בלאט 1 פון 1

צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 11:47 pm
דורך זר זהב
דער עולם קויפט צוזאם צייטונגען און אנדערע סארט לייען מאטריאל פאר פסח, יעדע צייטונג דיקער פונעם צווייטן, יעדער מאגאזין מיט מער ביי-לאגעס פונעם צווייטן. זאל דער עולם דא אראפלייגן וואס סיז אינטערעסאנט, וועלכער צייטונג איז גוט בא'חומר'ט און וועלכער איז דזשאסט עמפטי קאלאריעס ווי מ'רופט עס.

"די צייטונג" האט א בילד אויפ די פראנט זייט פון ניקלשורגע רבי רב יונגרייז ווי ער פירט א כמו סדר מיט קליינע קינדער, איז ער א מלמד תשב"ר ?

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:23 am
דורך אלדד
אידיש, עברית אדער ענגליש?

לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען, די היימישע צייטונגען קאנסידערן זייערע לעזער ווי נישט אינטעליגענטע, און פראדעצירן שוואכערע סחורה. אויף עברית איז דא א ריזיגע אויסווייל, זייער אסך היימישע און אינטערעסאנטע לייען מאטריאל, ווי אויך אויף ענגליש איז דא גאנץ אסך וואס צו ליינען...

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:32 am
דורך אבי גערעדט
אלע איזראלי אויסגאבעס אינטער איין דאך
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... id=2952578

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:58 am
דורך זר זהב
אויף דעם זאגט מען דאך 'ווי מער טרייף אלץ מער אינטערעסאנט איז עס'. נו וואס קען מען טון ? כ'זעה אבער אז ס'יא דא אפאר אינטערעסאנטע אינטערוויוען אינעם איד.

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:14 pm
דורך מיין מיינונג
אלדד איז גערעכט. אין די עברית'ישע מאגאזינען איז דא אין יעדעס עקסטער גענוג צו ליינען אויף אגאנץ יו"ט. זיי לייגן אריין אין דעם קאפ און מוח חדשים לאנג. אויף די אידישע צייטונגען געוואונטשן.

שוין איינגעהאנדלט דעם משפחה נעכטן נאכט, דער מוסף מיוחד איז איבער אידן אין אמעריקע. (א טאפיק וואס איז לכאורה מער אינטערעסאנט פאר די בני ארץ ישראל ווי די בני חו"ל).

לויט ווי איך הער גייט דער בקהילה איבערשטייגן דעם יו"ט אלע אירע קאמפעטישענס. העמער זען.

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:18 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:"די צייטונג" האט א בילד אויפ די פראנט זייט פון ניקלשורגע רבי רב יונגרייז ווי ער פירט א כמו סדר מיט קליינע קינדער, איז ער א מלמד תשב"ר ?

יא.

שוין יארן.

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:12 am
דורך הדד בן בדד
ווייסט איינער ווי מען קען באקומען דעם ארץ ישראל'דיגן משפחה דא אין אמעריקא?

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:18 am
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מען קען באקומען דעם ארץ ישראל'דיגן משפחה דא אין אמעריקא?

אין בארא פארק האב איך עס געזעהן אין אלע געשעפטן.

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:24 am
דורך גדעון
אלדד האט געשריבן:לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען

די שייגעץ טעראריסט! ווי ווייגסטו דיך, דער שטערן איז דאך איבערמעכטיג גוט!

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:12 am
דורך געפילטע פיש

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:13 am
דורך randy_couture
גדעון האט געשריבן:
אלדד האט געשריבן:לדעתי איז אויף די אידישע מארקעט כמעט נישטא וואס צו ליינען

די שייגעץ טעראריסט! ווי ווייגסטו דיך, דער שטערן איז דאך איבערמעכטיג גוט!


גדעון צוויי זאכן

1) פארדריי נישט די שמועס
2) ער האט געשריבן ״כמעט״ ווייל סאיז דא דריי ״שטערן״ ״שפאקטיוו״ ״מעלות״

דרך אגב וואס איז דא אינטערסאנט אויף ענגליש?

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:44 am
דורך זר זהב
שפאקטיוו איז אויך אינטערעסאנט? ס'נישט אזוי פאפולער מייניך.

אין ענגליש איז דא אסאך צו לייענן , משפחה, זמן, בינה. דער ענגלישער יתד נאמן איז זייער א רייכער צייטונג, טאקע נישט די שענסטע גרעפיקס און ס'נישט אזוי אויגן פארכאפנד דער גאנצער אויסשטעל, אבער סיז זייער תוכנדיג. דיסקלעימער, איך קויף נשט קיין איינס פון די אויבן-דערמאנטע.

Re: צייטונגען/מאגאזינען לכ' פסח תשע"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 5:49 am
דורך ידען
שפאקטיוו איז כמעט די זעלבע ווי די שטערן. די איינציגע חילוק איז אז דער שטערן האט מער ארטיקלען און ס׳איז פול קאלאר.