קלוגשאפט!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:39 pm
איך וואונדער מיך אפט מאל וואס איך וואלט אויסגעוועלט ווען גאט גיט מיר ווען די ברירה אויסצווועהלן צווישן עושר, חכמה, און אריכות ימים. ווען איך בין א קינד געווען און געלייענט די געשיכטע פון שלמה המלך ווי דער אויבערשטער האט אים אין חלום געגיבן דעם אויסוואהל זיך אויסצוקלייבן צווישן די פריער דערמאנטע זאכן האב איך תיכף געטראכט פון אריכות ימים. מיך איז אפנים זייער שווער געווען, ציוואס ער האט געבעטן חכמה. וואס הייסט? דאס לעבן איז דאך אזוי גוט. פארוואס האט ער נישט ליבערשט געקליבן אריכות ימים. מ'קען לעבן לאנג. האבן א באנטש אייניקלעך און זיין די עלטסטע זיידע אין טאון. אבער היינט צוטאגס טראכט איך מיר א שאד איך בין נישט געלעגן אין שלמה'ס בעט. נאכמער, עס וואונדערט מיר גאר, וואס די שאלה איז בכלל געווען דא. ממילא אריכות ימים איז אפשר נאך דא א דערהער. אבער עשירות געגן חכמה??
נאך א שאלה וואס איז מיר אצינד נאכאלץ שווער. וואס איז די אויפטוה אז וויבאלד וואס שלמה האט געבעטן חכמה, דערפאר האט אים גאט געגיבן אלעס.. אז מ'טראכט אריין. אמת'דיג גערעדט. א מענטש וואס האט באמת חכמה האט שוין אויטאמאטיש אלעס. קודם האט ער שכל וויאזוי צו היטן אויף זיין געזונט און פארבעסערן זיין לעבנס ערווארטונג, וואס בדרך הטבע איז דאס די מיטל וויאזוי זיך צו פארזיכערן מיט אריכות ימים. און נאכדעם אז גאט זאגט אים צו חכמה, איז דאך עס אוודאי חכמה אין אלע גבולים. נו אויב אזוי, אזא חכם, קען זיך לייכט א עצה געבן וויאזוי צו לייזן א גרינגן דאלאר, און זיך פארזיכערן מיט א אנגעשטאפטן מאטראץ. נו מילא, וועסטו דאך אוודאי זאגן. 'העי, טראצדעם וואס ביי עשירות קען מען נאך טאקע זאגן אז לפי אונזערע אויגן, קוקט עס אויס טבע.. איז דאך אבער אריכות ימים יא מער געוואנדן אין הימלישע פירונג. און דא גיט דאך אים גאט א מעגליכקייט אויסצוקלייבן זיכערע אריכות ימים?! איז אבער נאכאלעם נאך אלץ א קלוגערע שריט מצד שלמה אויסציוועהלן חכמה, וויבאלד דורך חכמה האט ער "נאטורליכערהייט" די אנדערע צוויי אויך. משא"כ אויב נעמט ער אריכות ימים, האט ער טאקע זיכערע אריכות ימים גאט-גאראנטירט. אבער נישט חכמה און נישט עשירות. און סתם אזוי, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי ס'פיהלט זיך א לעבן אהן חכמה. נ
אבער באמת ווי מער איך לעב, אלץ מער קום איך צו צום מסקנא אז ס'איז בעצם פונקט פארקערט. ווי מער חכמה מ'האט אלץ ווייניגער איז דער שאנס אויף אריכות ימים און עשירות. עשירות דארף איך ענק נישט מסביר זיין. כאפט א בליק ארום אייך, און אפשר אויך אויף אייך אליין. און אריכות ימים אויך. מען פארלאנגט מער פון די וועלט. די ערווארטונגען זענען הויך. צופרידנהייט איז נידריג. מען זוכט נאכאנאנד פרישע זאכן מיט וואס זיך צו באשעפטיגן. מען זעהט אסאך די חסרונות אין זאכן. חברותא איז א קלענערע צירקל. גייסטישע קראנקהייטן זאגן זיי איז אפטמאל ליקנ'ד צו הויך איי קיו. א"נ. אבער נאך אלע זאכן, ביי די ענד אף די