יא מיר קענען!
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
יא מיר קענען!
מיר שטייען שוין ביים שוועל פון אייר, ניסן איז אט אט א פארגאנגענהייט. די בחורי חמד פארלאזן שוין צוביסלעך די בתי כנסיות, די ליפט ווערט שוין רוהיגער. די כולל אינגעלייט וואס ענדרוידם אומנתם פאנגן שוין אן צוריק אריינצשווימען אין זייער מלאכת שמים. דאס לעבן פאנגט אן צוריק צו גיין צו איר נארמאלן רוטין.
אזוי מיט א האלבן בליק אויף צוריק, פראביר איך מיר אביסל פארשרייבן מיין ספר הזכרונות וויאזוי דער ניסן איז א דורך. עס קומט מיר אויס אזוי צווישן מיינע שורות, אז דאס אנגענומענע מיינונג אז מיר חסידים זענען אומגעבילדעטע אינגאטשעס, אפריקאנע דזשאנגל'ערס, מיר פארמאגן נישט קיין שום מינאמאלע קוואליפיקאציעס, איז לכאורה דאס בליט בילבול פונעם מאדערענעם עפאכע.
בחורים וואס אויסערליך דארפן זיי נישט צו וויסן גארנישט פינעם וועלט, אזוי לויטעט דאך די טעראיע; אחוץ כאפן א הייס שטיקל קיגעל ביים רבי'נס טיש זענען זיי א באנדע פארגרעבטע אומערצויגענע חיות. וואס ווען וואו! א הוילער שקר! איך אליינטס האב מיט מיינע צוויי אויגן און אויערן לעכער אויפגעפאסט א רייע העכסט שטוינענדע פעיהגקייטן, אריינגערעכענט: פראפעסינאלע שטריימעל אגענטורן, געלונגענע דעבאטירער, שטייער פרייע אימפאטירער, סעלפאן טעכניקער, מקוה נייעס רעפארטער, וכו' וכו' .
נעמט אפיר דעם בית רחל תלמידה, איר ווייסט וואספארא טאלאנט עס געפינט זיך אין איר? איר מיינט אוודאי אז איך רעד פון די פסח'דיגע לאקשן אדער פאלטשע פיש. האו עבאט איינגעזייטע בוריקעס? און וואס איז מיט די האניג צוקערלעך?
א פשוט'ער כולל אינגערמאן וואס אויסערליך קוקט אויס אז זיין דיפלאמא באשטייט לכאורה פון זיין אויסערגעווענדליכע טאלאנט פין שיך פיצן און נעגל שניידן ערש"ק. איר מיינט אוודאי אז דא ענדיגט זיך עס, אזוי איז דאך אנגענומען פאר א פשטות, לאו דוקא אין דער אלגעמיינער גאס, אפילו אין די אידישע וועלט. א פייג! ווער וואלט גע'חלומ'ט אז דער טאטערל האט הענט ווי א ערפארענער פאכמאן? פון א הארט שטיקל פלעסטיק אזוי פאכמאניש פראדעצירן א קאנטער טאפ?! מיט א נאר'יש שטיקל צוזאמגעדרייטע זילבער פאפיר אזוי געניט דעקארירן דאס קיך?!
נעמט אזא קופערניקוס, איר זענט דאך אוודאי ברור כשמש אז ער האט עפעס א אפגעריסענעם דזשאב ביי גאגעל אדער עפל. איך וויל אייך נישט וויי טוהן, אבער היות קופערניקוס האט שוין געבראכן די נייעס וועל איך זיך טרויען עס צו איבערדערציילן, שששש אטעמעט אריין טיף... אטעמעט ארויס... נעמט א בענקל... זעצט אייך אוועק... רעדי? בעליוו איט אר נאט; קופערניקוס דינט אלטס דער סאמער הויפט ווישערשאפטלר אין די פרעזטישפולער מצה מאניפעקטשערינג קאפאראציע! איך בעט דיר קופערניקוס בתחנונים, פליז! קום מיר נישט דרייען א קאפ אז דו ביסט א שטודירטער, ביסט געגאנגען אין קאלידזש זיך לערנען דעם פאך!
פארפאלען! פלאצן זאלען אלע שווארץ קיקער! מיר חסידים דערלענען זיך די פאכן מיט א שנעלק אינעם נאז, א רזיעאל המלאך אינטערן קישן, א לעכטעלע פאר רבי' ר' מענדעלע, און געגאנגען! מיר האבן די פאך אין די האנט, נאך בעסער פון דער הויכשולער סטודענטקער!
די פאזיטיווע חלקים ווערט נישט געקאווערט דורך די מידיא. זיי זענען נאר דא אונז אראפצורייסן. ווען איך קען ווען איבערצייגן יוסי געשטענער אראפצוברענגען אפאר פון זיינע קאלעגע רעפארטער אום חודש ניסן זיך אביסל אומצוקוקען אויף די חרד'ישע לעבנס שטייגער, בין איך ברור כשמש אז דאס פארנעמט דעם קומענדיגען טאג א פראנט פעידזש אין די טיימס, און א העדליין אויף פאקס! אפשר טאקע איז בעסער אז זיי ווייסן טאקע נישט וואס גייט פאר. זאלן זיי זיך לעבן אין זייער פאנטאזיע אז מיר קענען נישט, און אונז צוריה לאזן. באלד וועלן זיי נאך דערגיין דער סוד אז אונזער חכמה נעמט זיך פון אביסל אנגעזמאלטע אייר רעגן וואס מען באשמירט דאס שטערן, צו וואס פעלט דאס אויס?! ענדערשט זאל געשטענער ווייטער זיין פארנומען מיט זיין ארגענעזאציע און זיך לאזן פאטעגראפירן מיט שפילמאן און פרידמאן.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:YOU MADE MY DAY!
עשית לי את היום!
האסטו געמאכט מיין טאג!משה געציל האט געשריבן: קופערניקוס דינט אלטס דער סאמער הויפט ווישערשאפטלר אין די פרעזטישפולער מצה מאניפעקטשערינג קאפאראציע!
איך האלט קלאר אז עס איז א מצוה דאס מפרסם צו זיין! וראו כל עמי הארץ אז מיר קענען!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
משה געציל!
I love you
איך ציטער, קופערניקוס איז אן קיין דזאב יעצט, מ'באקט דאך נישט קיין מצות איצטער. ער דרייט זיך ליידיג, אדער ער באשפריצט די בלומען לכבוד דעם ערווארטענדע שבועות?
איך פיל ארויס פון פלאץ, ווער פאר א גוט יאר איז שוין דער "פרידמאן" וואס קופערניקוס לאזט נישט אויס שבחו שלא בפניו המאירים?
ער איז טאקע אזוי גרויס ווי "הרב" פריילעך אדער סתם א שוויצער ווי רעי קעלי און דזעק לאו?

Under influence
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
נאדיר קאווע, קופערניקוס ווי עס שיינט גלייכט זיינע לאקן.