בלאט 1 פון 2

קופערניקוס: מיין שווערע צייט אריבער, א דאנק קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:51 am
דורך [NAMELESS]
שלום עליכם טייערע אידן,
א לאנג צייט האבן מיר זיך נישט געזעהן, און יעצט בין איך זייער פרייליך צו זיין צוריק, לראות ולהראות.

די שטיק צייט בין איך נישט נעלם געווארן, איך האב געקוקט אבער נישט געזעהן געווארן. איך בין געשטאנען ווי א קילער ביי א רבישע טיש, אזוי געפיקט פון אונטן און נישט אריינגעשטעקט די נאז.
פארוואס בין איך נישט דא געווען געהעריג צום טיש?
קומט עס חלילה פון זלזול צום שטיבל?
חלילה, דאס איז די לעצטע זאך, קאווע איז ביי מיר גאר חשוב און טייער, ממש ווי די מדינה ביים רבין, אדער ווי כאציטאמאדיס ביי זר'ן.
נאר וואס?
די שאור שבעיסה? פוילקייט. חלילה! איך בין פלייסיג און פריש ווי א אלכסנדר בחור דעם ערשטן טאג פון זמן.

נאר וואס?
די פרנסה.
דאס ביטערן עסק פון ברויט אויף הויזן דאס הרגעט מיר. דער בורא עולם איז דאך זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, און שטייטזעך אז קרני ראמים זענען די וואל סטריט מעצענאטן וואס שפילן די גרויסע מארקעט אדער די סאטמאר מוירטל מקווה יונגעלייט וואס פליפן הייזער און ווארפן זיך מיט עי-קעי'ס און רי-פינאנצירן וחוזר חלילה, בין איך פון די ביצי כינים והרי כידוע שנתקטנו הביצים און די כינים עסן חינם. האב איך אזוי א מלאכה בזויה וקטנה.

איך ארבעט נאר אפאר שעה א טאג און איך פארדין גענוג אויף צו לעבן אפאר שעה א טאג. די איבעריגע צייט בין איך א גברא קטילא וואס לעב פון די שיריים פון די לעקעך אין שול.
איי, לכאורה איך אליין האב דאך געשריבן אז איך בין א גרויסער גביר. אה, איר מיינט דאס וואס איך האב געשריבן די ברכה משולשת, דריי אפציעס וואס איך בין: א פעסטער גביר, א אנגעזעענער רב, א יפת תואר.
דאס איז געווען א שקר משולש, ריין שלשול וואס איך האב געשריבן לשם גאווה, א נאקטע פוסטע דל גאה. איי ווי קען מען זיין א בעל גאווה ווען די ביסטו בלויז א ניק, א קליין טיפת דיו, כבר גילה לנו משה געציל רז זה אז די עכטע מענטש איז דער פון קאווע שטיבל, און נישט דער קליינער חלק פון ציבור וואס שפאנט כעדר הרחלים בבתי כנסיות ובתי מדרשות וכינוסי כלל ישראל.

צוריק צום ענין, קיין עושר, רב, יפהפיה, בין איך נישט, נאר א פשוטער פארלירער (הנקרא לאזער, על שמו פון דעם טייערן ידיד וואס לעכצט פאר רויטע פאנטאפעלס)
פרנסה האב איך פון א נארישע מלאכה, אבער לאכט נישט פון מיר, מען דארף טון סיי וואס.
רבי'ס טוען זיך אויך אן די מאדנע בעקישעס פאר פרנסה און דיינים האבן רעגלמעסיגע פלצות אחזתנו'ס לשם פרנסה.

אלזא, מיין מקור חיונה איז פון ארבעטן אין א מצה בעקעריי.
און וואס מיינט איר טוה איך אין די מצה בעקעריי? איך טוה די אקאונטינג? ניין.
בוכהאלטעריי? ניין

אין מצה בעקעריי האט מען נישט אנערקענט מיינע קוואליפיקאציעס און מיין חובת האדם במצה בעקערו איז צו זיין דער עומד על יד השיבער.
וואס טייטשט?
אה, דער שיבער איז א הויכער פערזענליכקייט.
א שיבער איז א הויכער פערזענליכקייט? יא, פארשטייט זיך אז אין שיל איז ער פון די אונטערשטע זיץ, אבער אין בעקעריי איז ער ממש ווי אברהם יעקב פרידמאן אין ווייסן הויז, כמלך בגדוד.
מיין תפקיד איז אים צו ווישן די שווייס אויב חלילה אנטוויקלט זיך אזוינס.