דעי. וויל מען נאך אלץ זיין קלוג. איך ווייס נישט איבער אייך, אבער לאמיך רעדן פון מיר. איך האב א אויסטערלישע דראנג און אבסעשן צו זיין קלוג, צו ווערן קלוגער, וויסן, פארשטיין, און געדענקען אלעס. אלץ געהאט! און ווי עלטער איך ווער אלץ שטערקער ווערט די אבסעשן. און ווען א יך זעה איין געוויסע פעלדער אין וואס איך צייכן זיך נישט אויס, ווער איך גאר אראפגעקלאפט. איך וועל אלעס טוהן אויף די וועלט צו ווערן קלוגער... איך דארף נישט קיין געלט. (אריכות ימים יא! איך וויל פשוט צייט איינצונעמען די גאנצע אינטערנעט) איך דארף נישט כבוד, באלד דארף איך שוין אפ' נישט קיין פאמיליע. אויב אין דעם וואלט זיך געוואנדן מיין עבילעטי צו ווערן קלוגער. נאך מער שטעכט מיר איינצוזען אז מ'קען נישט ווערן קלוגער. ד.ה. מ'קען נישט ארויפרוקן איי קיו. מ'קען נאר אויסשארפן בעסער די חושים, און פארבעסערן עקספיריענס. פארשטייט זיך חזר'ן אויך. (ווי מיין מלמד פלעג גריזשען) עכ"פ. איך בין ממש אבסעסד מיט חכמה. ווען איך טרעף מיך מיט מענטשן וועל איך די ערשטע זאך אים באטראכטן און זיך פרעגן. "וואס מיינסטו? וויפיל איי קיו פארמאגט דער מענטש?" וואס קען ער אלץ, אין תחום פון אינטעליגענץ ?.. און וועל איך וועל באגעגענען א דזשיניעס. א קלוגע מענטש, וועל איך מיך פאסמאקעווען יעדע מינוט מיט אים. (פארשטייט זיך אויב איז ער גענוג פריינדליך)
און הער אויס, איך האלט נישט אז ס'איז א חסרון אין מיר. ווייל אז דו וועסט מיר פרעגן, יא! חכמה איז די יסוד פון א מענטש. ווי מער חכמה, אלץ מער נוצן האט די וועלט פון אים. און אלץ מער נוצן האט ער פון די וועלט, אויב ווייסט ער נאר וויאזוי אויסצונוצן זיין חכמה, (און זיך נישט לאזן פירן פון אנדערע, וואס צווינגען אים צו לעבן לויט וויאזוי זייער (קלענערע) חכמה דיקטירט. אמת, פאר קלוגע מענטשן איז גאר שווער צו לעבן א לעבן וואס א צווייטער האט אויספלאנירט פאר זיי. אדער סיי וועלכע לעבן וואס עמיצער אנדערש האט אויסגעטראטן פאר אים. ער מוז אליין אנערקענען אז די לעבן אין וועלכן ער לעבט מאכט אים צופרידן. און ווען עס גייט דורך א קורצע צייט און ער טרעפט זיך ווידער אומצופרידן, וועט ער צומאל קענען ווידער מאכן דראסטישע טוישונגען כדי ער זאל נאכאמאל זיך טרעפן גענוג ביזי, און שפירן גענוג סיפוק אין חיות אז ס'זאל אים באפרידיגן זיין איצטיגן לעבנסשטייגער. פארשטענדליך אז אין רעזולטאט פון אט אזא הנהגה, ליידן נאר זיינע ארומיגע, ווייל זיי למשל קענען יא לעבן א לענגערע צייט מיט איין און די זעלבע פארעם, "וואס נישט דוקא זיי האבן זיך אויסגעשטעלט" און קען אפ' זיין אין אזא פאל קוקט מען דעם קלוגער אן ווי א "איבערגעקלוגטער" און אויסגעשפיגענער פון זיין געווענליכע ארום צוליב זיין מאדנע פירונג, אבער דאס איז בי די ענד אף די דעי. דער רעצעפט אין לעבן וואס געט סיפוק פאר דעם קלוגן. דער שטיקל איז סתם אריינגעקומען בדך אגב צוליב דעם אפטן פענאמען אז גאר קלוגע פאלן ארויס פון סאסייעטי. דאס איז נישט די סיבה דערפאר, נאר א פסיכילאגישע הרגשה פון דעם באטראפענעם.)
ווי אויך האלט איך אז טראץ אלע מעגליכע דעפרעשנס און דיסארדערס וואס חכמה קען אנווערטשאפן איז עס נאכאלץ דאס בעסטע מתנה וואס א מענטש קען זיך וואונטשן אויף די וועלט. חכמה איז דאס וואס ברענגט ווילן און דערנאך מעגליכקייט און עווענטועל קענטעניס צו וויסענשאפט. וויסענשאפט איז דער יסוד אויף וואס די עקזיסטענץ פון די וועלט איז געבויעט. אין יעדן תחום פון ציוויליזאציע. נישט נאר איז חכמה די גרעסטע טובה וואס דער אינדיווידועל ברענגט פארן כלל, נאר אויך איז חכמה די גרעסטע בענעפיט פארן אינדיווידועל פערזענליך. אויב באקומט ער א גוטע עדיוקעישן אין די יוגנט. וועט ער דעם חכמה אליין אויסנוצן צו פארבעסערן זיין עטיק צו אנדערע מענטשן. ער וועט אליין איינזען און פארשטיין געזעלשאפט-כללים וויאזוי א מענטש דארף זיך פירן צום צווייטן. דאס קלוגשאפט וועט אים העלפן נעמען א לעהרע פון יעדע פאסירונג און איבערגאנג וואס וועט פארביי גיין אויף אים אין זיין לעבן. און דאס וועט אים בלויז בויען. ווידעראום ביי נארישע מענטשן וועט יעדע קלאפ און טראגעדיע נאר צעקלאפן און דערדרוקן.
א קלוגער וועט פון יעדע זאך ארויסנעמען די קלוגע מוסר השכל און דערמיט זיך באוואפענען ווי א וואקסין צו קענען בייקומען ווייטערדיגע שווערערע שטערונגען אין לעבן. אזוי אויך וועט א קלוגער זיך האלטן כסדר ביזי און פרייליך ווען ער גייט אדורך א שוועריגקייט. א קלוגער קען זיך אין אלגעמיין בעסער טרעפן חבירים און פארעהרער ווי א דורכשניטליכער מאן. און אזוי אויך קען ער זיך לייכטער אן עצה געבן ווען ער קומט אן אין א נייער פלאץ. א קלוגער וואס וויל דאס לעבן זאל זיין גוט צו אים, וועט זען צו באהאנדלען גוט זיינע נאנטע פריינט און פאמיליע. א קלוגער וועט אייביג זיין גרייט צו לערנען פון אנדערע. (אזוי לאנג ווי יענער קריכט אים נישט אריין אין בוזעם טאש צו קאנטראלירן דאס לעבן) בעסער געזאגט "הערן פון אנדערע" ווי זאגט נאר יענער: עצות זאלסטו נעמען פון יעדעם. טוהן זאלסטו וואס דו האלטסט איז די בעסטע". א קלוגער וועט זיך נישט פארלירן דארט ווי מען דארף מאכן א געשיקטע אבער ראציאנאלע באשלוס. אין קורצע ווערטער. א קלוגער וועט מיטן שכל פון מח, באהערשן זיינע געפיהלן פון הארץ וואס טוען אפטמאל פארראטן דעם מענטש אין צייט פון נויט. א קלוגער וועט זוכן צו מאכן די ריכטיגע בחירה אין ארדער צו פארבעסערן זיין לעבן אויף די וועלט. און צום לעצט, א קלוגער איז א וועגווייזער פאר אנדערע אים נאכצופאלגן אין גיין אין זיינע פיסטריט.
