בלאט 1 פון 1
הילף אין רעכענען. ייש"כ למפרע.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:49 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף אן אשכול פאר דעם? כ'ווייס נישט, אבער דאס איז מיין פראגע.
איך האב א סך הכל פון 30000 דאללער, איך וויל דאס צוטיילען אויף 8.
פון די 8, זאל יעדע פון די 6 חלקים זיין מער מיט 1800 דאללער פון די אנדערע צוויי.
וואו אזוי רעכענט מען דאס?
בעסער געזאגט, וואס איז די ארויסקום?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:00 pm
דורך קאווע טרינקער
משוגענער וואס איך בין,
ס'איז דאך פשוט,
מ'רעכענט אראפ 6 מאל 1800 פון 30000 און נאכדעם צוטיילט מען דאס איבריגע אויף 8. און מ'לייגט צו צו 6, 1800 פאר יעדע.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:01 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:משוגענער וואס איך בין
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:08 pm
דורך משה געציל
זר, דיין תגובה איז איינקלאנג מיט דיין נייע חתימה?...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:09 pm
דורך זר זהב
יא
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:14 pm
דורך קאווע טרינקער
משה געציל, דו ווילסט מאכן שלום צווישען מיר און זר?
גרעסערע פון דיר האבן שוין פראבירט. ולא עלתה ברגלם.
אפשר ווייל זר האט נישט באצאלט זיין חלק?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:16 pm
דורך משה געציל
אוודאי וויל איך!
נאט אייך דעם ארמארי און זאגטס מיר ביז היינט ביינאכט וויאזוי עטס צוטיילטס עס. ארלעדיגט?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:15 pm
דורך Accountant
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'דארף אן אשכול פאר דעם? כ'ווייס נישט, אבער דאס איז מיין פראגע.
איך האב א סך הכל פון 30000 דאללער, איך וויל דאס צוטיילען אויף 8.
פון די 8, זאל יעדע פון די 6 חלקים זיין מער מיט 1800 דאללער פון די אנדערע צוויי.
וואו אזוי רעכענט מען דאס?
בעסער געזאגט, וואס איז די ארויסקום?
דא האסטו דעם חשבון אין אלגיברע.
לאמיר קודם רעכנען דעם וויפעל יעדע חלק מיז האבן
8X + (6[1800]) = 30,000
8X + 10,800 = 30,000
8X - 10,800 = 30,000 - 10,800
8X = 19,200
8X/8 = 19,200/8
X = 2,400
דאס מיינט אז ס'איז דא 8 חלקים פון 2,400
אויך איז דא נאך 6 חלקים פון 1,800
10,800/6 = 1,800
אלעס צוזאמען
2,400*2 + (2,400+1,800)*6 =
2,400*2 + 4,200*6 =
4,800 + 25,200 =
30,000
אדער
2,400*8 + 1,400*6 =
30,000
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:17 pm
דורך Accountant
אוי. קאווע שטיבל האט אביסל פארדרייט דעם = סיין. אבער דער חשבון שטימט.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ פאר די טירחה, אבער פארוואס נישט בדרך קצרה:
X = 30,000
2,400 = 8 / (1,800)6 - X
(2,400)2 + (1,800)2 + (2,400)6
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 4:50 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס א גרינגע סימן צו געדענקען ביי T אקאונטס, וועלכע זייט איז די קרעדיט ?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:23 pm
דורך Accountant
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ פאר די טירחה, אבער פארוואס נישט בדרך קצרה:
X = 30,000
2,400 = 8 / (1,800)6 - X
(2,400)2 + (1,800)2 + (2,400)6
ס'איז דא אפאר פראבלאמען מיט וואס די שרייבסט.
אין אלגיברע דער X איז א נומבער וואס איך ווייס נישט; וואס איך וויל געוואר ווערן וואס ס'איז.
די ווייסט וויפל אלעס צוזאמען באטרעפט, 30,000. די דארפסט נישט קיין X פאר דעם.
וואס די ווייסט נישט איז וויפל יעדע חלק איז, אבער די ווייסט אז ס'איז דא 8 חלקים איז ווערט די זעלבע פלאס 6 חלקים וואס זענען ווערט מיט 1,800 מער. די ווייסט אביר נישט וויפל די 8 חלקים זענען. ממילא זענען די אכט חלקים X.