שטיי איך א גאנצן טאג על פתחה של גיהנום, ביים אויווען, וטאטשנטיל שלופה בידו, און אויב אויפן מצח איש זונה זעהט זיך אגלי זיעה, איז מיין תפקיד אים אפצעווישן די מצח.
אויב מאכט זיך אז איך פארנאכלעסיג מיין חובת האדם בעולמו און א טראפל שווייס שלענגלט זיך אראפ (שלענגלט מלשון שלאנג) און איז מחמץ די מצה, איז אחת דתי, מען שארט מיר אריין דארטן ווי מען פלעגט שארן מוסרים בזמן שיד ישראל תקיפה, דארטן אין אויווען אריין ווי מען פלעגט אריינשארן די פארצייטישע נחום ראזנבערגס, אין צייטן ווען מען האט געקענט אנהענגען אויף דעיוויד רענטא אלע חטאות הקהל אן מורא האבן פון שמריה און זיין משיח שקר.
פארמאג איך אלזא א מלאכה בזויה, בין איך אלזא צעקלאפט?
אבער ניין!
איך האב מיין קליינעם טרייפענעם טעלעפאן, און איך האב קאווע שטיבל!

זיץ איך זיך אזוי נעבן די גיהנם, איין אויג אויפן שטערן, טראכטנדיג פיבערהאפטיג ווען די טראפעלע נאסקייט וועט זיך פארשוואנגערן צו א געצייטיגט טראפל, ביז דאן האב איך נאך צייט צו ליינען קאווע שטיבל.
ליין איך זיך אזוי קאווע שטיבל מיט א געשמאק, און איך קוק אויף מיין נוגש אזוי ווי נחבי בן וופסי אין מצרים און איך זאג גענוי ווי די אידן בכל דור אונטער טארקוועמאדא "מיין גוף קענסטו פארשקלאפן, אבער מיין נפש איז פריי!"
ליין איך זיך אזוי קאווע שטיבל און איך שפיר נישט קיין היץ. איך שפיר נישט אראפגעקלאפט, איך האב קאווע שטיבל.

יא, דא בין איך דער אונטערווישער פון שיבער, אבער אין שטיבל בין איך שוה בשוה מיט די חכמי עולם, איך קען זיך אזוי ארומלייקן נישט-מיר-נישט-דיר מיט יידל בכבודו ובעצמו, איך קען קוקן ווי א הין אין בני אדם אין גאונישע שמועסן פון לעיקוואד איבער רלב"ג מיט שעיקספיר... אפס, נע, שעקספיר איז מער ווי מנחם מענדל, די עכטע פאסיגע קאנדידאט פאר נגד רלב"ג איז מייניך דער שייגעץ וואס חכמי אמסטערדאם האבן פאר'יוסל וואלדמאן'ט, נו, ווי הייסט ער? אה, שפינאזא.

איך קוק אזוי אויפן קנעטער, ער האט רעלאטיוו א פיל מער אריסטאקראטישע דזשאב, אבער איך ווייס וועגן רעלאטיוויטי פון פשוט קאמפליצירט, עסקן בדברים און ונבנתה העיר.

איך קוק אויפן וועלגערער, ממש א פריץ לגבי מיר, אבער איך טראכט אזוי, קען ער זיך אישי'ען אזוי מיט יאנקל? קען ער אזוי סאשעלייזן מיט יאיר? נע!

איך קוק זיי אן און טראכט: ווייסט איר צו רב כהנא האט בלויז געהערט, אדער אויך געזעהן? נע, איך האב א פריטי גוד איידיע אבאוט איט!

און נאכמער: איך קוק אן די סטאדע און טראכט צו זיך "חמורים, איר ווייסט ניטאמאל אז לויט בנימין פרענקלין זענט איר ניטאמאל א חלק פון א עקאנאמיע און אין אפריקע וואלט איר געשטארבן ביי דרייסיג אן ציין!"
אין א נויטפאל, קען איך אייביג זיך פארטיפן אין א ווארעם שטיקל ברסלבער און וויסן אז איך בין חשוב!

