בלאט 1 פון 1

קידנעפינג אין קרית יואל

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:23 pm
דורך ברעט מענינג
עפעס איז היינט פארגעגאנגען אין קרית יואל מיט א גוי וואס האט אפגעשניטען פיאות פון א בחור נאכן עים אריין שלעפן אין זיין קאר!!
אויב איינער האט עפעס דיטעיל'ס ווערט מכובד עס צי עס אפדעיטען פארן ציבור. שכח

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:19 am
דורך וואלפה
גירסא א': חברה שומרים אין קרית יואל אינאיינעם מיט די סטעיט פאליציי האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך א ווייסער קאר וואס האט אריינגעכאפט א בחור'ל ביי ניקלעשבורג און מאונטן ראוד ווען ער האט געווארט אויף א 'היטש'.
דער קאר איז געווען אקופירט דורך צוויי נישט אידישע פאברעכער וועלכע האבן אראפגעשניטן די פיאות פון דעם בחור און אוועקגענומען זיינע חפצים.
נאך א קורצע געראנגעל האט דער בחור באוויזן זיך צו באפרייען פון די קאר.
דער אינצידענט ווערט אצינד אויסגעפארשט, חברה שומרים אינאיינעם מיט די עלטערן אין דער בחור געפונען זיך אין פאליציי סטאנציע, וואו די דעטאלן ווערן איבערגעגעבן.

איכא דאמרי: אז די בחור איז געווארן א באם, אין זיך אפגעשניטן די פאות, אין אויפגעמאכט די אויבן-דערמאנטע מעשה פאר זיינע עלטערן.

במערבא אמרי: אז די איכא דאמרי האבען אויפגעטראכט אפאר ליידיגייערס וואס זענען נעבעך מקנאה דעם אפגעשויערנע בחור אז ער האט נישט קיין פיאות און ער איז נאך א צדיק, און זיי יעדע האר וואס זיי פליקן זענען זיי שקצים.

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 11:35 am
דורך פרענטש וואנילע
די מעשה האט נישט קיין המשך?

נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:00 pm
דורך טאמבל סאס
אוודאי האט עס. הער אויס,
פאליציי האט מען געזאגט, אז דעם בחור פעלט עפעס, מ'וועט עס שוין ארלעדיגן אין די קאמיוניטי
דעם בחור האט מען צאמגעפראסקעט, אין בעסטן סינעריאו אנגעווארנט אז ער וועט נישט טרעפן קיין שידוך.
איכא דאמרי: מ'האט דעם בחור געקויפט א סעלפאון, צוגעשטעלט "חברותא'ס" מיט ציגארעטלעך, און אנגעפאנגען לאזן לייענען די שטערן.

במערבא אמרי: דער בחור האט אויפגעמאכט אז עמיצער האט אים מאלעסטעד, און מ'זעט דערצו אז 'ס'זאל נאכאמאל נישט פאסירן'

די המשך דארף מען נאך אבער, באשטעטיגן.