בלאט 1 פון 1

ווי אזוי גייען מיר פראווענען 100,000 תגובות?!!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:32 am
דורך [NAMELESS]
100,000!! יא, אזוי ווי איר הערט. אט אט גייט קאווע שטיבעל דערגרייכען צו אזא ריזיגע מספר פון תגובות דרייצען חדשים נאכ'ן זיך עפענען. ווער קען אזוינס גלייבען!!

יעצט האלט די נאמבער ביי 99471, דאס מיינט אז ביז צוויי דריי טעג קימט אהן די גרויסע מיילסטאון.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:44 am
דורך קאווע טרינקער
א בחינה!
10 שאלות וואס די תשובות שטייט ערגעץ אין שטיבל און איז שווער צו טרעפען דורך '' זוך ''. אדער זאל דער זוך אפציע נישט ארבעטען יענע פאר טעג.
דער געווינער, מסתמה זר זהב, וועט באלוינט ווערן

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:38 am
דורך דולה ומשקה
זיבן טויזענט תגובות, אפשר איז דאס א קליין מספר כנגד דער גרויסע נומער פון הונדרעט טויזענט, אבער דאך דער "זיבן טויזענט" תגובות האט צו געברענגט צום גרויסען פייערונג טאג וואס קאווע שטיבל וועט אט אט אפצייכענען אין עטליכע טאג ארום הבאים ומתקרבים. במה דברים אמורים? די איבער זיבן טויזענט טרויעריגע בארימטע לשון הרע ורכילות אפטיילונג הנקרא "צימעס" שם רשעים ירקב, דאס איז מסתמא מיט נאך דריי טויזענט תגובות זיינס גלייכען וואס איז פארזייעט און פארשפרייט אין אנדערע אפטיילונגען אין אשכולות. לדידי, אני כשלעצמי וועט פייערן דעם גרויסען טאג ערשט ווען עס גייט האלטן ביי 112,000 תגובות. אין בין פשוט נישט גורס יענע עטליכע טויזענט תגובות, פונקט ווי א צווייטע אנערקענט נישט אין דער מדינה הציונות.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:07 pm
דורך געפילטע פיש
ווען מ'קוקט אין די אדרעס באר זעט מען אז יעדע תגובה האט א נומבער, דיין תגובה למשל איז 102832, איך וויל וויסן וואו די דריי טויזענט תגובות זענען געגאנגען. איז דאס געמעקטע תגובות? און ווען מ'מאכט א טאטאל אויף די פראנט פעידזש פון אלע תגובות קומט עס אויס 103633. גאו פיגער.

און דולה, האסט פארגעסן פון די 3339 תגובות אין די וועבערמאן סומאטאכע אשכול.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:00 pm
דורך וואלפה
מזל טוב 100,000!!!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:30 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב!
איך האב א געדאנק ווי אזוי צו פראווען די שמחה. איך האב עס שוין געשריבן דא:

שמעקעדיג האט געשריבן:בקרוב וועט מען נעמען א חבורה, חברים און ניקס פון קאווע שטיבל, און מיר וועלן ארומפארן ארום די וועלט באזוכן לייוו די פלעצער.
מיר וועלן צוזאמען שמועסן און פארברענגען, עסן און טרינקען, זינגען און דאנקען גאט, פאר זיינע וואונדערליכע נפלאות הבריאה....
(שמעקעדיג.... Keep dreaming)


אפשר גייען מיר די וואך? די וועטער איז שיין......

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:56 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב , מזל טוב!!
קוים וואס די ריזיגע נאמבער גייט מיר אריין אין קאפ. אזויפיל הערליכע תגובות אז מ'קען משוגע ווערן.

היסטארישע בילד!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 1:32 am
דורך [NAMELESS]
אט אט.....

150,000

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 1:41 am
דורך איינגעמיירעט
אוי ואבוי סכאפט מיר א ציטער
הונדרעט פופציג טויזענט
וויפיל וואלט איך מען געקענט אויפטוהן ווען מנוצט ווען אויס דיע צייט פאר עפעס צודער זאך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:40 am
דורך I'm back
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:41 am
דורך I'm back
איינגעמיירעט האט געשריבן:אוי ואבוי סכאפט מיר א ציטער
הונדרעט פופציג טויזענט
וויפיל וואלט איך מען געקענט אויפטוהן ווען מנוצט ווען אויס דיע צייט פאר עפעס צודער זאך


[tag]איינגעמיירעט[/tag], כאפ זיך צוריק באצייטענס, און וויין נישט ביי 200,000.
נעם זיך פאר נישט אריינצוקומען מער דא אין שטיבל.