צו ווייסט איר – קוק איך מיט אזא חא,חא,חא האבן זיך די רויבער צולאכט, ביטול – אויף די רעדלער, אז איך האב א שטיקל געדאנק "ווער עס פירט וויליאמסבורג"
אה, דאס איז קאווע שטיבל צו מיר! א לעבנס רעטער!

און אויב איז עס נישט גענוג, טראכט איך צו מיר, אזוי ווישנדיג דעם שיבער און שמעקנדיג זיין הייסע ריח ניחוח'דיגע בית השחי בטעם כאצימאטידית, איך קען נאך אויסוואקסן אין חזקיהו המלך וסייעתו'ס זייפנבלאז און זיין דארטן א גאנצער אליעזר עפשטיין אדער אלי קעניג!
על כל פנים, יעצט נאך די סעזאן פון די מצה, ווען דער שיבערס טאמאטע פנים ווערט צוריק עטוואס בלאסער, האב איך שוין נישט קיין פרנסה.

זומער וועל איך מערטשעם האבן א דזשאב, א העלפער פארן נאכט-וועכטער אין א קעמפ פאר ספעציעלע קינדער. (פארציילט זיי נישט, אבער פאר תשעה באב וועל איך כאפן נאך אפאר דאלאר ווען איך וועל פארן מיט א היטש צו אפאר קאנטריס ארום צו פארקויפן קינות'ער און (רויטע) סליפערס)
פאר תשרי וועל איך זיין דער אונטער שמש פאר איינער וואס קאנטראלירט א כפרה סייט, דהיינו, איך וועל האלטן די זאגער פאר די שלעגער און שענקען טישו פאפיר פאר די וועמען די כפרה האט צוריקדערלאנגט די עבירות איבערן קלייד (ווישן איז דאך מיין עקספערטיז)
און אזוי, ווינטער בין איך צוריק אין מצה בעקעריי, (שטייטזיך אויב דער עשל במרמה וועט נישט אפשפארן די בעקעריי נאכן טרעפן ווערים און תמונות תועבה אין די אנגערעגנטע מדבר זאמד פון יומא אריזאנא)

מלאכות בזויות?
אבער איך בין א חלק פון קאווע שטיבל!
און די דאנק קומט זיך פאר אייך, מיינע טייערע!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:58 am
דורך לעמיל
קופערניקוס דו דארפסט נישט נעלם ווערען אונז צו מאכען שמייכלען האסט שוין כמעט געכאפט מכות
פון יעצט ביזז די זומער הער נישט אויף צו שרייבען

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:קופערניקוס דו דארפסט נישט נעלם ווערען אונז צו מאכען שמייכלען האסט שוין כמעט געכאפט מכות
פון יעצט ביזז די זומער הער נישט אויף צו שרייבען

פון קאווע טרינקערס מכות האב איך מורא א מכה, ער איז א זיידען קינד, קען נישט הייבן א פינגער אבער א סומאטאכע מיט קאווע טרונקער נעבן דעם אויווען וואלט אוועקגענומען מיין קאנצעטראציע אויפן שיבער'ס מצח, אוי, נאר טראכטן פון דעם מאכט מיר טשילס

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
אה קופערניקוס איז צוריק בתפארתו,
אבער א ווישער איז דיין פאך? איז דאס א חלק פון די שקר משולשת??...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:35 pm
דורך [NAMELESS]
מיין ניקס יעצטיגע פאך ;)
א ניק קען באשאפן די סביבה בהבל פיו

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:39 pm
דורך משה געציל
איך רייב מיך מיינע אויגן!
עני ווישער עוועליבעל קאד איינס?!
קופערניקוס זיסער, ניין! עס האט זיך נישט געלוינט דיין ווישעריי פאר דעם ארטיקל!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:54 pm
דורך גנדי
קופערניקוס דיין שרייבן איז געוואלדיג!

איך שטעל דיר אין מיין ליסטע פון גוטע שרייבערס, גלייך אונטער קטלא קניא. (חוץ אויב די ביסט די זעלבע?)

