בלאט 1 פון 2

ענדרויד וואס געט וויי-פיי

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי, איך דארף ערנסט הילף!
איך מוז האבן נארמאלע אינטערנעט וואס זאל ארבעטן ווי א מענטש. אזא וואס אויף איר איז א נביירע צו לייגן ווינדאו 7, ווייל יעצט ארבעט מיין טעלעפאן און אינטערנעט זייער שטאטליך, אזוי אז די מלאכי חבלה היוצאים מן האינטערנעט קומען ארויס מיט צעהאקטע צומת הגידין.
איך וויל אבער נישט צאלן פאר קיין אינטערנעט סערוויס טבין ותקילין, עלה במחשבה לפני דורכאויס א לאנגע שמוינע עסרע, צו אראפשיסן צוויי ציונים אויף אמאל:
קויפן א גוטע מאדערנע סמארט פאן וואס קען שענקען וויי פיי צו מיין קאמפיוטער, וו-ווייפיי השמים יוליך את הcool און אזוי וועט זיין די ישועה.
בקיצור, וועלכע טעלעפאן און וועלכע קעריער קען מיר שענקען וויי פיי צו מיין פי-סי?
וועלכע פאן קען איך מאכן אז עס זאל מיר געבן וויי-פיי אן צאלן עקסטער פאר א עפפ, און וועלכע קען מיר געבן גוטע וויי-פיי מיט א באצאלטע עפפ.
והעוזר והנעזר שלומים יתן כמי נהר.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm
דורך גאלד
פון מיין באגרעניצטע עקספיריענס ווייס איך אז די בלעקבערי האט דער פיטשער אויפן פאון - סנישט קיין עפפ - אבער ווי איך דענק דארפסט באצאלן פארן פראוויידער, (צו ווערייזען אדער ספרינט) פארן ניצן די ווייפיי

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין מעדיף אן ענדרויד, יישר כח

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:46 pm
דורך יידל
ווען מען root אן ענדרויד האט מען די אפציע בחנם.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:51 pm
דורך [NAMELESS]
טשולדיגט פאר זיין אזא עמהאררעץ, וואס מיינט ROOTן<?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:03 pm
דורך נולד מאוחר
געוויסע פלענס אדער אלא מיט ווערייזען איז דא די ווייפיי עפפ בחינם.
דארפט האבן געניג דעטע אויב די ניצט אסאך. כמיין ווערייזן האט מער נישט אנלימיטעד.
כבין נישט זיכער אבער סקען זיין ווען די ביסט אויפן פאן ארבעט עס נישט.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
רוטן קען זיין איינגעשטעלט, און עס איז נישט אייביג רעקאמענדירט, נאר פאר גאר גרויסע תלמידי חכמים וועלכע ווייסן פונקטליך וואס צו טון.
בעיסיקלי איז עס אראפצונעמען דעם פראוויידארס השגחה און OS פונעם פאון, און עס אליינס אינסטולירן מיט דיינע אייגענע אפציעס, נישט זיין משועבד צו, למשל ווערייזאנ'ס, עפפס און אויסשטעל און רעסטקריקשאנ'ס.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:03 pm
דורך געפילטע פיש
רוטן איז נישט אזא חכמה ווי דו מאכסט עס, איינער וואס איז נאר אביסל טעק סעווי קען עס טוהן. די גרעסערע פראבלעם איז אויב פלאנסטו דאס צו נוצן אלס דיין פריימערי אינטערנעט קאנעקשען וועסטו שנעל אנקומען צו די 2 גיגא מאקסימום, און אדער וועט די קאמפאני דיר אויסטוהן די הויזן מיט טשארדזשעס פארן אריבערגיין די לימיט, אדער וועלן זי דיר אראפשטויסן פנעם פלען און דיר שיקל ליפטערן לעזעזל.

