בלאט 1 פון 2
"קאווע בלעטעל" נומער 1, פ' אחרי-קדושים,
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:12 pm
דורך חזקיהו המלך
מיט גא-ט'ס הילף האף מיר נעקסטע וואך צי ארויס קומען מיט די ערשטע נומער פין "קאווע בלעטל",
א דאנק די מנהלים איז שוין דא די זייטיגע רעדאקציע פארום פאר די שרייבער,
ווער עס וויל שרייבען א גאסט ארטיקעל, אדער א בריוו צים רעדאקציע, זאל עס ביטע שיקען צי מיר אין אישי ביז די דעדליין דאנערשטאג מיטאג אחרי-קדושים,
ס'וועט בעזר ה' ארויס קומען דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג אינדערפרי,
ווער נאך ס'וויל אנטייל נעמען אין שרייבען וועכענטליך זאל זיך ביטע מעלדען צי מיר אין אישי, א דאנק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:03 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז די פלאן? צישפרייטן און בתי מדרשים?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:07 am
דורך מאראנצןזאפט
אביסל מסביר זיין, מ'גייט עס פארקויפן אין די געשעפטן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:10 am
דורך חזקיהו המלך
ניין, פלעין מען וועט עס קענען דאונלאודען אויף פי די עף פין דא אין קאווע שטיבל,
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:14 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז די גרויסע אויפטי אויב סבלייב דא אין שטיבעל? דער עולם שרייבט דא ממילא.
ממיז אריין גיין און די ווארימע לכשיפיצו מעינתך חוצה mood.
אויב איז עס אפאר בלעטער דארף איך דאס סטעפלען פאר אוך בין דאס מיפיץ?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:52 am
דורך קינות גירושין
לענ״ד איז אויך זייער וויכטיג צו מאכען א בלעטעל פאר די ״קינדער״, ווי די רבי פלעגט זאגען גדיים נעשה עיזים
מדארף פאקאסען אויף די יוגענד
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:18 am
דורך ידען
מיך זעהט עס אויס זייער א גוטע איידיע. מע וועט עס ארויס פרינטען און ווער סע וועט מזכה זיין אנדערע אידען וואס קומען נישט דא און מאכן עקסטערע קאפיס פאר זיין שיל אדער עס לאזען אין בית כסא און פארשפרייטען די קאווע שטיבל מיינונגען.
אביסעל אזוי ווי די שבת בלעטל. ווער געדענקט עס נאך?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:48 am
דורך גימפל
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס איז די גרויסע אויפטי אויב סבלייב דא אין שטיבעל? דער עולם שרייבט דא ממילא.
ממיז אריין גיין און די ווארימע לכשיפיצו מעינתך חוצה mood.
אויב איז עס אפאר בלעטער דארף איך דאס סטעפלען פאר אוך בין דאס מיפיץ?
די אופטי איז מקען שפירען א תענוג און ק"ש און סאמע שבת, אן דארפען מחלל זיין די שבת.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:53 am
דורך נייגעריגער
שטייצעך אז מ'קען עס אויכעט ארויפלייגן אויף "לדעת" וכדעימי'ה!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:56 am
דורך נייגעריגער
חזקיהו המלך האט געשריבן:א דאנק די מנהלים איז שוין דא די זייטיגע רעדאקציע פארום פאר די שרייבער,
וואו?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:00 am
דורך לעמיל
עס איז נאר פאר די רעדאקציע שטאב
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:02 am
דורך נייגעריגער
אקעי! געב איך אויף!!!
כ'האב געמיינט אז דארט וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקל!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:03 am
דורך לעמיל
איך גלייב אז נאך עס קומט ארויס וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקלעך
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:38 am
דורך newkave
די ארטיקלען וועלן זיין ארטיקלען וואס זענען נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן אויפן שטיבל?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:42 am
דורך לעמיל
זיכער אזוי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:57 pm
דורך טרופ תלמיד
איך ווארט מיט שפאנונג....
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:35 pm
דורך zurich
איך האלט ס'זייער א גיטע איידוע.
