רעדן פון מתקן זיין די נוק' אז זי זאל ווערן ראוי פאר דעם ז"א וכדומה, וואס דער "תיקון" מיינט א געוויסע בחינה פון עבודה און התעלות וואס די שכינה כביכול באקומט.
איז דאס דער פשוט'ע/אמת'ע פשט פון תיקון העשייה יצירה וכו' ביים דאוונען, אדער איז פשוט פשט אז מיר זענען מתקן אונזערע וועלטעלך במלכות שד-י?
איז דאס דער פשוט'ע/אמת'ע פשט פון תיקון העשייה יצירה וכו' ביים דאוונען, אדער איז פשוט פשט אז מיר זענען מתקן אונזערע וועלטעלך במלכות שד-י?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
בתוך דבריו שרייבט ער אז אויב וואלט דער אר"י הק' געווען א נביא, וואלט ער ווען יא מסכים געווען לדבריו. וצ"ע דמבואר דגם נביא אינו רשאי לחדש דבר מעתה נאר מיט 2 תנאים, איינס א הוראת שעה נישט לדורות, 2טנס אז דינען עבודה זרה קען ער קיינמאל נישט הייסן. לדעתו אז דאס הייסט עבודה זרה, און ווי אויך זענען דאך די דברי הארי א הוראה לדורות, אפילו ער זאל זיין א נביא מוחזק קען עס נישט ארבעטן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אויף מיין שאלה. קען זיין ער האט פארשטאנען אז מתקן זיין מיינט נישט ווי איך האב מיט מיין קינדישע מוח אפגעלערנט, נאר דאס אזוי ווי ווען די מקובלים רעדן פון מתקן זיין די נוק' אז זי זאל ווערן ראוי פאר דעם ז"א וכדומה, וואס דער "תיקון" מיינט א געוויסע בחינה פון עבודה און התעלות וואס די שכינה כביכול באקומט.
איז דאס דער פשוט'ע/אמת'ע פשט פון תיקון העשייה יצירה וכו' ביים דאוונען, אדער איז פשוט פשט אז מיר זענען מתקן אונזערע וועלטעלך במלכות שד-י?
אויב דאס איז דער פראבלעם דאן איז עס הגשמה נישט עבודה זרה, ווייל ס'איז דאך אלעס אינ'ם באשעפער אליין. ומהאי טעמא אינו מובן פארוואס אויב מ'איז נישט מכוון איז יא גוט. אלא מאי מוז זיין כמש"כ אז ער האט פארשטאנען אז די תיקונים זענען אינדרויסן פון גאט, און אויב מ'איז מכוון איז פשט אז מ'רעדט צו זיי אליין כאילו.
האדם לא נברא אלא להתענג
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
@יאיר, ניין ווייל ער פארשטייט אז די עולמות זענען נישט קיין חלק פון ה' אליין.
@דעת תורה, זיי נישט קיין ליטוואק... אויב וואלט דער אר"י געווען א נביא וואלט דער נוב"י אויפגעגעבן - דעטס אלל. אבער היות ער איז קיין נביא נישט געווען, האט ער נישט מורא זיך צו דינגען. דאס איז אויך געוואגטע ווערטער על אף זיי זענען פשוט'ע און קלארע.
אבער אז מ'לייענט זיך אן מיט ספרים און ביכלאך וועלכע שרייבן אז דער אר"י איז כמעט משה רבינו ע"ה, ווערט מען שאקירט ווען מ'הערט דאס.
@דעת תורה, זיי נישט קיין ליטוואק... אויב וואלט דער אר"י געווען א נביא וואלט דער נוב"י אויפגעגעבן - דעטס אלל. אבער היות ער איז קיין נביא נישט געווען, האט ער נישט מורא זיך צו דינגען. דאס איז אויך געוואגטע ווערטער על אף זיי זענען פשוט'ע און קלארע.
אבער אז מ'לייענט זיך אן מיט ספרים און ביכלאך וועלכע שרייבן אז דער אר"י איז כמעט משה רבינו ע"ה, ווערט מען שאקירט ווען מ'הערט דאס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
יאיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).
דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.
איך פארשטיי נישט בקט שכלי ווי דער שיתוף דא איז, די תיקונים זעלבסט זענען נישט א חלק פון כבוד שמו יתברך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
היימישער, ביסט נישט גערעכט. אויב דער ארי וואלט געווען א נביא וואלט דער נוב"י נאכאלס נישט אויפגעגעבן אויב וואלט ער געהאלטן אז דער סארט כוונה איז עבודה זרה. ווידער אלס בר פלוגתא - צו האלטן אנדערש פנעם נודע ביהודה אז עס איז נישט קיין עבודה זרה - קען א טראק דרייווער אויכעט זיין אויב איז ער א בר הכי. לערן אדורך דעם לשון זיינעם ווי ער לאזט זיך פונקטליך אריין און ברענגט מקורות אז א נביא קען מחדש זיין קעגן די פשטי התורה.
