סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל

סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה

שליחה דורך בן תמליון »

מיכאל-מייקל וויינער-סעוועדזש וואס האט זיך איינגעשאפן הייסע חסידים ביים היימישן ציבור מיט זיין ווילדן קאנסערוואטיוון פיסק, ביי אונז דא אין שטיבל איז זר זהב באקאנט צו זיין פון זיינע פארברענטע אנהענגער, האט זיך נעכטן אויף זיין ראדיא פראגראם ארויסגעלאזט אין א צולאזטן טיראדא איבער דאס בארבאריזם איבער מציצה בפה. מאדערנע חברה רופן אריין און טשאלנזשן איהם איינער מער סוקסעספול ווי דעם אנדערן. מיט זיין גרויסן מוח ווייזט ער גאנץ אביסל איגנאראנץ איבער די יסודות פון הלכה אבער ער איז בריליאנט און אינטערהאלטנדיק ווי אייביק. איך האב ליב ווי ער שפילט תלמיד חכם מיט דעם קאלער פון עי די על, "ראביי סעוועדזש זאגט מיקראבן טוהען נישט דיסקרימינירן". ער פרעגט איינעם פון די קאלערס וואו אין די תורה ס'שטייט אז מ'דארף מאכן מציצה בפה, האט אים יענער צוריקגעפרעגט וויזוי ער טייטש אפ עין תחת עין, אזוי ווי די תורה אדער ווי דער תלמוד?

אגב דער באריכט אויף וואס ער באציט זיך זאגט אז צוויי קינדער האבן באקומען הערפיס איינער HIV וואס איז נישט אמת נישט קיין HIV.

ס'מורא'דיג, דער סעוועדזש וואס ווייסט גענוג און נאך איבער אלעס און אלעמען זיך איינצורעדן אז ער ווייסט באמת אלעס, פראוועט עם הארצות שאין כדוגמתו און ער רעדט שטותים כדרכו מיט זיין באמבאסטישן שטימע ואס דאס דארף אים כלומרשט געבן די אויבערהאנט.

דא האט איר דעם גאנצן קליפ אן די עדס.

http://www.youtube.com/watch?v=wr0MlnD4bcQ

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר