בלאט 1 פון 2
טיקעטס קיין אומאן
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:55 pm
דורך זר זהב
כ'זוך צו קויפן א טיקעט קיין אומאן. כ'וויל האבן פאן מיט התעוררת צוזאמען. ווי איז ביליג, וויזוי ערלעדיגט מען אש"ל?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:31 pm
דורך לעמיל
זר קיין אומן??? עפעס שטימט נישט
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:40 pm
דורך זר זהב
יעצט שטימט עס נאך נישט. נאכ'ן קויפן דעם טיקעט וועט עס שטימען
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:42 pm
דורך לעמיל
איך מיין אז דיין רבי פארט נישט אהין
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:43 pm
דורך newkave
ער זאגט אז ער האט נישט קיין רבי.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:44 pm
דורך זר זהב
מיין רבי? מיינסט הרב שכטר? אמת. אבער כ'בין נאך נישט אזוי אויסגעארבעט ווי ער... און ער וואלט אפשר 'פון אמעריקע' יא געפארן.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:47 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:מיין רבי? מיינסט הרב שכטר? אמת. אבער כ'בין נאך נישט אזוי אויסגעארבעט ווי ער... און ער וואלט אפשר 'פון אמעריקע' יא געפארן.
יא אים מיין איך טאקע
און פון ציריך? וואלט ער געפארען?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:54 pm
דורך ונבנתה העיר
380632223030
א עסקן מאנ"ש אין אומאן.
וועגן פאן ווייס איך נישט צו אוקריינא איז די פלאץ אויף דעם.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 1:49 pm
דורך מ גפני
איינער פון די שרייבער דא קען אפשר שרייבן עפעס עצות, טיפס פאר איינעם וואס פארט אי"ה דאס ערשטע מאל קיין אומאן ?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:13 pm
דורך בדחן
פאראיאר בין די ערשטע מאל געווען, עס איז געווען צוגעשטעלט עסן בהכשר העדה החרדית, דאס עסן איז געווען מלא טעם, עס איז געווען זויבער געשמאק, און זיי האבן אפגעטיילט די אמעריקאנער פון די אר״י נחמעניקע״ס, אויב שטעלן זיי דאס היי יאר צו גיי אהין עסן, א בעט קענסטע טרעפן ביי אסאך, דארפסט שאפען א מקווה קארטעל פאר די קליינע אמעריקאנער מקווה,
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:13 pm
דורך יואב
ס'איז דא צוגעשטעלט אש"ל מלא, פלאס א מקווה ביי הרב מערמעלשטיין'ס חבורה. ס'נאר היימישע (?) מענטשן, און ס'קאסט ארום 300 דאללער. ס'זייער שיין צוגעשטעלט, אבער ס'שוין מסתם זייער שפעט.
עסן איז דא לרחצה איבעראל. קודם הרב שיינער פון פארשעי ש'טעלט צו פרעסן ווי ס'פארלאנגט זיך פארן קאפ פונעם יאר. בחינם, און פאר געלט. (פאר געלט אפיציעל צוגעשטעלטע סעודות, כ'ווייס נישט וויאזוי ס'גייט זיין די יאר).
די סאמעט'ס פון קרית יואל האבן אויך א שאטער, דאנען שפורט מען זיך ווי אין קרעטשמע. די ראש השנה ערענסקייט געוויסע היימישע ווילן ארויפצווינגן אויף די אומשולדיגע געמוטער ווערט דארטן היבש פארוואסערט מיט א היימישן טעם.
אויך זענען דא פילע אידן וועלעכע גרילן א מחיה, ס'איז דא צו פרעסן רענדאמלי דארטן. אבער די בעסטע איז ווען מ'באזארגט זיך בעפאר.
אין קלויז דאווענט מען זייער שטייט, און מ'הייבט דארטן אן גאר פרי. אויך איז דארטן אזאנס צוקוועטשט, אזש די קענסט זיך שווערן ווער פון דיינע שכינים איז געוועזן אין שויער, און ווער נישט.
ביי הרב שיק הייבט מען אן שפעט, הרב יואל ראטה דאווענט דארטן פארן עמוד ארומגענומען מיט זיין ארמיי בחורים וועלעכע דינען אלס זיין כאאר. ס'איז זייער שיין, אויך קענסטו טרעפן א בענקל דארט.
די אלגעמיינע מקווה איז שווארץ ווי א קוילן גרוב, און די וואסער קען מען שניידן מיט א מעסער.
דער עולם שויערט זיך א מחיה דארטן, אנדערע זענען מוחה. אויך קען מען זעהן פארשידענע סארטן כתובת קעקע, אלץ אויף ג'מל'עטע לייבער.
געלט און אנדערע ווערדפולע חפצים זאלסטו בשום אופן אריין לייגן אין טאש. ס'קען פשוט פארשווינדן ווערן.
עניוועי, דאס איז ווי מ'זאגט די התעוררות חלק. פאר פאן קענסטו מיר קאנטאקטן פריוואט.
-----
ונבנתה פראבירט צו האקן
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:51 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס, ווער האקט? ביי אנ"ש האט מען
געוואוסט אז רבינו איז געווען דער צענטער פון די נשיאי חב"ד...
--------
אויב איז ער דארט דאס יאהר איז כדאי מיטצוהאלטן סיי וועלכע תפלה מיט רי"מ מארגענשטערן - לא תתחרט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:53 pm
דורך שעפטל
האב איך יעצט געזעהן אין מיין געשעפט, אז אויב קויפסטו דער בליק קענסטו גאר זיין די גליקליכע געווינער פון א טיקעט קיין אומאן.
אין איינע פון די בליקן ליגט אן אויסגעצאלטע בילעט, זר לויף און קויף און ביזסט א זיכערע געווינער
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:55 pm
דורך זר זהב
איך קויף נישט קיין איין מאגאזין קיינמאל
viewtopic.php?p=144512#p144512
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:46 am
דורך ידיד
קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:20 am
דורך שאולדיספריםפאקער
ידיד האט געשריבן:קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.
נא זיי פלאנען צו ווערן חתנים דארט און אומן יעדע נאכט מיט א צווייטע כלה .און דערנאך גיין זאגן די כללי וחוזר חלילה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:05 am
דורך zurich
ידיד האט געשריבן:קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד וועלכע ישיבה דו מיינסט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:03 am
דורך לעיקוואד
(אין ברסלב איז דאס א מסורת בשם ר' נתן אז מ'מעג גיין נאך געלט פאר ברסלב און זאגען הכנסת כלה, דאכציך אין ר' גדליה קעניג'ס ספר איז דא א בירור אויף דעם להלכה. [tag]ברסלבער[/tag] עני אינפארמעישין? )
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:27 am
דורך chosen people
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב איז ער דארט דאס יאהר איז כדאי מיטצוהאלטן סיי וועלכע תפלה מיט רי"מ מארגענשטערן - לא תתחרט.
איך גלייב נישט אז ער גייט טאקע זיין דארט צום סוף, און אויב יא גייט עס זיין די לעצטע יאר ...
עס איז אויכט נישט געמאכט פאר יעדעם, מען דאווענט/זינגט דארט נאן-סטאפ...
אויכט ער אליינס איז אן עכטע זיסע געשמאקע מענטש. אבער עס זענען דא מענטשן דארט וואס קענען נערווירן דארט. און יעדער איינער איז בעה''ב דארט..
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:33 am
דורך ברסלבער
לעיקוואד האט געשריבן:(אין ברסלב איז דאס א מסורת בשם ר' נתן אז מ'מעג גיין נאך געלט פאר ברסלב און זאגען הכנסת כלה, דאכציך אין ר' גדליה קעניג'ס ספר איז דא א בירור אויף דעם להלכה. [tag]ברסלבער[/tag] עני אינפארמעישין? )
איך ווייס נישט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:35 pm
דורך איחוד פעלד
איך פייגער צו וויסען נאך פין די היימישע חבורות אין אומאן. ווער ער איז געוועהן אדער ווייסט מער ביטע שרייבען.
און א גרויסע ייש"כ צו די אלע וואס האבען דערווייל געשריבען.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:42 pm
דורך לאליפאפ
zurich האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:קענסט גיין נאך געלט און זאגן אז די גייסט פאר הכנסת כלה, כבין געוועהן היינט ביי א חתונה זענען 6 בחורים (פון א ברסלבע ישיבה אין וומסב"ג כוועל נישט זאגן קיין נאמען ) איינע נאך די אנדערע ארומגעגאנגען פאר 'הכנסת כלה' וועליך דן זיין לכף זכות מסתם קלערן די בחורים אז מיטן זיין און אומן וועלן זיי שנעלער א חתן ווערן.. כבין נאר נייגעריג אויב מהאט זיי בפירוש געזאגט אז זיי מעגן אזוי טוהן.
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד וועלכע ישיבה דו מיינסט
אהה! דו ביזט פון דעי סארט מענטשן? גוט צו וויסן! (זאג נאר ווער׳טעך געהאלפן אויפסיינען דא?)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 4:31 pm
דורך הערשי
אין גרויסן קלויז איז טאקע עומדין צפופים, אבער ס'איז כדאי צו דאווענען דארט כאטש דאס ערשטע יאר וואס מ'ווערט מקורב לרבינו, כי שם עיקר קיבוץ אנ"ש, כידוע. רעב לייזר איז א מאראקאווער אנע פיטום און וועט מסתמא נישט זיין היי יאר. ס'איז צום האפן אז זיינע כוליגאנעס וועלן זיך אויך זוכן א צווייטן ארט און ס'וועט זיין כי עתה הרחיב לנו ביים ווינקל מזרחית צפונית. חוץ ליל התקדש ביים לעצטן מנחה פון יאר ווען מ'שטייט ממש ווי אינעם רבי'נס בית מדרש אויף בעדפארד ביי די הושענות, קען מען זיך יא צו ערגעץ דערשטופן. הגם אויף צו זיצן ברויך מען צוכאפן חזקות אויפן טעראסע.
ראש השנה אין אומאן פאנגט זיך אן ביי זכור ברית וואו די אל הוראת לנו'ס און דער שמע קולנו ווערן געזאגט מיט א ספעציעל נעימות. אונזערע לייט פירן זיך צו פאסטן ביז חצות, און כחצות היום גייט מען צום ציון זאגן תיקון הכללי. כדאי נישט צו פארפאסן.
אין אומאן פירט מען זיך כמנהג ירושלים, כולל נשיאת כפים, הגבה לפני קריאת התורה, און פארשטייט זיך ווייסע קאפטענעס אויף ר"ה. אסאך חוץ לארץ'דיגע גייען אין קיטלן. אויב איר גלייכט צו פארן לייכט, לאזט אייער בעקיטשע אינדערהיים. שבת קען מען אויך גיין א קיטל. מ'קען אפילו גייען א זאק איבערן קאפ. ס'איז דאך עפעס אומאן! די וועטעראן רייזענדע גייען מיט א רוסישע קוטשמע במקום שטריימל.
די ברסלב'ער נוסח איז אייגענארטיג, פיל מיט געגועים און השתוקקות. ס'גרילצט אפשר פון אנפאנג, אבער ס'איז אן "אקווייערט טעיסט", ווי וויין און הארטע קעזן. גאר ספעציעל איז אשרי העם נאך די תקיעות, חמול, און המברך את עמו ישראל, וואס איר ברויכט צו קענען נאר אויפצואווייזן איר זענט טאקע געווען אין אומאן.
תשליך איז א ספעקטעקאל בפני עצמו. ס'איז אקעי צו שרייען "אוי!" בקולי קולות ווען אימער איר שפירט עס פאר נויטיג. מ'קען אויך טאנצן, כאפן א קדיש, אדער זאגן תיקון הכללי. באמת, תיקון הכללי איז ס'געפאסט צו יעדער צייט און פלאץ.
נאך תשליך צוטיילט זיך דער עולם אגודות אגודות און מ'לערנט פאר ליקוטי מהור"ן תקעו בחודש שופר.
דער רבי האט געזאגט, "זיין אין אומאן און נישט זיין אין סאפיע" בתמיה. ר"ה איז נישט אלעמאל דא צייט, אבער היי יאר איז דאך דא א שבת שובה. דאס איז איינע פון די נסים וואס מ'זעט אין אומאן. ס'קאסט איינטריט געלט, אבער דאך איז סאפיע פארק פיל מיט אידן שבת נאכן טשולענט. מ'קען זיך אריינכאפן דרך גגות וקרפיפות, כמנהג חסידים ואנשי מעשה. מ'דארף זיך אבער היטן די ביינער, ווייל די אוקריינער אנטיסעמיטן שטייען על המשמר אין די וועלדער ארום די פארק און שמייסן די אריינדרינגער מיט נאגייקעס. בכלל, דעם דריטן טאג יום טוב קריכט שוין דאס יונגווארג ארויס פון די הויט און ס'איז אלעמאל די עקשאן, בתקווה נישט קיין שפיכת דמים.
פאר טעיסטער'ס טשויס קאווע אין ווייסע האט קאפס גייט צו רעב שמשון'ס בית מדרש אויף די טולסטוי גאס. דארטן זינגען די זילבערנע עטרות אדם יסודו מעפר מיט רבי'ן זי"ע'ס קנייטשן. אויף שבת צו סיפורי מעשיות וועט דארטן זיין צוגעשטעלט א קידושא רבא בטעם אמרקאי מיט מאטיאש, קישקע, און סטראפקאוו. ס'אזא טבע אז מ'בענקט זיך נאך די היימישע משוגעת'ן נאך אפאר טעג אין דער פרעמד.
איינקויפן נעמירוב ברוינפן אין גאז סטאנציעס, נישט אין לופטפעלד.
צום גדליה פאסט יא, פאסט נישט. מאכט נישט אויס. דער עיקר מ'איז געווען ביים רבי'ן.