בלאט 1 פון 4
עליונים ששו ותחתונים עלזו
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:40 pm
דורך אביגדור
אינטרעסאנט. זעה לינק.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:10 pm
דורך נולד מאוחר
אויפגעקלערט מינימאם. יעצט פרעג מיך נישט די פונקטליכע דעפענישאן אויף אויפגעקלערט.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:30 pm
דורך ברסלבער
איך קלער אז אזוי ווי אין די קאטעגאריע "איד" איז דא טויזנטער אדער מיליאנען סארטן, אזוי אויך אין די קאטעגאריע "קאווע שטיבל באנוצער" איז אויך דא צענדליגע אדער הונדערטע סארטן, לא הרי זה כהרי זה אבער הצד השווה שבהן איז געווענטליך איינער וואס האט ליב צו טראכטן אביסל מער און ווייטער ווי ער האט מקבל געווען פון פריער, און ווען ער וועט אויסלופטערן זיינע מחשבות אינעם עכטן קאווע שטיבל, וועט ער טאקע פארשריגן ווערן אלץ "אזא און אזא" וואס טראכט מער וויפיל ערלויבט, וואס דאס איז פון די חמורות שבחמורות (מלאפום אדער חולם) אינעם היינטיגן אידישקייט סיסטעם, ממילא קומט ער אהער זיך אביסל אויסבלאזן.
די קשיא איז נאר אויף געוויסע אנדערע פארום'ס, וואס דארט מעג מען טאקע נאר רעדן וואס מען רעדט אינעם געהעריגן קאווע שטיבל, צו וואס דארפן זיי אזוי מורא האבן משום גילוי?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm
דורך טאמבל סאס
עקשעלי ווי מ'זאגט אין אמעריקע. דיין דריטע לאור זה סיבה איז בעצם די זעלבע זאך ווי נומער איינס. היינו הך.
צווייטנס האסט פאר א מינוט געקלערט אז עפעס א אנדערע ריזן קען אריינקומען אין בילד?
יעצט, דיין צווייטע סיבה פארשטיי איך נאך נישט קלאר, איך אליין בין אפטמאל צומישט דערין. דאס שרייבן פון א מענטש ווייזט מער אויף זיין אינערליכע קוואליטעט ווי זיין אויסקוק דאס איז יעדער מודה. און נאר א נאר וועט קלאסיפיצירן א מענטש שלעכט לויט זיין אויסקוק, דארט ווי זיינע שריפט ווייזט קלאר אויף פארשטאנד און קוואליטי. און פאר אזעלכע מענטשן קימערט זיך מילא נישט א בעל שכל וויאזוי זיי נעמען אן זיינע זאכן אדער וואספארא ליעבל זיי סטיקן ארויף אויף אים.
יעצט, ממה נפשך, אז א מענטש שרייבט בעסער ווי וואספארא איינדרוק ער מאכט, אדרבה, ברענגט עס אים נאר כבוד, ווען מ'ווייסט ווער ער איז. קומט אויס אז ווען נישט דער פראבלעם פון "העי מ'האט דיך געפאקט שרייבן אויף קאווע, ווער ווייסט וואספארא פייגעלעך דרייען זיך ביי אים אין קאפ" - וואלט ער נאר בעניפיטירט פון דעם, חוץ אויב איז ער באמת א בורח מן הכבוד. ווידעראום אויב זענען זיינע תגובות נישט גוט, דארף ער נישט מורא האבן אויף וואספארא איינדרוק זיין פערזענליכקייט וועט מאכן. ס'איז פשוט נישט מעלה ומוריד. קיינער פרעגט אים נישט.(און אויב איז זיין פאזיציע אדער געשטאלט טאקע אזוי סופער גוט, זאל ער טאקע זאגן ווער ער איז. אפשר האט ער נאך א שאנס..)
וועסטו אוודאי זאגן, אז ער אליין האלט דאך אז זיינע תגובות זענען סאליד ראק.
הממ. ער קען עס גרינג געוואר ווערן. אויב זעט ער אז צופיהל מענטשן ווילן וויסן צו ער שרייבט, קען ער אננעמען אז ס'האט א רושם.
לכן פיר אויס. מוז זיין איינס.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:30 pm
דורך אויס מענטש
מיר איז שווער די זעלבע קשיא, איך האב עס שוין געפרעגט עטליכע דא אין אישי,
עפעס אזא מכה פון ולא נודע כי באו אל קאווע שטיבל.
