בלאט 1 פון 1

אמעריקאנע ארמעי מעניואל: אולטרא-ארטאדאקסן זענען עקסטרעמיסטן

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:10 pm
דורך יואליש
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... Qaeda.html

לכאורה מיינען זיי די מתנחלים און כך'ניקעס. אבער זינט די טערמין אולטרא-ארטאדאקסן איז כולל אלע פרידליכע חסידים אין ברוקלין, איז דאס א טעות מיט ווייטע קאנסקווענצן.

בילד

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:12 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, מיר קענען נישט אליינס זיך ארויסזעהן, מיר דארפן דאס הילף פון די ארמיי...

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:56 pm
דורך בן תמליון
ער רעכנט אויס דער ערשטער אווענזשעליקעל קריסטן וואס נעמט אריין רוב אמעריקאנער. דאס זעט נישט אויס א ארגינאלע ארמיי פאפיר.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:57 pm
דורך יואליש
נעמט נישט אריין רוב אמעריקאנער. אבער כ'הער דיין נקודה. מסתם מיינען זיי איז אין די רייען טרעפן זיך עקסטרעמיסטישע עלעמענטן.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 7:54 pm
דורך יאיר
עוואנגעליקעל און קאטוילישע קריסטן זענען עקסטרעמיסטן? קו קלוקס קלען און איסלאמאפאביע זענען א רעליגיע?

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 9:07 pm
דורך געוואלד געשריגן
ס'איז דא א חילוק צווישן ארגאניזירטער רעליגיע און קולטן

און ס'איז גרינגער צו שרייבן איסלאם און נישט א גאנצע ליסטע טעראר גרופעס. כנראה כיזבאלא איז נישט אזוי שלעכט ווי אולטרא-ארטאדאקס.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 11:20 pm
דורך ממרום שלח אש
דורכקוקענדיג די ליסטע איז מיר פארענפערט געווארן פארוואס סהאט זיי געדויערט 11 יאר צו טרעפן בין לאדין.
יענער (איינער פון די אנדעקטע רוסישע שפיאנען אין אמעריקע) האט אמאל געשריבן, "אמעריקע איז ווי א מאכטפולער צוריקגעבליבן קינד" ער ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן, אבער אז דו שטייסט אים פאר די אויגן גענוג לאנג וועסטו כאפן א קאפע אזש דו וועסט זיך טרעפן אין גן עדן העליון.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:עוואנגעליקעל און קאטוילישע קריסטן זענען עקסטרעמיסטן? קו קלוקס קלען און איסלאמאפאביע זענען א רעליגיע?

דאס איז זיכער צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א פסעוודא-אינטעלעקטואל, אן אזוי גערופענער "פראפעסאר", וועלכע זענען געוויינליך גרויסע אנטיסעמיטן אויכעט. איין פאליטישן וועלכער איז באקאנט צו זיין אן אנהענגער פון די סארט אידעאלאגיע און ר'האט צווישן זיינע "חסידים" אזעלכע "פראפעסארן" איז רון פאול. אויך דער נאצי און קעי.קעי. קעי. הויפט דעיוויד דיוק, ימ"ש רופט זיך לעצטנס "דר." און ער ווייזט אויף אויף אן "אינטעליגענטן" אופן אלע אזויגערופענע שלעכטס וואס די יודן האבן אלץ אפגעטון במשך פון דורות.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:07 pm
דורך יאיר
די ארמיי האט עס שוין אראפגענומען און זיך אנטשולדיגט.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:48 am
דורך אביגדור
יא.