יעצט צו דיין חשבון. די שרייבסט אז
X - 6(1,800) / 8 = 2,400
אויב X איז 30,000 דעמאלטס וועט דער חשבון זיין ווי פאלגענד
30,000 - 6(1,800) / 8 = 28,650
30,000 - 10,800 / 8
30,000 - 1,350
=28,650
דיין לעצטע שורה שטימט אויך נישט
6(2,400) + 2(1,800) + 2(2,400) = 22,800
נישט 30,000
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:24 pm
דורך Accountant
לייען די נומערן פון רעכטס צו לינקס. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ק"ש פארדרייט עס.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:26 pm
דורך Accountant
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, איז דא עפעס א גרינגע סימן צו געדענקען ביי T אקאונטס, וועלכע זייט איז די קרעדיט ?
איז דא א גרינגע וועג צו געדענקן אז רעכטס איז רעכטס?
אין אקאונטינג מיינט קרעדיט איין זאך, רעכטס. און דעביט מיינט לינקס.
אויב ביסטו אויף 13 עוו. און די ווילסט אנקומען אויף 53 סט. צווישן 13 און 14, דארפסטו מאכן א דעביט אויף 52, א קרעדיט אויף 15 און א קרעדיט אויף 53. אדער א דעביט אויף 54, א דעביט אויף 14 און א דעביט אויף 53.
קרעדיט = רעכטס
דעביט = לינקס
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:38 pm
דורך דענקער
פילייכט מיינט קאווע טרינקער צו פרעגן א סימן ווען דעביט איז מער און קרעדיט איז ווייניגער, און ווען איז פארקערט?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:47 pm
דורך Accountant
דענקער האט געשריבן:פילייכט מיינט קאווע טרינקער צו פרעגן א סימן ווען דעביט איז מער און קרעדיט איז ווייניגער, און ווען איז פארקערט?
מיינסט צו פרעגן וואס מען לייגט אלס א קרעדיט און וואס אלס א דעביט? פארדעם וועסטו מיזן גיין אין סקול פאר אפאר יאר...
בד"וו, יעדע דאלער וואס מען שרייבט אריין אין די ביכער האט עט ליעסט איין דעביט און איין קרעדיט. די דעביטס און קרעדיטס מוזען שטימען! אין די פינענשאל סטעיטמענטס איז דא אזויפיל דעביטס ווי קרעדיטס.
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:07 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט מיר דאס אויסגעלערנט בשעת כ'האב זיך געלערנט קוויק-בוקס.
קוויקבוקס טוט דאס שוין אויטאמאטיש, צב"ש ווען דו מאכסט א אינוואויס מאכט ער א קרעדיט צו דיין אקאונטס רעסיוועבל און א מיינוס אין דיין אינווענטארי (עפעס אזוי, קארעקט מי איף איי עם ראנג)
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:54 pm
דורך Accountant
שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט מיר דאס אויסגעלערנט בשעת כ'האב זיך געלערנט קוויק-בוקס.
קוויקבוקס טוט דאס שוין אויטאמאטיש, צב"ש ווען דו מאכסט א אינוואויס מאכט ער א קרעדיט צו דיין אקאונטס רעסיוועבל און א מיינוס אין דיין אינווענטארי (עפעס אזוי, קארעקט מי איף איי עם ראנג)
ער דעביט 'אקאונטס רעסיוועבל' און קרעדיט 'סעילס' פאר די פרייז וואס ער פארקויפסט עס. און ער דעביט 'קאסט אוו גודס סאלד' און קרעדיט 'אינווענטארי' פאר די פרייז וואס ער האסט באצאלט פאר דעם אייטעם.
פארשטייט זיך, אויב איז דא סעילס טעקס, שיפינג, אא"וו, וועט ער מיזן קרעדיטן נאך אקאונטס.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:07 am
דורך דעינעש
שיינע שמועס, גלייך איך עס מיטצוהאלטן.
שקויעך אקאונטענט פאר דיין גוט-זעהליקייט.