אין א זייטיגע נאטיפיקאציע, מיט עטליכע שרייבערס דא, וואלט איך מיר געשעמט צו זאגן אז איך דריי מיר דא.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:35 pm
דורך אביגדור
אהא.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:38 pm
דורך שמעקעדיג
אין איין ווארט? א משכיל.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:41 pm
דורך אויס מענטש
בני קל חיל האט געשריבן:
נע ! כהאב נישט געמיינט די אפיקורסים, כ'האב געמיינט בגשמיות, בהמות, ווי למשל ...שוין, איך וויל נישט איבערדרייען דעם מקום...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:27 pm
דורך הקטן
אפשר ווי איינער וואס האט אסאך עקטער צייט איבערן טאג? just asking (מיט דען ווערט אויך פארענפערט ברעסלבער קשיא)
אדער אפשר ווי איינער וואס פילט זיך ווי ער "באלאנגט" צי עפעס א אינטער ערדישע קאלט
אדער ווי איינער וואס פאר אלע פראבלעמען פינעם יחיד אדער ציבור טיט ער בלעמען "די סיסטעם"
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:34 pm
דורך אביגדור
א שאלה.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:35 pm
דורך אביגדור
אהא.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:11 pm
דורך יאיר
שמעקעדיג האט געשריבן:אין איין ווארט? א משכיל.
אויב א קאווע שטיבל ליינער איז א משכיל מוז זיין אז אידישקייט שטייט היינט אויף גאר א הויכע שטאפל.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:17 pm
דורך petergrifin
.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:19 pm
דורך [NAMELESS]
איז דען דא א "מין איד" וואס איז א קאווע שטיבעל ליינער. איך מיין אז דא איז דא 850 מעמבער'ס און צען טויזענט דעות... און דאס איז די שיינקייט פון אינזער שטיבעל!!
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:09 pm
דורך יואליש
קאמינג סאאן:
ביים ערשטן קינד האט ער זיך משדך געווען בעלבעטיש, איין טאכטער אביסעל רביש, מיט די איבעריגע האט ער אלע געטוהן "קאווע שטיבעל" מחותנים.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:11 pm
דורך משה געציל
וואס ווילסטו יואליש? ער איז דאך אליינטס אזא סארט קאווע שטיבל איד.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:12 pm
דורך יואליש
משה געציל האט געשריבן:וואס ווילסטו יואליש? ער איז דאך אליינטס אזא סארט קאווע שטיבל איד.
כ'האב געמיינט ער האלט זיך פאר אן אייוועלט'ניק!
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:14 pm
דורך משה געציל
קאם אן יואליש! ווען ער איז געווארן פערציג האט ער אנגעפאנגען זינגען דעם אייועלט ניגון!
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:22 pm
דורך יואליש
זיין ברודער איז זייער דאון טו ערד. ער בארגט פון אינגעלייט זייער צעלפאן אין שול, זאגענדיג, "כ'גיב דיר עס שוין צוריק. כ'וויל פשוט אויסטשעקן קאווע שטיבל. "
ס'איז אביסעל אן אינטערעסאנטע משפחה. דער טאטע איז געווען א קול מבשר דורך און דורך. כ'ווייס נישט וואס איז געשעהן מיט די קינדער.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:23 pm
דורך יידל
פארשטייסטו מיר, ער איז אזא עושה מעשה קאווע שטיבל ומבקש שכר כאייוועלט.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:27 pm
דורך יואליש
ער שפילט קאווע שטובל איד. אבער ער ניצט סומעטאכע בכלל נישט אין פלאץ.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:28 pm
דורך יואליש
מעג מען משנה זיין פון קאווע שטיבל צו אייוועלט? ברויך מען זיך רעכענען מיט די עלטערן?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:30 pm
דורך קינות גירושין
שמעקעדיג האט געשריבן:אין איין ווארט? א משכיל.
אונז זענען חבירם ותלמידים פון רמ״ד
סאיז נעבעך אפי נישט שייך צו מאכען א טיילונג, איך מיין אז גאט אז באנקראט
ראשקאל, איך מיין אז רוב חבירם דא האבען 2-3 ניקס סא מאך עס פאר 300 פליז