בלאט 1 פון 1

גיטין ביים היימישען ציבור

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:07 pm
דורך קינות גירושין
סאיז געווען די לעצטע 3 חדשים בערך 40 גיטין ביים היימישען עולם,נאך קיינמאל נישט געווען אזא נומבער
Wake up and smell the coffey

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:35 pm
דורך שמעקעדיג
וועלכע קאווע? פון קאווע שטיבל?
אפשר איז עס גאר א טובה, אז מען וועט זיך נישט לאזן פירן ביי די נאז א גאנץ לעבן, נאר אז מען זעהט מ'איז אריינגעפאלן, פעקלט מען זיך ארויס און מען זוכט עפעס מער פאסיג?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:00 pm
דורך היימישער ליטוואק
אפשר זאלן מען מאכן אפאר נייע שידוכים?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:03 pm
דורך diff
In which beth din does it pay to invest / Buy stocks

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:09 pm
דורך קינות גירושין
diff האט געשריבן:In which beth din does it pay to invest / Buy stocks

איך רעכן געלט פאר קאנסאלטינג,
טיפ: איך מיין אז דער גלאנטער איז א גרויסע שפילער

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:11 pm
דורך טאמבל סאס
אפשר עפן אויף א אנדערע אשכול.
"וויפיל גט'ן האלט איר זענען א רעזולטאט פון קאווע שטיבל?"

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:12 pm
דורך פויער
איך מיין די לעצטע פאר חדשים איז געווען א רעקארד ברעיקינג פון יודישע חתונות אויך...

איך מיין אז ס'איז הא תליא בהא.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:14 pm
דורך קינות גירושין
טאמבל סאס האט געשריבן:אפשר עפן אויף א אנדערע אשכול.
"וויפיל גט'ן האלט איר זענען א רעזולטאט פון קאווע שטיבל?"

איך ווייס פאר א פאקט אויף עטליכע שרייבערס דא, וואס ליידען זיך אן אינדערהיים, און קומען זיך דא אויסגעבן, און גייען זיך אהיים רואיג

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:18 pm
דורך טאמבל סאס
נו איז לפי דבריך עפן א אשכול פארקערט.
"וויפיל גירושין האלט איר זענען פארמיטן געווארן צוליב קאווע שטיבל"

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm
דורך שמאלץ
ווענט זיך וועמען מען פרעגט:
ר' מנשה פיליפ: די מענער פארלאנגען "פינקע" קליידער.
ר' זלמן לייב: אלטס עונש פון טראגען אינם עירוב, ( ווי עס קומט אריין ווייס איך פינקט ווי דור, אבער די שאלה איז מיר אייביג שווער).
וכו' וכו'
מיין מיינונג איז אז אינטערנעט. אבער נישט ממש ווייל מען פאלט אין רוחניות,( דאס לאז איך די רבנים זאגען)
נאר אלטס גשמיות, מען ווערט פשוט נארמאלער.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm
דורך אבי גערעדט
שמעקעדיג האט געשריבן:וועלכע קאווע? פון קאווע שטיבל?
אפשר איז עס גאר א טובה, אז מען וועט זיך נישט לאזן פירן ביי די נאז א גאנץ לעבן, נאר אז מען זעהט מ'איז אריינגעפאלן, פעקלט מען זיך ארויס און מען זוכט עפעס מער פאסיג?


כ'שמעקעדיג, אולי ואולי וועלן זיך די עלטערן דערלערנען צו זיכן וואס דאס קינד דארף באמת.

עס איז שוין אמאל ערווענט געווארן דא, אז ביי די עלטערע קאפלס איז טאקע דא ווינציגער גיטין אבער פיל פיל צעהאקטע צושלאגענע פארפעלקער.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:46 pm
דורך קינות גירושין
כשמאלץ: מען ווערט פשוט נארמאלער
וכדברי טאמבל סאס: אז ק״ש איז מונע גיטין
וכדברי היימישע ליטוואק: מזאל מאכען נייע שידוכום
די פראבלעם: די פרויען קומען נישט דא! איז אזוי,די נארמאלע מאדערן פרויען ווילען מיך נישט, די לעפט בעק חאסידישע פרויען מיט די סימס וויל איך נישט...
עצה: קאווע שטיבעל זאל עפענען א עזרת נשים!
(איך ווייס פון עטליכע פרויען וואס ליינען דא,זיי פילען נישט באקוועם צו שרייבען)
טיפ, זיי זאלען יא מעגן שרייבען אין ענגליש  

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
דו ווילסט א פרוי וואס שרייבט ענגליש? רח"ל.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:אפשר עפן אויף א אנדערע אשכול.
"וויפיל גט'ן האלט איר זענען א רעזולטאט פון קאווע שטיבל?"

איך ווייס פאר א פאקט אויף עטליכע שרייבערס דא, וואס ליידען זיך אן אינדערהיים, און קומען זיך דא אויסגעבן, און גייען זיך אהיים רואיג

אבער פון דעם וועלן די בתי דין, וועלכע זענען מסדר גיטין נישט מאכן קיין לעבן.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:37 pm
דורך דבילה
מציאה מצאתי.

לויט דעם תנא קמא דא איז אלעס נאר א תוצאה פון פראבלעמען אין שלאף צימער... קען זיין אז אמאליגע צייטן איז דער עולם געווען מער באוואוסענד וואס טוט זיך אויף דער וועלט איז געווען ווייניגער גיטין, אבער לעצטענס מיט די גרויסע הצלחה וואס מיר האבן געזען פון כינוס כלל ישראל און ענליכע שארפע שריט און שטערקערע מיטלען אנטקעגן די וואס קוקן ארויס פון זייערע ד' אמות ווערט ליידער די פראבלעם פון גיטין אויך פיל ערגער.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:46 pm
דורך חזקיהו המלך
איך טראכט אז חאטשיג ס'אמת אז נישט יעדער איז געמאכט פאר יעדעם אין אמאל איז בעסער זיך צי גט'ן ווי נישט, איז אבער אויך מייניך אמת אז למעשה איז אלץ דא פארשידעארטיגקייטען צווישען צוויי מענטשען אין לכאורה איז ווייניג מערידזשעס ממש הונדערט פראצענט איינער פאר'ן צווייטען, ממילא לכאורה ווען מענטשען קענען ווייניגער פארנעמען ווערט מער גיטין,

ס'הייסט אזוי זיכער טאמער ס'נישט קיין שידוך אין מען בלייבט ציזאמען איז א פראבלעם, אבער דאס אז ס'ווערט א כוואליע פין גיטין ווייזט מער אז מענטשען פארנעמען ווייניגער ווי אז מענטשען זענען קלוגער געווארען,