בלאט 1 פון 1

וואס? ווען? וואו?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:57 pm
דורך קאווע טרינקער
חזקיהו המלך איז מכובד פארצושטעלן א פונקטליכע פלאן וואס קאווע בלעטעל איז.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:48 pm
דורך חזקיהו המלך
זייער סימפעל, די שרייבער וועלען שרייבען אן ארטיקעל, עס ארויף לייגען דא ביז די דעדליין דאנערשטאג מיטאג, אין איך וועל עס מסדר זיין אין אויסשטעלען, לייגען אויף א פי די עף, ויקרא שמו בישראל "קאווע בלעטל",

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
פארוואס ארויפלייגן דא?\


פארוואס נישט ארבעטן אזויווי די פאעזיע פארמעסט האט געארבעט, עס לאזט די סורפרייז אפעקט אין פלאץ...

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:05 pm
דורך היימישער ליטוואק
גייט עס ערשט ווערן איבערגקוקט און קריטיקירט ביי די טרינקערס?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:08 pm
דורך חזקיהו המלך
דא אין דעם פארום ווער ס'וויל קען קריטיקירען,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:13 am
דורך ממי_שאמרו
די וואך אדער קומענדיגע וואך?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:29 am
דורך חזקיהו המלך
קומענדע וואך

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 6:05 pm
דורך ממי_שאמרו
איך האב עס געמיינט ערענסט. איך נעם עס ערענסט ביז אויב עס וועט ווערן סתם א פליג בלעטל ווי אויף דף א וועט שטיין פארוואס תורת אוואלוציע איז לויט די תורה. דף ב א פירוש אין מורה נבוכים. דף ג פארוואס אונזער חינוך סיסטעם איז אין די ערד. דף ה ווי אזוי אלע רבנים זענען קאראפטירט. דף ו ווי אזוי די גוים אדער פרייע זענען בעסער פון אונז. און אזוי ווייטער.

עפעס זעהט אויס אין אפאר אשכולות אז מ׳גייט מאכן א ויפוצו מעיינך החוצה. מ׳גייט אויפקלערן די מענטשהייט, דאס איז זייער נעריש אין מיינע אויגן. דאס איז גוט אין קאווע א שמועס אין די נושאים, אבער צו עפענען א בלעטל וואס 80 פראצענט רעדט פון די נושאים איז זייער נישט גוט אין מיינע אויגן.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:36 am
דורך ממי_שאמרו
איך שפעקוליר נאך צווישן אן אפהאנדלונג איבער די פארשטייערדיגע וואלן אין איראן, אדער אן אנאליז איבער די בירגער קריג אין סיריע, אדער אן סך הכול פון 10 יאר מלחמה אין איראק. כ׳ווייס נאך נישט. וועלן מיר זעהן.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:51 pm
דורך חזקיהו המלך
אפשער איראן מיט סיריע אינעם זעלבען אנאליז, ס'דאך געקניפט אין געבינדען די פאליטיק צווישען די צוויי

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
אדוני המלך, איך מיין אז פאר דעם ערשטן גליון זאלט איר נעמן עקזיסטינג ארטיקלן פון אונזערע גוטע שרייבער דא אינעם ק"ש, לייג אויף פי.ד.אף. און פארשפרייט. דערנאך וועט דער עולם זען וואס דאס באדייט און צו עס איז דא א צורך דערפאר.
קען זיין אז דאס וועט אנצנדען די אינטערעס בייםעולם, און זיי וועלן זיך משתתף זיין מיט נייע באלערנדע מאמרים און ארטיקלן.