WE WANT MORE

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:59 pm
דורך בעל הבית
WOW זייער שייו עס האט זיך געלוינט צו ווארטען מיר פייגרען פאר אייך

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:34 pm
דורך בן תמליון
קופערניקעס האסט מזל ביזט צוריק איך האב געהאט אן ערנסטן פלאן צו ארגאניזירן א גענעראלע סטרייק ביז קופערניקעס באווייזט זיך. שוין אפילו געדריקט הכינו צעטליך.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 4:18 pm
דורך [NAMELESS]
גנדי האט געשריבן:קופערניקוס דיין שרייבן איז געוואלדיג!

איך שטעל דיר אין מיין ליסטע פון גוטע שרייבערס, גלייך אונטער קטלא קניא. (חוץ אויב די ביסט די זעלבע?)

WE WANT MORE

יישר כח גנדי, אבער זאג להבדיל צווישן מיר און קטלא, ווי נעמט מען זיינע טאלאנטן?
בעל הבית האט געשריבן:WOW זייער שייו עס האט זיך געלוינט צו ווארטען מיר פייגרען פאר אייך

בעל הבית טייערער, ווילסט פייגערן, בי מיי געסט איך גלייב אין פרידאם אף סואיסייד, אבער בלעים עס נישט אויף מיר.
בן תמליון האט געשריבן:קופערניקעס האסט מזל ביזט צוריק איך האב געהאט אן ערנסטן פלאן צו ארגאניזירן א גענעראלע סטרייק ביז קופערניקעס באווייזט זיך. שוין אפילו געדריקט הכינו צעטליך.

בן תמליון, נאך אלע אויפקלערענישן דא ביסטו נאך נישט גענוג קיל זיך אפצושאקלען פון די הכונו צעטלעך? די זעסט נישט אז דאס האט אונז מוליד געווען די עירמאנט סומאטאטאכע?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
קופער, מה יקר כתובתך ומה נאה תגובתך.
וכמה התגעגענו וחכינו לכבוד מעלתך.
פה שם תמיד חפשנו אולי כבר חזרת בכשרונותך.
עטים ומקלדתות נשברו לדעת מה שלומך.
רב וגדול שמחתנו שלא עזבת אותנו לנאנחות. ותודה לך!

קופער טייערער, מיר האבן אזוי הנאה פון אייער תגובה,
וויל איך דיר אבער בעטן ברחמים ברצון ובתחינה,
פאר איר גייט צו אייער לאך פאר אזא לאנגע שעה,
עס וואלט זייער כדאי געווען אז איר זאלט טראכטן במחשבה,
רבנים ומתנגדיהם, מלמדים און געליטענע, און יעדער איינער אנדערש שרייט בקול חזקה וגדולה:
 
מיר ווילן אייך האבן אויף א רעגולער בעיסעס און נישט ווי א משגיח פון התאחדות אינעם געשעפט

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:28 pm
דורך [NAMELESS]
ממי שאמרו היקר ידידנו רעינו ואהובנו
מה נאים דבריך מים קרים על עייפות נפשנו
יאים הדברים למי שאמרם, יאים לאזנינו ולעינננו

שורות דבריך מלאים מזן אל זן מרחבי תורתנו
אוצרותיך מלאים מילי דחכמתא מכל חכמות עולמנו
מלא ידיעות בהיסטוריה, ובפרקי קורות עמנו
רבים ידיעותיך בחכמת החרוזים, הפיוט, ובעמקי לשוננו
ועל כולם מתיקותך, הפרגון ועין טוב כזר זהב על ראשך, יקירנו!

