בלאט 1 פון 1

קרית בעלזא לעיקוואד

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:31 pm
דורך town1
אזויווי עס הערשט א מאנגל אין דירות האבן די געטרייע עסקנים פון ק"ק בעלזא באשלאסן צו עפענן א נייע ישוב אין די עיר התורה לעיקוואד, די סיבה פארוואס דווקא לעיקוואד, איז ווייל לעיקוואד איז די שנעלסטע וואקסינדער חרידישער ישוב ווי עס קומען אלץ אהין נייע תושבים סיי אידן וואס האבן דארט חתונה, און סיי אידן וואס מופן אהין, אין עס איז שוין דא דארט אסאך היימשע חסידישע בתי מדרשים, די פרייזן פאר די דירות אין קרי' וועט זיין זייער ביליג, אין לויטן ערשטן פאזע גייט מען בויען דארט 200 דירות, אין די בעלזא רבי שליט"א האט גענומען א ספעציעלן שטיין אין ארויפגעלייגט צעמענט פאר א אבן היסוד, וואס דאס גייט מען לייגן ביים נייעם בעלזא ביהמ"ד אין די קרי",

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
אן א שטיין מיט צעמענט פונעם אייגענטימער פון די שענסטע הויז אין ירושלים והגלילות, קען מען זיך נישט באזעצן אין די גרויסע אידישע שטאט לעיקוואד? וואס איז די דיבוק פון חסידים זיך צו נאריש מאכן, אז אפאר בעלזא יונגעלייט טרעפן א גוטע דיעל און גייען ארויס פון די קליינע לעכלעך אין בארא פארק איז נישט גענוג סיבה צו גיין קיין לעיקוואד? און אז לעיקוואד וועט ווערן ענג וועט ר' מלכיאל קאטלער מוזן אנשמירן א ציגל און שיקן מיט אפאר יונגעלייט וואס מופן קיין היילענד פארק?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:25 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד, וואס איז די לייק........ מען רעדט דא פון א שטאט אין נוא דזשורזי בכלל נישט וועגן דיר, נישט אלעס דרייט זיך ארום דיר במחילת כבודך.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:32 pm
דורך לעיקוואד
סאיז ווייל די ליטווישע טענה'ן אז מדארף עס ספעלן ''לייק''-וואד''. ושמא קגרים.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:33 pm
דורך שמאלץ
בעלזא גייט בשיטות חב"ד, חב"ד צושפרייט זיך איבערייל אלטס "ויפוצו" און בעלזא צושפרייט זיך אלטס מקיים צו זיין די צוזאג " בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה ויר"ש "
א גיטע אויסרייד ביליג דירות

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:47 pm
דורך איך זאג דיר
איך האלט אז די אנדערע בעלזא זאל אויך בויען א קרי' אין לעיקוואוד, אלס "קנאת סופרים תרבה חכמה", און אויך כדי "להגדיל תורה ולהאדירה"

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:23 pm
דורך בעל הבית
די אנדרע בעלזא פלאנט צו בויען א קריֹ אין די שטאט בעלזא גאליצע ווייל זיי זענען די אכטע בעלזא הישן

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:43 pm
דורך היימישער ליטוואק
לייקווד קען שוין זאגן גוד-באי. זי וועט גיין אין די פוס-טריט פון איר עלטערע שוועסטער "מונסי". ר' מלכיאל קען שוין אנהייבן צו זיכן א נייע בנין פאר בי.עם.ג'י. און א חדר פאר זיינע אייניקלעך, אנלעסס זיי ווילן לערנען אין א חסיד'ישע ישיבה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
קופערניקוס האט געשריבן:לעיקוואד, וואס איז די לייק........ מען רעדט דא פון א שטאט אין נוא דזשורזי בכלל נישט וועגן דיר, נישט אלעס דרייט זיך ארום דיר במחילת כבודך.

קופערניקוס. ס'גייט זיך אי"ה בקרוב אויפמאכן א קאצקער שטיבל (כ'ווייס נאכנישט וואו). מ'זוכט א ראש. ער דארף האבן געוויסע קוואליפיקאציעס. איינס פון זיי איז...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:24 pm
דורך בעל הבית
א ספאדיק ?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
בעל הבית האט געשריבן:א ספאדיק ?

א ספאדיק אליין איז נישט קיין רבותא. טיילן שיריים אויכעט נישט. אריינפליקן א חסיד וואס קומט צום רבי'ן, כנוסח קאצק.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 1:39 pm
דורך בעל הבית
נא אויב אזוי לאמיר עם שון מכתיר זיין, די הייליגע כ"ק אדמו"ר מקופערניקוס.קאצק שליט"א .

אפשר וואלט געווען כדי עם צופרעגן אויב ער איז מסכים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:12 pm
דורך שמעקעדיג
ניין, מ'פרעגט נישט, א שאלה איז טרייף, דער רעבע איז דאך אן עניו אויך, ער האלט אז ער פארדינט נישט קיין לייקס.
נאר לעצטע חוה"מ איז ער געפארן מיט א קאר האט מען אים מעניש געווען מן השמים אז בע"כ מוז ער ווערן רבי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:56 pm
דורך בעל הבית
גענעגען!!! מען דארף מאכן א אסיפה העסקנים . עס וועט לכאורה פארקומען אין די ארמרי(חוץ אויב די ארונים וועלן שון עס אפקויפן) אין די הכתרה וועט זיין אין סיטי פילד , פרוטים יבוא

נ.ב. איך דארף די נומבער פין ארי פרענקל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ניין, מ'פרעגט נישט, א שאלה איז טרייף, דער רעבע איז דאך אן עניו אויך, ער האלט אז ער פארדינט נישט קיין לייקס.
נאר לעצטע חוה"מ איז ער געפארן מיט א קאר האט מען אים מעניש געווען מן השמים אז בע"כ מוז ער ווערן רבי.

אויף אונז אלע געזאגט אזעלכע עונשים. פאר א באנוס. נאך א עונש א גוט שטיקל (הייסע) פאטעיטא קוגל.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 4:00 am
דורך טעפל
דער גרויסער עניו קופערניקוס הייבט עס אהן צו שמעקען נישט אזוי קופער??
בנוגע דעם שטעטעל בעלזא און אזוי אויך אנדערע חסידותער האבן שוין פראבירט אפאר פלעצער און קיין איינס איז נישט געלונגען דעס זעהט אויס די ערשטע זאך וואס הייבט אהן צו געלונגען, כ'האב געהערט אז א שיינע פאר אידן האבן זיך שוין איינגעשריבן (און באצאלט) אויף א דירה מיט מוסדות, העימר זעהן ווייטער וואס וועט זיין.