בלאט 1 פון 2

גלייכסט ווען ס'רעגנט? איך ליב זייער.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:23 pm
דורך לעמאן דזשוס
איצט נאך צוויי הערליכע זומער טעג אינמיטן פרילינג, האט זיך אראפגעלאזט א שלאקס רעגן, און מיטגעברענגט א געשמאקע פארוואלקנטקייט פאר דעם, און א נאסע קילע ווינטל נאך דעם, תודה לקל יתברך דער גרויסער ווינט טרייבער און רעגן גיסער...

איך מצדי האב זיך מחי' געוועהן, שפירנדיג די כמארע און וואלקן רעד צו מיר און צו אונזער געגענט, ער זאגט אן אויף די אנקומענדע רעגן, און איז מקיים פסק! א מחי'

וויזוי נעמט איר עס.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
איך גלייך עס ווילאנג איך זיץ אינדערהיים.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:36 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמאן, ווי קען מען זיין אזוי....
מיט 17 שאפינג בעגס, טלית תפילין, הוט, לעפטאפ שלעפ איך מיך א האבלע גאס, ווי פרעה בלילה ההוא. כ'ווער אנגעגאסן פון אויבן
וואסערע ברוך-הבא באקום איך: טו אויס דיין שיך און רעקל אינדערויסן, די גויטע איז היינט דא געווען....

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:44 pm
דורך לעמאן דזשוס
@שמעקעדיג, מיינסט אז די שירעם פאבריקאנטן מאכן סתם שיינע שטעקענעס?

@קאוועטרינקער, איך און ג׳ט זענען נישט שולדיג אז דו הערסט נישט וואס די וואלקענעס דערציילן...דו מאכסטעך טויב און גייסט אין גאס ווי די ׳לא ירא׳ס׳ ביי דבר...