תודה רבה על היותך כאן להעשיר את שטיבלנו!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:08 pm
דורך געפילטע פיש
הוי קופער קופער טייערער, ווילקאמען ריקווערטס מיין ליבע, קום צוריק, מאך דיך היימיש כבשנים קדמוניות, אזש ס'זאל פארגעסן ווערן אז דו ביסט אוועק פון אונז, ולא נודע כי באו אל קרבנה, אן דיר זעמער אלע צנומות דקות שדופות קדים.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:22 pm
דורך טאמבל סאס
אוי איז דאס געווען א טיף שטיקל. איך האב ווארשיינליך נישט גענוג געלייענט לעצטנס צו פארשטייען אזוי גוט די טיפקייט פון די ווערטלעך. אבער ס'איז פונקט גענוג געווען צו ארויסהאבן די מדריגה (דיוטא?) טיפקייט מיט וועלכען עס איז געשריבן געווארן.
שכוח קופערניקוס. דאס גאנצע צייט בשעת'ן לייענען דעם ארטיקל איז מיר איין געוויסע תלמודישע טערמין ארום געטאנצן אין קאפ. נו, פיר אויס: "לא לחכמים לחם"
און חלילה ווער נישט צעבראכן. די סיבה מוז נישט זיין וויבאלד זיי זענען נישט אומשטאנד צו ברענגען פרנסה. עס קען זייער מעגליך זיין צוליב וואס זיי ווילן נישט.. פאר חכמים איז וויכטיגער די צייט פון טאג צו טוהן אין חכמה. לערנען וויסענשאפט, ווי איידער סתם צו פארפאטשקען אויף געלט וואס וועט סך הכול מערסטנס ברענגען נאך אביסל מאטריעלע תאוות. נו. די ברירה איז אין דיינע הענט.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
פאר די אלע וואס זארגן זיך, און אישי'ען מיר מיט זארג צו איך בין טאקע אזוי ארים: מיין ווייב און קינדער זענען באזארגט ווייל נישט קופערניקוס שפייזט זיי, נאר דער וואס טייפט אפ זיינע מאמרים. און דער מפרנס אליין איז שוין תלוי בידו של הקב"ה וואס קען מפרנס זיין א איד דורך אריינשליידערן א מטבע אנגעפאקטע מאנקי אין זיין פענסטער, והמבין יבין והמסתעף ודו"ק

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:45 pm
דורך נולד מאוחר
איבעא להו, מצות וואס אינמיטן טראכטן 'לשם מצת מצוה' קומט אריין און קאפ קאווע שטיבל מחשבות איז כשר?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:53 pm
דורך יאיר
נולד מאוחר האט געשריבן:איבעא להו, מצות וואס אינמיטן טראכטן 'לשם מצת מצוה' קומט אריין און קאפ קאווע שטיבל מחשבות איז כשר?

מיינסט אודאי צו זאגן, אינמיטן קופערניקעווען אין קאווע שטיבל קומט אריין אין קאפ "לשם מצות מצוה" כבת קול בחורב.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
נו שמעוס אויס ביידע צדדים פונעם בני ישיבה?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:30 pm
דורך גנדי
קופערניקוס האט געשריבן:פאר די אלע וואס זארגן זיך, און אישי'ען מיר מיט זארג צו איך בין טאקע אזוי ארים: מיין ווייב און קינדער זענען באזארגט ווייל נישט קופערניקוס שפייזט זיי, נאר דער וואס טייפט אפ זיינע מאמרים. און דער מפרנס אליין איז שוין תלוי בידו של הקב"ה וואס קען מפרנס זיין א איד דורך אריינשליידערן א מטבע אנגעפאקטע מאנקי אין זיין פענסטער, והמבין יבין והמסתעף ודו"ק


אפשר מאכן מיר א נייע בטחון מאנקי

א STUFFED ANIMAL - עס וועט האבן אן עפענונג און אנגעפילט מיט שוקלוד געלט (פון חנוכה)

מען וועט דאס פארקויפן פאר פסח פאר א סגולה.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:33 pm
דורך ברסלבער
צוליב די אפוועזענהייט פון קופערניקוס פאר א שטיק צייט, האב איך פארגעסן אז זיינע מאמרים טאר מען נישט ליינען ווען מען געפינט זיך צווישן אנדערע, און דאס האט מיר געקאסט אביסל בושות, דער יעניגער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך לאך אזוי, גם זו לטובה.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:26 pm
דורך קאווע טרינקער
דער כוח הפועל בנפעל אין דיינע מצות... מאשין מצות זענען שוין הייליגער

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:41 pm
דורך דענקער
גין-גאלד, קופערניקוס.

ווער קען איבערשרייבן דעם מאמר מיט רעפערענצן?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:36 am
דורך שמאלץ
קופערניקס אייזן :like. איך האב אריינגעטרעטן און קאווע שטיבעל מיט די רעכטע פיס
אזא שטיקעל שמאלץ אראפצולייגען אזש איך שווים ממש אינעם אויל פון די טאפ שמאלץ