וואס זאגט דער עולם אויף א פי די עףי עדע סוף וואך אויף אלע געשמאקע ארטיקלן וואס האבן זיך צאמגעזאמעלט במשך השבוע?
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 11:35 am
דורך טאמבל סאס
אלעס פיין. געוואלדיגע איידיע. אבער איך פיהל אז אויב שרייב איך אן ארטיקל, וויל איך עס ארויפלייגן געהעריג אויף קאווע, אזוי ווי שטענדיג, און אז איר ווילט עס אריינלייגן אינעם בלעטל הכול רוח. נאו פראבלעם. אבער פארוואס זאל א קאווע שטיבל פעלאו מיטגליד, דארפן ווארטן צו לייענען אן ארטיקל וואס איז שוין געשריבן געווארן מאנטיג - ביז פרייטאג, ווייל נאר דאן וועט עס דער איד אין גאס קענען דאונלאודן, פון די אינטערנעט.?! מיר שרייבער און לייענער דארפן ווייטער קענען געהעריג הנאה האבן פון אונזער שטיבל לכה"פ פונקט ווי בעפאר..
די בלעטל איז נאר א בענעפיט ווען עס ווערט נישט פארמינער פון אונז, און צו דער זעלבע צייט ווערט צוגעגעבן פארן איד אין שוהל. אבער ווען מיר וועלן האבן ווייניגער, איז עס א חסרון.
מיר אלע האבן ביז היינט אויך געקענט, ווארטן צו לייענען אן ארטיקל און עס ארויספרינטן אויף שבת כדי צו האבן דעמאלטס וואס צו לייענען.
עס איז נישט מוכרח, אז מ'גייט יעצט שרייבן מער, ווייל עס איז דא א בלעטל. וואס מאנכע וועלן טוהן, וועט זיין, דאס אנשטאט שרייבן און ארויפלייגן אויף קאווע מאנטיג, וועלן זיי שרייבן (איבערן וואך) פאר'ן בלעטל - אויף פרייטאג. דאכצעך מיר כ'רעד צום זאך.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 1:30 pm
דורך גנדי
I agree with tumble sauce, but one thing I would add, an official publications gives a commitment and push to write
I see myself as an example, I never put up any cartoon, now because of the publishing I will make the time to make a cartoon. maybe I am different because a cartoon needs to be made off the computer
But I agree, and think the publication should be a very open process, and be submitted publicly and the publication should be an added benefit for off line and shabbos, a collection of the articles and submission from online, plus if some one is accountable for a column he will have push to do it
Another added benefit, if the articles are published online first, you have more editors and suggestions, before you come out with the finished product the end of the week
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 1:53 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך בין חוזר פון מיין קאלום. איך האב געזען אז טייל חברים ווילן דאס מפרסם זיין דארך איבערלאזן אין מקומות וואו מ'טאר נישט אריינברענגען קיין דברי תורה.
עני אנדערע קאלום וואס איך קען שרייבן?
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:10 pm
דורך נולד מאוחר
אז ס'וועט האבן דברי תורה וועלן זיי דאס מסתמא נישט טון.
קאווע בלעטל: "גאסט עדיטאריעל פארמעסט" , נומער 1
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:12 pm
דורך חזקיהו המלך
אזוי ווי מ'האף מיר בעזר ה' אז דעי סוף וואך זאל ערשיינען די ערשטע נומער פין "קאווע בלעטעל" , דארפען מיר דאך האבען א עדיטאריעל, איז ווער עס וועט אריינשיקען א גאסט עדיטאריעל וועלען מיר עס אי"ה אריינלייגען, אפילו מער פין איינס אין מער, נאך שבת וועט עס ווערען ארויף געלייגט דא אויפען שטיבל פארען עולם צי דעבאטירען,
שיקט עס ביטע אריין צי מיר אין אישי,
פאר סיי וועלכע אנדערע גאסט ארטיקעל ביטע שיקען אין אישי,
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 5:48 pm
דורך חזקיהו המלך
נייגעריגער האט געשריבן:כ'האב געמיינט אז דארט וועט מען קענען דיסקאסטירן און קאמענטירן אויף די ארטיקל!
נאך שבת קען מען עס דיסקאטירען,