ווי קומט אריין דא דער גדלות פונעם אר"י החי, עס האט נישט קיין שום שייכות. האמת אהוב מן הכל וואס א חילוק ווי גרויס דער בעל פלוגתא איז. דערצו נאך אז ער שרייבט בעצם אז דער ארי האט אויך נישט אזוי געהאלטן.
ווי קומט אריין דא דער גדלות פונעם אר"י החי, עס האט נישט קיין שום שייכות. האמת אהוב מן הכל וואס א חילוק ווי גרויס דער בעל פלוגתא איז. דערצו נאך אז ער שרייבט בעצם אז דער ארי האט אויך נישט אזוי געהאלטן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
משה געציל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט אין דעם דרשה, איז וויאזוי הייסט מתקן זיין די עולמות - עבודה זרה בשיתוף? נאכמער, דער נוב"י זאגט כאילו מ'איז מתקן די וועלט "צוזאמען" מיט (די הילף פון) עולם העשיה. אויב איך פארשטיי ריכטיג, איז דער מכוון אז מיר זענען מתקן מיט אונזערע מעשים דעם עולם וואס הייסט עשייה, מיר טוהן דאס אליינס. און מיר דינען נישט דאס, נאר מיט אונזער דינען הקב"ה פאררעכטן מיר די אלע וועלטן (וואט-עווער דעט מיענס).
דער נוב"י האט פארשטאנען אז אויב מ'איז עס מכוון איז עס כאילו מ'זאגט דירעקט אז מ'טוט עס כדאי די עולמות עליונים זאלן מתוקן ווערן, וואס מיינט אז מ'דינט די עולמות עליונים און מלאכים און נאצלים וכל שם וחניכא דאית להו. וואס מיר מוטשעט איז וואס דער נוב"י צולייגט דעם ענין פון ספירות, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס הייסט נישט קיין הגשמה, אויב ווילן מיר אננעמען אחדות הפשוטה כפילוסיפים אלוהיים כלשונו. הגם ס'איז אפשר דא אזא מציאות ווי ספירות אינגאנצן אינדרויסן פון גאט, כאטש איך פארשטיי נישט ווי אזוי ס'ארבעט. אפשר דער נוב"י האט יא פארשטאנען.
איך פארשטיי נישט בקט שכלי ווי דער שיתוף דא איז, די תיקונים זעלבסט זענען נישט א חלק פון כבוד שמו יתברך?
איך קען נישט קיין סך די אתיות אבער קען זיין אז די מחלקה שטעקט אין "צמצום כפשוטו" אדער "צמצום שלא כפשוטו" . וד"ק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ווי עס זעהט אויס איז דער נודע ביהודה אליין נישט געוועהן צו זיכער מיט זיין גאנצע שיטה לגבי קבלה, אפילו אין דער דרשה געטרויט ער זיך נישט צו זאגען אז די גאנצע קבלה איז גארנישט מיט נישט, און מען דארף זיך נישט רעכענען דערמיט, הגם זיינע טענות לגבי די מכוונים איז לגבי די אר"י אליין וואס רח"ו האט געשריבען משמו תכוון תכוון תכוון, און ער האט דאס גוט געוויסט ווייל ער אליין איז געוועהן א שנה ופירש לגבי קבלה.
ממילא זעהט אויס אז דער נודע ביהודה האט פשוט נישט געוואלט ארויסברענגען וואס ער האט באמת געהאלטען, און אויף דעם שטעלט זיך די וויכטיגע פראגע, וואס האט אים געברענט? וואס האט אים צוריק געהאלטען פין זאגען זיין אמת'ע שיטה? איז דער פשט אז ער האט פשוט מורא געהאט אז ווען ער לייקענט אין א גאנצע שטיקעל תורה, קענען די אנדערע כופרים אים נעמען פאר א שותף? אפשר קען מען טראכטען אנדערע טעאריעס.
אלפאנס וואס איך נעם ארויס פין דער גאנצע העכסט אינטרעסאנטע דרשה, אז שוין דעמאלס האט אפילו א גדול אזוי גרויס ווי דער נודע ביהודה געהאלטען אז טוהן וואס שטייט אר"י איז ע"ז, און בכלל די גאנצע קבלה איז נישט ווייט פין ע"ז, און ער האט זיך נישט גענומען דער מוט ארויס צו קומען פאל פלעדזש. ווי אזוי זאגט מען? נשתנו העתים, אבל לא נשתנו הטבעים. כי מה שהיה לעולם יהיה ועם הארץ לעולם עומדת.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).