בלאט 1 פון 1

אשכולות וואס האבן די ווארט "והמסתעף" אין די טעמע, והמסתעף...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 5:50 pm
דורך געפילטע פיש
לעצטענס שפראצט ארויס יעדען טאג חדשים לבקרים נאך אפאר אשכולות וואס נוצן די ווארט והמסתעף אין זייער טעמע, איך פארשטיי אז איר ווילט נוצן פענסי ווערטער, ס'האט א שיינע קלינג צו דעם, והמסתעף, אבער ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז והמסתעף! איך האב געטראכט עס צו לייגן דא, אבער כ'האב געקלערט אז ס'פארדינט אן עקסטערן אשכול והמסתעף.
רבותי! זייטס קריעטיוו, קומט אויף מיט עפעס ניי, און קייט נישט איבער די זעלבע זאצן והמסתעף יעדען טאג נאכאמאל! מעג מען בעטן אזוי פיל?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:20 pm
דורך ידען
וואס איז מיט סאמאטוכע?

די זעלבע זאך?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 6:34 pm
דורך געפילטע פיש
דאס האב איך געמיינט מיט די המסתעף.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:00 pm
דורך מ גפני
די מאכסט אן א סאמאטוכע פון די מסתעף'ס

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:26 pm
דורך געפילטע פיש
דעטס די פוינט!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:31 pm
דורך משה געציל
פארפאלען געפילטע! א גוטע זאך האט מען ליב און מען ווערט נישט נמאס דערפון! איך האב דעם ניסן אריינגעריקט לכאורה מער געפילטע פון תגובות וואס דו האסט געשריבן!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
געווענליך די והמסתעף אינפעסטירטע תגובות פארמאגן אויך מערערע וד"לס הנודעים לשמצה

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:17 pm
דורך ברוין
מ'דארף ארויסקומען מיט א קול קורא ווערסיע 2.0 אדער ווי די עפל פענס וועלן עס רופן 1S און צולייגן צו די אלטע ק"ק פון וד"ל אז דאס גייט אויך אריין אין די גדר און עס איז חל די זעלבע איסור

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:48 pm
דורך איחוד פעלד
איך פארשטיי נישט וואס איז דער מסתעף פין דער מסתעף?
ועוד, איינער פין די פאר אשכולות וואס איך האב געעפענט פארמאגען א "והמסתעף" בנוגע ר' חיים האלפערין, און דער מסתעף דארט גייט ארויף אויף אלע אנדערע ענינים און מענטשען וואס ווערען באשולדיגט און באשולדיגען אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:07 am
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:48 am
דורך איך אויך
איחודל, לכאורה מיינט דער המסתעף די אנדערע ווערטער וואס זענען געפאנישט צו שטיין אין די קארנער פאר אומבאשטימטע צייט, א שטייגער ווי וד"ל, ווער עס פארשטייט פארשטייט, אכמ"ל, ביי אינז, והמסתעף.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 7:54 pm
דורך זר זהב
אסאך האבן זיך געשראקן. איך האב געעפענט א אשכול מיט "והמסטעף" מיט א טי"ת, קאך-לעפל האט געעפענט אן אשכול "והמתעף" אנעם סמ"ך...

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 2:17 pm
דורך איזהו חכם
איך בין דא ניי

אבער ווען איך זע די לאנגע ליסטע פון ענייני מסתעף והמסתעף פארשטיי איך אז ס׳איז א ביסל
מוגזם, און אויך נישט יעדעס מאל פאסיג, ס׳פעלט זיך אויס נאך ווערטער

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
המסתעף איז די קאד ווארט אויף די חלק ה'צימעס, וואס גייט זעכער ערגעץ אריין פאלן אינעם אשכול.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:28 pm
דורך שמעקעדיג
ויצא העגל הזה
viewtopic.php?f=10&t=3425