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:45 pm
דורך קאווע טרינקער
פון וואו זאל איך האבן א שירעם? נר מצוה פארקויפט?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
פון R&R Pampers.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:56 pm
דורך קאווע טרינקער
זיי האבן מיט א זילבערע הענטל?
כ'קיינמאל נישט געזעהן דעם רבי'ן גיין מיט נאר-שווארצע הענטל, אזויווי די גוים גייען, אלץ ער האט ער מקפיד געווען ס'זאל זיין א בחינה פון כל אדמורים בני מלכים.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 11:59 pm
דורך לעמאן דזשוס
סיריעסלי קאווע, האט זיך נישט געלוינט נאס צו ווערן ווי די קניידל אין זופ, בלויז פאר די פיין ווינטל איצט...איך שטיי דא אויף מיין מרפסת און אטעם אריין ג׳טס מאן דנפח..מיטן דריזל שפריץ אויף מיין טרוקענעם ציגארעטל. אה להחיות בהם נפש כל חי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:02 am
דורך קאווע טרינקער
הא הא... סודות קומען ארויס. דיין ווייב דודלט נישט דעם שמעק, און וועגן דעם וואשטו זיך אפ דיין הענט מיט לעמאן ... אריין אין מאחורי...
איך גיי יעצט אויך אהין, איך בין טויט מיד. א גוטע נאכט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 1:41 am
דורך משה געציל
מיר קומט אלטס ארויף די שערקעדיגע אומפארגעסליכע זכרונות.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:55 am
דורך איך אויך
נאר ווען איך שלאף.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:54 am
דורך דולה ומשקה
ס'ליבט זיך בעסער ווען עס רעגנט?
(ריכטיג אפגעטייטש דעם קעפל פון דער אשכול?)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:57 am
דורך איך אויך
דאן וואלט ער געפרעגט "ליבט איר ווען עס רעגנט". (מיין סארקאזם דיטעטער איז אוקיי, זוי מיינעך.)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:10 am
דורך ברסלבער
ווער עס האט מיגעהאלטן נעכטן די אנהויב פונעם שלאקס רעגן האט געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך, קודם איז געווארן זייער טונקל פון די געדעכטע טונקעלע וואלקענעס עס האט אויסגעזעהן ווי אט אט לאזט זיך אראפ א רעגן כדבעי, דערנאך איז צוריק געווארן אביסל ליכטיג, און עטליכע מינוט שפעטער איז צוריק געווארן טונקל און דער רעגן האט אנגעהויבן גיסן מיט כח.
ומעשה שהיה כך היה: אני הקטן האב שפאצירט דעמאלט'ס אויפ'ן גאס און איך זעה ווי די וואלקענעס רוקן זיך אן, יעדער לויפט זוכן שיץ פון די רעגן וואס איז אויפן וועג, אלע סטאר'ס האבן שנעל אריינגעשלעפט זייער סחורה פון די גאס, און איך האב נאך א שטיקל וועג אנצוקומען אהיים, און איך גיי אזוי אן קיין שירעם און אן קיין מאנטל איך האב נישט קיין שיץ פון די רעגן, האב איך געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל אויפהאלטן די רעגן נאך אביסל ביז איך קום אן אהיים, און דער אייבערשטער השומע תפלות כל פה האט אנגענומען מיין תפלה, עס איז צוריק געווארן ליכטיג, און ווען איך בין אנגעקומען אהיים האט זיך דער רעגן אראפגעלאזט.
בתוך רבים אהללנו!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:14 pm
דורך לעמאן דזשוס
וואס איז מיטן ואל יכנסו לפניך תפלת עוברי דרכים? הער ברסלבר. קוקט אויס ווי מיר האבן נישט ריכטיג מתפלל געוועהן יום כיפור.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 3:39 pm
דורך ברסלבער
תענית כד, ב
ר' חנינא בן דוסא הוה קא אזיל באורחא, אתא מיטרא, אמר לפניו רבונו של עולם כל העולם כולו בנחת וחנינא בצער, פסק מיטרא. כי מטא לביתיה, אמר לפניו רבונו של עולם כל העולם כולו בצער וחנינא בנחת, אתא מיטרא. אמר רב יוסף, מאי אהניא ליה צלותא דכהן גדול לגבי רבי חנינא בן דוסא.

פארוואס שרייבט די גמרא די מעשה אויב נישט אונז צו לערנען דעם וועג?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:16 pm
דורך למדן
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וואס איז מיטן ואל יכנסו לפניך תפלת עוברי דרכים? הער ברסלבר. קוקט אויס ווי מיר האבן נישט ריכטיג מתפלל געוועהן יום כיפור.

זעהט אויס אז ער האט בעסער אינזין געהאט ביי זיין תפלה (מסתמא האט ער עס געמיינט מער ערנסט)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:17 pm
דורך ברוין
רעגן איז גוט אבער ווען איך זיץ אויפן פאטעל און עס הערט זיך נאר פון ווייט. ווען איך בין אויפן גאס איז עס ווייט פון גוט
אבער איך פארשטיי אז די וועלט דארף עס האבן צו איך וויל יעצט צו נישט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:05 pm
דורך ר' שמחה
בדרך כלל איינער מיט גאנצע גלידער האט הנאה ווען עס רעגנט,
אבער איינער וואס שפירט דעמאלט זיינע ביינער, דארף האבן איינזעהעניש אז די וועלט דארף רעגן און זיך נישט רעגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:04 am
דורך נולד מאוחר
דא ביי מיר איז נישט דא קיין זכר פון רעגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 9:26 am
דורך ברעט מענינג
יעצט רעגענט, די האסט עס ליב?, איך מיין טי מיר א טובה!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:04 am
דורך לעמאן דזשוס
טוה דיר אן א רעגן היטל און א אלט רעקל. אדער א שטיקל רעגן מאנטל און הייב אריין די געשמאקע רעגן.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 7:08 pm
דורך זר זהב
כ'בין פוטש!!!