פון וואסארא טבין ותקילין רעדטסון? אינטערנעט קען דיר קאסטן נישטיגע 25 דאלער א חודש, וויפיל צאלסטו יעצט פאר פאון סערוויס (לענדליין)?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:34 pm
דורך [NAMELESS]
איז שייך צו האבן אנלימעטעד, 4G, א גוטע סמארטפאן וואס גיסט וויי פיי פאר פרי? אויב יא, וועלכע פאן,. איז דא א באצאלטע עפפ וואס מאכט דאס, און וועלכע?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:35 pm
דורך שמעקעדיג
נישטא.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
אלזא וואס יא? רוטן?
איך קען קומען צו דיר מיט מיין פאן און די וועסט עס מיר רוטן (כ'על דיר געבן ביליגע מצות, רש"י, ניסן, אריזאנע, תנור ראשון, פלוס א טוץ לייקס)

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:41 pm
דורך שמעקעדיג
דו קום נאר צו מיר, איינמאל איך האב דיר דארף איך נישט גארנישט פון דיר. איך גיי אויס כאטש איינמאל צו שעיקן הענדס מיט דיר!...
אבער איך בין נישט קיין מומחה אין רוטן. גיי ענדערש צו געפילטע.
אבער אפילו מיטן רוטן איז נאך אלץ נישט שייך צו האבן אנלימיטעד.
ס'איז נישט קיין גרינגע מעשה.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
פלעין מיר טרעפן, אקעי. אראונד די קארנער בערך קוואדער נאך.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאגסטו אז עס איז נישטא קיין אנלימעטעד? ספרינט האט נישט קיין אנלימעטעד דאטא, מעטרא פסס האט נישט? זיכער איז דא, און אז עס איז אנלימעטעד און איך טשעפע ארויף וויי פיי בין איך בלתי מוגבל, ניין?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:58 pm
דורך געפילטע פיש
ספרינט, ודומיהם והמסתעף, אפפערען פלענס וואס רופן זיך אנלימיטעד, אבער ערגעץ נאך 2 גיג הייבן זיי אן throttling, דאס הייסט זיי לייגן דיר ארויף אויף 3G אדער גאר 2G, און זיי פארשטייטערן די אינטערנעט, און דאס שטייט אין די קליינע אותיות אונטען פון די פעידזש.
איך זע אבער אז T- mobile האט יא א גענצליך אנלימיטעד פלאן פאר 70 טאלער.
אבער נאכאמאל? וואס פארדינסטו? ווען דו קענסט האבן געהעריגע אינטערנעט אינדערהיים פאר 25.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:59 pm
דורך [NAMELESS]
ווי צאל איך בלויז 25 פאר אינטערנעט אין שטוב?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:02 pm
דורך נולד מאוחר
מענין לענין וואלט עזר למזון קרן עזר געמעגט ספאנסערן אינטערנעט.
האט שוין איינער געהאט א גוטע עקספיריענס מיט ניצן ווייפיי פונעם מאביל אלץ אפיצעלער מקור?
ווען איך נוץ עס. זייער אסאך מאל דארף איך ווארט ביז סכאפ.

אויב קאפורניקעס האט נישט 10G איז עס אונזער שאדן. ער וועט שרייבען ווייניגער. רבתי מטאר דאס נישט צילאזן.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:09 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:פארוואס זאגסטו אז עס איז נישטא קיין אנלימעטעד? ספרינט האט נישט קיין אנלימעטעד דאטא, מעטרא פסס האט נישט? זיכער איז דא, און אז עס איז אנלימעטעד און איך טשעפע ארויף וויי פיי בין איך בלתי מוגבל, ניין?


די 2 האבן נאך נישט דערווייל קיין 4G ספידס. טי מאביל אויך נישט.
ספרינט האלט אינמיטן (לייען: מער אנהייב) פארשפרייטן, און ווי געפילטע שרייבט, נאך אפאר גיג מאכט מען דיר שטייט..

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:15 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:ווי צאל איך בלויז 25 פאר אינטערנעט אין שטוב?

ווערייזען געבט דיר 3 גבפ"ס (Gbps) פאר 29, עקטשעינדזש 5 גבפ"ס פאר 25, און אפטימום קעיבל 15 גבפ"ס פאר 30.

---

קענסט אויך זוכן דיין הויז דא, און אויב ביסטו קאווערד מיט זייער וויי פיי קענסטו בעטן א חבר וואס האט אפטימום זאל דיר אריינסיינען און דו האסט פרייע ווייפיי בכינים, (סארי, ביצי חינם).

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:26 pm
דורך ונבנתה העיר
וויי פיי דוקא? מיט א ווייער קענסטו נוצען pda net וחבריו.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
א ווייער פון די פאן צו די קאמפיוטער?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:48 pm
דורך ונבנתה העיר
יא, usb.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:08 pm
דורך שמעקעדיג
ונבנתה, אפשר ביסטו מסביר סטעפ ביי סטעפ ווי אזוי מען טוט דאס?
אדער אפשר לינקסטו צו א סייט וועלכע איז מסביר?