און קלוגשאפט איז אן עבירה צו לאזן ראסטעוון. אויב שפירט עמיצער אז ער שטייט אביסל העכער ווי די חבירים וואס ער טרעפט יעדן טאג אין ביהמ"ד. מיין נישט אז ס'איז א דמיון. ס'קען זיין אמת. פאטשקע נישט דיין צייט, און גיי טוה עפעס אויף מיט דיין חכמה. זע אין וואספארא פעלד דו קענסט מצליח זיין און זיך ארויף בויען. און דארט זאלסטו קובע מקום זיין און עפעס אויפטוהן. ווייל אזויפיהל איז זיכער. חכמה וואס מ'נוצט נישט. ראסטעוועט און דזשאווערט. ווי מער דו וועסט שארפן אלץ מער עפעקטיוו איז ער. און דאס נוצן די חכמה, דאס געט די מערסטע סאטיספאקציע פאר א מענטש. איך האב לעצטנס געזאגט עמיצן אז איך וואלט אויסגעגאנגען צו ווערן געבוירן מיט א מח פון א פיזיקער אדער מעטאמעטישן. פרעגט ער מיר "פארוואס? ווייל דו וויסט זיין א סייענטיסט? אדער דו ווילסט האבן דעם כבוד און פרעסטיזש פון א סייענטיסט. איך האב מיך אפגעשטעלט פאר א רגע און קודם נישט פארשטאנען וואס ער מיינט... אבער ער האט געפרעגט זייער א שכל'דיגע שאלה. און כ'האב מיך אויף אן אמת געשטעלט אויף א פארהער. אבער ניין. ווען איך לייען אדער וואטש א קליפ פון סייענס. בייאלאגיע, פיזיק, אדער לינגוויסטיק און איך פארשטיי עס נישט באדערט עס מיר באמת. אפטמאל טראכט איך, הלוואי וואלט איך געגאנגען אין קאלידזש און געהעריג שטודירט א געוויסע פעלד. איך קוק מיך ארום און איך קען באמת נישט טרעפן איין זאך וואס געט מיר ריכטיגע סיפוק.. סיידן זיצן אויף די אינטערנעט און לייענען שעות נאכאנאד. אבער ס'שטעכט מיר. פארוואס נאר דאס.. פארוואס נישט נאך. איך האב געמאכט א אייקיו טעסט (איך וויל נישט זאגן די רעזולטאט ברבים) און ס'האט מיר געשטאכן. פארוואס נישט מער?.. איך האב אנגעהויבן סוירטשן אויף די אינטערנעט אויב איז דא געוויסע דיסארדערס אדער דיזיזעס וואס קענען מאכן קלוגער. אבער אהן הצלחה. איין זאך האב איך געטראפן LLI ווי עמיצער האט אראפגעלייגט א געוויסע פארם דערפון אין גאר העלע קאלירן. כ'האב געטראכט מיט צער פאר א וויילע "פארוואס האב איך עס נישט?". אבער ווייטער דאס איז אויך נישט א דיסארדער וואס מ'באקומט שפעטער אין לעבן. לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א זאך וואס מ'ווערט געבוירן דערמיט און מ'ווערט שפעטער דיאגנאזט דערויף נאך געוויסע סימפאטמען אין די יוגנט.
http://samantics.net/2010/05/03/low-latent-inhibition/ ס'איז גארנישט אזוי פשוט. דאס אויפכאפן די אלע זייטיגע קלייניגקייטן זענען שרעקליך נערווירנד און שטערן אמאל די עיקר צענטער פון קאנצערטראציע. אבער ס'קוקט פונדעסטוועגן אויס ווערטפול.
נו איין זאך וואס איך קען כאטש יא טוהן! דאס איז לייענען, לייענען און ווידער לייענען.